"יאַקאָב דער זינגער"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

"יאַקאָב דער זינגער"

הודעהדורך ארכיוויסט » מאנטאג יולי 15, 2013 1:33 pm

יאַקאָב דער זינגער

יוסף הצדיק'ס מעשה פון אונזער יאָר-הונדערט


פון: הרב אשר לעווין


פון די שטארקסטע יצירות אין אידישער נגינה איז די מאנאמענטאלע ווערק פונעם לעגענדארן נעים זמירות ישראל רבי יום טוב ערליך – "יאקאב דער זינגער". קינד און קייט קען דעם ניגון, גייט צו צו סיי וועמען און זינגט "אמר רבא. אמר רב פפא, האט עס אביי גאר אנדערש באטראכט." און יענער וועט ממשיך זיין דעם ניגון: "א קשיא א נייע האט ער געמאכט. און צו דעם א ראיה האט ער געבראכט." אבער ווער איז דער יאקאב – דער העלד פון דעם ניגון?

ווייניג ווייסן די געשיכטע פון "יאקאב" - הרה"ח ר' יעקב פּאטאש זצ"ל, מחשובי חסידי סטאלין, וועלכער איז דורכגעגאנגען די שרעקליכע נסיונות וועלכע ווערן דערציילט אין דעם ניגון, ועמד בכולם.

אן אינטערוויו מיט זיין חשוב'ן זון הרה"ח רבי העניך פאטאש שליט"א מרביץ תורה אין דער ישיבה "דרכי תורה" אין פאר-ראקאוועי, די ישיבה פון הרה"ג רבי יעקב בענדער שליט"א, שטעלט אונז קלאר די גאנצע מעשה.


דער ניגון


אין אוזבעקיסטאן. אויף די בערג פון דידזשאן. ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן. א דארף איז פארהאן. וואס זעט נישט קיין באן. מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.

די נאכט אזוי שטיל. מען הערט נישט קיין טריל. עס שלאפט שוין דער דערפל. די בערג און די מיל. אין ווייט פון די וועלט. מיט וועלדער פארשטעלט. פארט זיך א טראקטאר א קליינער אין פעלד. זיצט זיך אויפן טראקטאר א בחור א העלד. און פירט ווי א שיפל זיין טראקטאר אין פעלד. יאקאב דער זינגער געהייסן האט ער. און קיינער עס ווייסט נישט פון וואנעט און ווער.

פאררויכערט דעם פנים. פארבוימעלט די הענט. קיינער אין דארף האט אזוי נישט געקענט. פירן דעם טראקטאר פארריכטן אים פלינק. פון זומפן ארויסשלעפן אים אזוי גרינג.

און קיינער אין דארף האט נישט געוואוסט פון זיין סוד. ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט. ווי וואונדערליך האט אים דער רוסישער באן. פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן. און מיט'ן טראקטאר פארשיקט דא אהער. צו ארבעטן ביטער און שווער.

און זינגען פלעגט ער לידער געשמאק אין די נעכט. און ס'האבן די לידער געקלונגען און ווייט זיך געהערט.

און ס'פלעגן פיל שאטענס שטיל קומען צו גיין. שטיין און נישט קענען פארשטיין: ווער איז ער אט דער מאדנער טאדזשיק. ער געט אויף זיי גארנישט קיין בליק.

ווייל נישט פון די בערג און די פעלדער האט יאקאב געדענקט. און נישט נאך די ווילדע טאדזשיקן האט יאקאב געבענקט – ער בענקט צו זיין טאטן און מאמען אהיים. צום הייזל, צום הויפל צום בוים. ער בענקט אין ישיבה וואו ער האט פארבראכט. אין לערנען בייטאג און ביינאכט: "אמר רבא, אמר רב פפא," האט עס אביי גאר אנדערש באטראכט. א קשיא א נייע האט ער געמאכט. און צו דעם א ראיה האט ער געבראכט. און מהרש"א, רשב"א, ריטב"א, עס לויפן אדורך גיך א שעה נאך א שעה. רמב"ם, רמב"ן. רבינו תם. נישטא אין די וועלט נאך קיין בעסערע טעם. "אמר רב הונא, רב סבא המנונא" האט אויף דעם שמאי אמאל נאכגעקוקט. געקומען איז הלל און אנדערש געזאגט, ביז אינדרויסן האט שוין געטאגט.

שבת אין דעם טיי הויז. ביי דעם טשייניק טיי. איז ער געזעסן, יאקאב! און עס האט קיינמאל נישט אויפגעהערט. רופט זיך אן צו אים דער בעל הבית. דער פירער פון זיי אלע: יאקאב! איך וויל מיט דיר רעדן צו די זאך, איך האב טאכטער יונג און שיין, איך וועל דיר געבן פאר א כלה. יאקאב! און אויך נדן קריגסטו גאר אסאך. דרייסיג בהמות, פופצן אקסן, צוואנציג קליידער פאר דיין כלה, יאקאב. און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט! און עס הערן די טאדזשיקן. און זיי האבן אן צו שרייען: יאקאב! דו קריגסטו די שענסטע כלה אין דער וועלט!

יאקאב זיצט די קאפ געבויגן, און רעדט נישט קיין ווארט. ער איז יעצט אוועקגעפלויגן, אין א ווייטן, ווייטן ארט. ער זעט זיין מאמע בענטשן ליכט, און זאגט א תחינה מיט: איי היט מיין יאנקל באשעפער. ער זאל בלייבן דארט א איד.

יאקאב הויבט זיך אויף. און רופט זיך הויך אן. "איך בין א איד און איך קען עס נישט טאן! מיין תורה ערלויבט מיר נישט נעמען א פרוי וואס גלויבט נישט און טראכט נישט ווי איך אזוי!"

און עס האבן טאדזשיקן א פלאן זיך געמאכט. צו מאכן א סעודה אויף מארגן ביינאכט. און יאקאב וועט מען אויך ברענגען און באלד. חתונה מאכן אפילו מיט געוואלד...!

שטיל דער פארנאכט. ביים טראקטאר זיצט יאקאב אליין. ער זיצט און טראכט. און הייבט אן אלעס פארשטיין. אז זיי וועלן קומען צו אים אהער באלד. און נעמען אפילו מיט געוואלד. מען וועט אים אנטרונקען מיט אפיום און וויין. דעמאלטס וועט ער זייערער זיין.

און שיין דער פארנאכט. די זון פאר די בערג זי פארגייט. ער זיצט און ער ווארט. און ווידוי ער זאגט שטילערהייט. עס שטייען די בערג מיט די ווייסע קעפ. און עס וואויען שאקאלן אין סטיעפ. עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק. און זאגן: נישטא קיין וועג.

און פלוצלונג גענומען האט שפילן מוזיק. ער הערט די געשרייען. מען פירט שוין די כלה מיט גליק. און פונקט ווי פון שלאף כאפט זיך יאקאב שנעל אויף. און הייבט אן צו גיין צו דעם הויף. ער וועט נאר אריינגיין צו זיך אין געצעלט. צו נעמען זיין רענצל און זיין געלט.

ער גייט, ער גייט פונקט ווי צום טויט. ער שטייט שוין ביים טויער. ער עפענט איר ברייט. ער קוקט אריין. און זעט דעם שיין. עס שמעקט די וויין. ער וויל שוין אריין.

אמר רבא, אמר רב פפא. זעט ער איין אותיות פלוצלונג אין וועג. זיי ווינקען, זיי רופן און רעדן מיט שרעק: וואס טוט איר ר' יעקב שנעל לויפט אוועק!

קלאפן פויקן. שפילן דזשומבעלס. אויבן אן עס זיצט די כלה. – יאקאב! און בריליאנטן פינקלען ארום איר, און די מחותנים אלע - יאקאב! זענען שוין געגאנגען ברענגען דיר!

און ווייט אויף די הויכע בארג. אין דער פינסטערער נאכט. קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגן. מיט די אויגן צוגעמאכט. ביי די זייטן א טיפער אפגרונט. אויפן קרבן גרייט. יאקאב האט פאר זיי נישט מורא. און זיין הארץ איז פול מיט פרייד!

נאר איין וועג עס האט די תורה. און דאס איז דער וועג. בעסער דא צעשמעטערט ווערן. און פון תורה נישט אוועק.
נישטא קיין זאך וואס קען אים אפשרעקן. דעם ערליכן איד אז ער גייט נאר אין ג-טס וועגן. גייט ג-ט מיט אים און ער היט!



ווער איז דער יאקאב?
טראץ דעם וואס רבי יום טוב ערליך'ס אלע ניגונים זענען באזירט אויף אמת, און קיין שום פון זיינע ניגונים זענען נישט קיינע הוילע פאבריקאציעס, זעט דער ניגון אויס ווי עפעס פונעם גאר ווייטן אמאל, פון צייטן ווען פריצים האבן געלייגט אידן אין גרובער... עס קלינגט עפעס מופשט'דיג, אבסטראקט, טעארעטיש. אזא דרגה, א עלנדער בחור אליין קעגן א עסטאבלישמענט פון הפקרות, ווי קומט דאס צו אונזער דור? אבער למעשה איז נויטיג קלאר צוברענגען די קלארע געשיכטע מאחורי די ניגון, צו איבערצייגן אז די מעשה האט פאקטיש פאסירט, און יעדעס ווארט איז אמת. דער איד האט געלעבט בתוככי עיר ואם בישראל בארא פארק ביז לעצטנס. דער העלד האט געלעבט אין דעם זעלבן אמעריקע ווי אונז.


די געבורט פון דעם ניגון
גאר געמישט זענען געווען די געפילן ביי יענער חתונה, די חתונה איז געווען איינע פון די ערשטע נאכ'ן קריג, און איז פארגעקומען אין פאריז. ביי דער חתונה זענען אנוועזנד געווען די עטליכע ידידים און אחים לצרה, שרידי חרב, לעבעדיגע קדושים. אבער בעיקר זענען אפוועזנד געווען. געפעלט האבן די גליקליכע עלטערן פון חתן-כלה, די ברידערס און שוועסטערס, די רבי'ס און חברים, די שכנים און גוטע פריינט. די אלע האט די נאצישע שטיוול צעטראטן, הי"ד.

דער חתן איז געווען דער חסידי'שער ישיבה-מאן, דער בן עלייה יעקב פאטאש, וועלכער האט געפראוועט די מלחמה יארן אין די ווייטע וויסטענישן אין רוסלאנד, אוזבעקיסטאן. די כלה יענטל איז געווען פון די שרידי אש וועלכע האבן איבערגעלעבט די אוישוויצער שבעת מדורי גיהנום.

יעדער פון די משתתפים איז געווען אן אחד מעיר ושנים ממשפחה, יעדער פון זיי האט מיט זיין השתתפות פארטרעטן מערערע מענטשן, פארגאנגענע וועלטן, עולמות שחרבו. די משתתפים האבן זיך געפרייט צו זען ווי מען הייבט צוריק אן בויען די צעשטערטע מויער פון כלל ישראל, און עס לייגט זיך שוין א שטיין נאך א שטיין, און אלע האבן געוואונטשן דעם נייעם פארפאלק זאל זוכה זיין צוריקצוגעבן פאר כלל ישראל א קליין ביסל פון וואס מען האט איר אזוי אכזר'יש צוגערויבט.

ביי דער חתונה איז אנוועזנד געווען דער דערהויבענער סטאלינער חסיד רבי יום טוב ערליך, דעמאלטס נאך א יונגערמאן מיט טאלאנטן פון קאמפאזיציע און מוזיק, און שפעטער דער בארימטער חסיד'ישער מנגן און מלחין מיט וועמענס ניגונים דורות פון חסיד'ישע קינדער זענען ערצויגן געווארן. אינמיטן טאנצן האט ר' יום טוב זיך אויפגעשטעלט און געמאלדן די ידידים אז ער וויל דערציילן עפעס איבער דעם חתן, מיט וועמען ער איז געווען צוזאמען אין שווערע צייטן, און ער וויל עס דערציילן אין פארעם פון א ליד וואס ער האט פארפאסט.

דער דיכטער האט אנגעהויבן זיין ליד, א הארציגע מעלאדיע מיט דיאמאנטענע ווערטער. אט דער ניגון יאקאב האט רבי יום טוב פארפאסט און געזינגען ביי דער חתונה פונעם העלד פון דער געשיכטע. רבי יום טוב זינגט מיט פארמאכטע אויגן, די כלי-זמר זינגען מיט און די צעבראכענע, מיטגעמאכטע נשמות וויינען מיט לויטן ריטם פונעם ניגון. די עצמות היבשות וועמענס טרערן קאנאלן זענען שוין פארטרוקנט געווארן פון די תלאות און נגישות האבן זיך פלוצים צעעפנט, און אט דער ניגון וועלכער שילדערט די העכסטע דרגות פון מסירות נפש אין סאמע עלנדקייט האט אמבעסטן אפגעשפיגלט דעם מצב פון יעדן פון די אידן – שרידי אש.

די אויבנדערמאנטע ווערטער האט ר' יום טוב געזינגען, ווען ר' יעקב זיצט און ווישט די טרערן און וואונדערט זיך אליין אויף זיינע גרויסע כוחות, און דאנקט השי"ת אז ער האט דערצו זוכה געווען.

דער ניגון איז אריין אין די אידישע פאלקלאר, דורות הערן שוין די קאסעטעס פון ר' יום טוב, און עס וועט ווייטער אינספירירן אידישע קינדער עד ביאת המשיח דורך זינגער וואס זינגען עס איבער און אידן וואס הערן עס איבער.

Yakob3.JPG
Yakob3.JPG (31.6 KiB) געזען געווארן 4929 מאל

ר' יום-טוב עהרליך ז"ל


ר' יעקב'ס געשיכטע
ר' יעקב פאטאש האט געצויגן זיין יחוס צו א משפחה מיוחסת, אייניקלעך פון דער וואורקער דינאסטיע. די משפחה האט געוואוינט אין דער חסיד'ישע שטעטל ראדזימין, א שטעטל נישט ווייט פון עיר הבירה ווארשע.

רבי יעקב האט געלערנט אין באראנאוויטש – די בארימטע ישיבה וואו דער גרויסער רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל האט מכהן געווען אלס ראש ישיבה, און נאכהער האט ער געלערנט אין שטאט סטאלין אין דער אויסגעצייכנטער ישיבה וואו דער סטאלינער רבי רבי משה'לע - איינער פון די קינדער פון הרה"ק רבי ישראל דער ינוקא פון סטאלין, וועמענס אלע קינדער האבן געפירט עדות קדושות בישראל - האט געלערנט מיט די תלמידים תורה ויראת ה'.

אין יאר תרצ"ט האבן זיך אנגעהויבן די ביטערע צייטן, בפרוע פרעות בישראל. די תלמידים און חסידים פון רבי משה מסטאלין האבן מטכס עצה געווען וויאזוי ארויסצוראטעווען דעם גרויסן רבי'ן שרבים צריכים לו, און געקומען צום רבי'ן מיט א פלאן וויאזוי צו פרובן צו אנטלויפן, צו זייער גרויס פלא האט זיי דער רבי געענטפערט: ניין! א מנהיג לאזט נישט איבער די קהלה אין שווערע צייטן! איך אנטלויף נישט און איך וועל בלייבן מיט די אידן מיטמאכן וואס אלע מאכן מיט! און ער איז טאקע געבליבן ווען ער פרובירט צו ראטעווען און צורעדן די אידן ווער עס קען זאל אנטלויפן.

יענעם ערב ראש השנה זענען די דייטשע רשעים אריינגעקומען אין סטאלין און אויסגעשאכטן די צאן קדשים, די בחורי הישיבה, מיטן רועה נאמן דער רבי מיט די ראשי הישיבה. ה' ינקום דמם.

יאקאב איז דעמאלט אלט געווען בלויז דרייצן יאר, און ער האט זיך צוגעהערט צו דער בקשה און הוראה פונעם רבי'ן און אנטלאפן, ער האט זיך אנגעשלאסן מיט א קבוצה פון בחורים – על פי רוב עלטערע פון אים – און אנטלאפן קיין ווילנא. די שטאט ווילנא איז אין יענער צייט געווען די אכסניא של תורה וואו אהין עס זענען אנטלאפן טויזנטער ישיבה-לייט פון גאנץ פוילן און ליטא. דער נשיא הדור רבן של ישראל רבי חיים עוזר גראדזענסקי זצ"ל, דער ווילנער רב, האט נאך געלעבט ממש די ערשטע פאר וואכן ווען די מאורעות האבן אויסגעבראכן און ער האט גענומען די בני תורה אונטער זיין שוץ. עס זענען אנגעקומען קיין ווילנא די גרויסע ישיבת מיר, די בארימטע ישיבת חכמי לובלין, ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש, די קלעצקער ישיבה, נובהארדוקער ישיבות, און צווישן אלע איז אויך אנגעקומען אט די גרופע פון דער סטאלינער ישיבה. צווישן אלע בחורים איז אונזער העלד, יאקאב, געווען פון די גאר יונגסטע, אבער מיט זיין אהבת התורה און ערליכקייט איז ער געווען א גבר בגוברין צווישן די עלטערע בני תורה. אין ווילנא האט זיין אהבת התורה געטראפן איר באגער במחיצתו פון הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל, וועלכער האט געפירט זיין ישיבה אין ווילנא. יאקאב האט געהערט שיעורי תורה און שיחות מוסר ביי רבי אהרן.

אבער דער שטן המשחית האט אויך ווילנא נישט געלאזט צורו; די צוררי ישראל האבן איינגענומען ליטא-פוילן און אריינמארשירט קיין ווילנא. בחסדי ה' זענען אסאך בני תורה אנטלאפן, אסאך זענען אנגעקומען קיין יאפאן וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן א צייט, און פון וואנעט זיי זענען געראטעוועט געווארן קיין אמעריקע און ארץ ישראל.

נישט יעדער האט אבער געהאט מזל צו בלייבן מיט א גרויסע ציבור און אנקומען אויף פרייע טעריטאריע. אסאך תלמידים האבן געמוזט אליין זוכן א וועג פון רעטונג. יאקאב מיט א קבוצה בחורים האבן מחליט געווען צו שווערצן די גרעניץ קיין רוסלאנד. אין די פינסטערניש פון דער נאכט זענען זיי אנגעקומען צו די גרעניצן מיטן ציל זיך אריבערצושווערצן ארויס פון נאצישע טעריטאריע קיין רוסלאנד.

Yakob1.JPG
Yakob1.JPG (20.38 KiB) געזען געווארן 4929 מאל

יאקאב אין זיינע יונגע יארן


אין ווייט פון די וועלט, מיט וועלדער פארשטעלט...
די בחורים האבן אפגעשמועסט אז צו זיין פארזיכטיג זאלן זיי גיין נישט נאנט איינער צום צווייטן, כדי די וועכטער זאלן זיי נישט באמערקן, און נאכ'ן זיין אויף דעם פארזיכערטן רוסישער שטח וועט מען זיך צוזאמען טרעפן אויף א פארזיכערטן ווינקל, והיה המחנה הנשאר לפליטה. יאקאב איז טאקע אריבער די גרעניץ, אבער אנקומענדיג האט יעקב זיך דערזען אז ער איז אליין. די חברים זענען נישט אנגעקומען. ביזן לעצטן טאג האט יעקב נישט געוואוסט וואס עס האט פאסירט צו זיינע ידידים. יעקב האט זיך דערזען איינער אליין, א דרייצן יעריגער בחור אין די פוסטענישן פון די רוסישע גרעניצן.

יאקאב האט געוואוסט אז אויב טרעפן אים רוסישע זשאנדארן וועט נישט טויגן, האט ער אנגעהויבן לויפן, עס איז נעבעך אין יענע צייטן מקויים געווארן "ורדף אתכם קול עלה נדף, ונסתם ואין רודף." נאכ'ן לויפן א שטיק צייט איז יאקאב אנגעקומען צו א פארווארפענעם קאלכאז אין אוזבעקיסטאן. א קאלכאז איז א רוסיש-קאמוניסטישער קאלעקטיווער פארם, וואו די פאר איינוואוינער ארבעטן צוזאמען און טיילן זיך מיט די געוואוקס. אויב מיר גייען נאך ר' יום טוב'ס ניגון איז די גענויע לאקאציע פון די קאלכאז געווען ביי אן עק וועלט ערגעץ ביים גרעניץ צווישן אינדיע און פאקיסטאן. אין די ריזיגע בערג פון דיזשאנער געגנט.

איך פרעג הרב ר' העניך פאטאש, רבי יעקב'ס חשוב'ער זון: וויאזוי איז אייער טאטע אנגעקומען אזא מרחק פון הונדערטער קילאמעטער אוועק? ענטפערט ער מיר אז דער טאטע האט אים דערציילט אז די נאטירליכע רעאקציע אין צייט פון סכנה איז צו לויפן וואס ווייטער פון דעם מסוכנ'דיגן שטח. אינמיטן די וואנדערנישן האט ער געזען א באן דורכפארן, האט ער זיך אנגעהאנגען אין א שנעל פארנדע באן, און אזוי זיך מיטגעשלעפט א מרחק רב ביז דעם דארף.


און קיינער אין דארף האט נישט געוואוסט פון זיין סוד, ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט...
יאקאב האט זיך דא קענען געלערנט וואס טייטשט בדידות, עלנדקייט. א בחור'ל פון דרייצן יאר דארף זיך אליין מתמודד זיין מיט אן אנאנימע, עלנדע לעבן. איין קליין מענטשעלע אליין אויף ג-ט'ס גרויסער וועלט!

ער האט נישט דערציילט פאר קיינעם ווער ער איז, געדענקענדיג אז אין א צייט פון סכנה גייט אן דער כלל "אין מגדת את עמה ואת מולדתה." זיין האפנונג איז געווען אז אין דעם דארף וועט ער זיצן עד יעבור זעם, און ווען עס וועט זיך בארואיגן וועט ער צוריקגיין צו זיין באליבטער היים אין פוילן. ער איז געווארן אריינגעשלעפט אלס א טייל פון די ארבעטס קראפט פון די קאלכאז, און זייענדיג א שלאנקער יונגער מענטש האט מען אים ארויפגעזעצט אויף א טראקטאר. ווי ר' יום טוב דערציילט איז ער גאנץ שנעל געווארן א מומחה אין פאך, ער האט "געפירט ווי א שיפל זיין טראקטאר אין פעלד," און ער האט גאר שווער געארבעט. "פאררויכערט דעם פנים. פארבוימעלט די הענט. קיינער אין דארף האט אזוי נישט געקענט. פירן דעם טראקטאר פארריכטן אים פלינק. פון זומפן ארויסשלעפן אים אזוי גרינג."

יאקאב האט זיך געטון דאס זייניגע, ווען זיין מויל מורמעלט פסוקי תהלים און לערנט פון זכרון ארויס; מיט קיינעם האט ער נישט געהאט קיין שום פארקער. די ארטיגע גויים האבן זיך געוואונדערט "ווער איז ער אט דער מאדנער טאדזשיק, ער גיט אויף זיי גארנישט קיין בליק."

מיר פרעגן ר' העניך'ן: פארוואס האט נישט אייער טאטע זיך אריינגעקליבן אין א דירה פון איינער פון די פויערן? ר' העניך'ס ענטפער איז זייער פשוט, אבער זייער טיף: דער טאטע איז דאך געווען א מסירת נפש איד, "בעסער דא צושמעטערט ווערן און פון תורה נישט אוועק." ער האט ליבערשט געוואלט לעבן עלנד אויפ'ן פעלד, ווי איידער האבן די נסיונות פון וואוינען אינאיינעם מיט גויים!

ר' העניך דערציילט מיר מיט גרויס רגש: דער טאטע האט ווייניג וואס דערציילט, אבער איך געדענק ווי דער טאטע האט אמאל דערציילט אז שלאפנדיג אליין אין פעלד האט ער געהאט נעבן זיך ברען מאטעריאל, און ווען ער האט געהערט ווילדער קולות ביינאכט האט ער געוואוסט אז אט זענען חיות טורפות אין די געגנט האט ער אנגעצינדן פייער אז די חיות זאלן אים נישט פארצוקן...


און זינגען פלעגט ער לידער געשמאק אין די נעכט...
וואס האט ר' יאקאב געטאן אין די לאנגע פינסטערע נעכט אויף די ענדלאזע וויסטענישן, וואו ס'איז נישטא קיין איד מיט וועמען קיין ווארט ארויסצורעדן? נו, וויאזוי געט מען זיך אן עצה? מען רעדט צום הארץ, אזוי ווי דוד המלך האט געטון בהיותו במערה, אין א פארווארפענע הייל, "עם לבבי אשיחה ויחפש רוחי," און ווי רבי יום טוב זאגט עס פאכמאניש:
"ווייל נישט פון די בערג און די פעלדער האט יאקאב געדענקט, און נישט נאך די ווילדע טאדזשיקן האט יאקאב געבענקט - ער בענקט צו זיין טאטן און מאמען אהיים. צום הייזל, צום הויפל צום בוים. ער בענקט אין ישיבה ווי ער האט פארבראכט. אין לערנען בייטאג און ביינאכט: "אמר רבא. אמר רב פפא" האט עס אביי גאר אנדערש באטראכט. א קשיא א נייע האט ער געמאכט. און צו דעם א ראיה האט ער געבראכט. און מהרש"א, רשב"א, ריטב"א, עס לויפן אדורך גיך א שעה נאך א שעה. רמב"ם, רמב"ן, רבינו תם. נישטא אין די וועלט נאך קיין בעסערע טעם. "אמר רב הונא, רב סבא המנונא" האט אויף דעם שמאי אמאל נאכגעקוקט. געקומען איז הלל און אנדערש געזאגט, ביז אינדרויסן האט שוין געטאגט."

"יאקאב דער זינגער געהייסן האט ער." פארוואס האבן די גויים אים גערופן "דער זינגער" ווייל ער האט געארבעט פיזיש אויפן טראקטאר, אבער זיין קאפ איז געווען אין די גוטע צייטן, און ער האט נישט אויפגעהערט זינגען פסוקי תהלים, די גמרא ניגון און אידישע שירים זיך צו האלטן ביים חיות.

ר' העניך דער זון דערציילט אונז: נישט אומזיסט האט מען א נאמען געגעבן דעם טאטן "דער זינגער," ער איז טאקע געווען א וואונדערליכער בעל מנגן, א הארציגע שטימע מיט א חוש פון קאמפאזיציע, צו מלחין זיין ניגונים. אונזער שטוב איז געווען אן אפענע שטוב, מיט געסט וואס האבן זיך געשפירט ווי ביי זיך אינדערהיים. ביי די סעודות זענען אלס אנוועזנד געווען געסט, ישיבה לייט און אורחים. דער טאטע פלעגט זינגען הערליך שיין און אלע פלעגן מיטזינגען. מערערע מענטשן פלעגן ספעציעל קומען הערן דעם טאטנ'ס זמירות. יא, ווירקליך "יאקאב דער זינגער"...

אין א קאלכאז גייט דער סיסטעם אז מען טיילט פאר אלע ארבעטער אזוינע "טשעק"-צעטלעך וואס גיט רעכט צו קויפן עסן. יאקאב האט באקומען די עסן צעטלעך, צווישן אנדערע האט מען געקענט קויפן פלייש, אבער יאקאב האט נישט געגעסן קיין פלייש, ער האט זיך ערנערט בלויז פון רויע פרוכט און ירקות. די טשעקס האט ער זיך אוועקגעלייגט, אפשר וועט עס אמאל צונוצקומען.

יאקאב האט נישט ארויסגעגעבן זיין אידענטיפיקאציע, מורא האבנדיג אז די ארטיגע מוסלמענער איינוואוינער וועלן אים פייניגן צוליב זיין אידישקייט, אבער מצוות האט ער געהאלטן באהאלטענערהייט, א קאפל האט ער נישט געהאט אבער אויך נישט קיין הוילע קאפ, אויפן קאפ האט ער געהאט א ארבעטס היטל, און די תפלות האט ער געזאגט אויפן פעלד, ווען די גרויסע הימל איז אויסגעשפרייט העכער זיין קאפ. ער האט געציילט די טעג און אזוי געוואוסט ווען עס איז שבת, ווען ער האט נישט געטון קיין מלאכות.

ביטערע שמועות זענען אנגעקומען אין קאלכאז איבער די שמדות ורציחות וואס היטלער'ס יונגען פירן דורך איבער אייראפע. יאקאב האט געהערט און געשוויגן ווען זיין הארץ טריפט בלוט, נישט האבן איינעם מיט וועמען אינאיינעם א קרעכץ צו טאן. אבער אין הארץ האט געפלאקערט ווי א פייער די בענקשאפט צו זיינע עלטערן און ליבע, נישט וויסנדיג וואס איז געפאלן אין זייער גורל.

יאקאב האט געהאט איין איינציגע זאך וואס האט געבראכן די עלנדקייט, און ארויסגעגעבן זיינע הרגשים, א פייפערל (הארמאניקע) מיט וועלכן ער האט זיך פון צייט צו צייט געזעצט שפילן זיינע ניגונים און אויסגיסן זיינע הרגשים. אויפ'ן פעלד ביי א ברענענדיג פייערל איז זיך יאקאב געזעצן מיט די פארמאכטע אויגן און זיין פייפערל האט ארויסגעלאזט גאר הארציגע קלאנגען פון די טיפענישן פון זיין בענקענדיגער נשמה. די לאקאלע גויים פלעגן זיך צוזאמען לויפן און הערן מיט געשמאק און קוקן מיט הערצה אויף דעם מיסטעריעזן יאקאב דער זינגער.


יוסף הצדיק'ס נסיון
איין טאג איז געקומען דער גרויסער נסיון, די אקט וואס האט איינגעהאנדלט פאר יאקאב אייביגע אנערקענונג, א אקט וואס דורי דורות וועלן אידן נאכזינגען מיט רגש. און לאמיר עס ברענגען מיט ר' יום טוב'ס ווערטער:

"שבת אין דעם טיי הויז, ביי דעם טשייניק טיי, איז ער געזעסן, יאקאב! און עס האט קיינמאל נישט אויפגעהערט. רופט זיך אן צו אים דער בעל הבית, דער פירער פון זיי אלע: יאקאב! איך וויל מיט דיר רעדן צו די זאך, איך האב טאכטער יונג און שיין, איך וועל דיר געבן פאר א כלה, יאקאב! און אויך נדן קריגסטו גאר אסאך. דרייסיג בהמות, פופצן אקסן, צוואנציג קליידער פאר דיין כלה, יאקאב! און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט! און עס הערן די טאדזשיק, און זיי האבן אן צו שרייען: יאקאב! דו קריגסט די שענסטע כלה אין דער וועלט!"

"דער פירער פון זיי אלע" – ווי עס שטעלט זיך ארויס איז עס געווען דער ארטיגער מאכער פונעם קאלכאז, דער הערשער פון וועמען אלע האבן געציטערט. און ער האט אנגעטראגן פאר יאקאב: דו געפעלסטו מיר זייער, איך וויל דיר פאר א חתן פאר מיין איינציגער טאכטער. און ער האט צוגעזאגט גרויסע געלט. ער האט טאקע נישט געזאגט, אבער עס איז געווען גאנץ קלאר אז אויב נישט, וועט עס נישט גיין אזוי גלאטיג. דער קאלכאז פירער האט געקענט באשטראפן...

יאקאב איז געווארן דערשוידערט, און נישט געקענט קומען צום ווארט, און געבליבן שטיל פארשטיינערט: "יאקאב זיצט די קאפ געבויגן. און רעדט נישט קיין ווארט. ער איז יעצט אוועקגעפלויגן. אין א ווייטן, ווייטן ארט"

דער קאלכאז פירער האט אנגענומען יאקאב'ס שטיל שווייגעניש ווי א הסכמה, און זיך דערפרייט אז אט אט וועט עס געשען; יאקאב ווערט זיין איידעם!

אבער יעקב איז געקומען צו זיך, און אנגעהויבן אנאליזירן דעם מצב, "ער זעט זיין מאמע בענטשן ליכט, און זאגט א תחינה מיט: איי היט מיין יאנקל, באשעפער, ער זאל בלייבן דארט א איד. יאקאב הויבט זיך אויף. און רופט זיך הויך אן: "איך בין א איד און איך קען עס נישט טאן! מיין תורה ערלויבט מיר נישט נעמען א פרוי וואס גלויבט נישט און טראכט נישט ווי איך אזוי!"

די אוזבעקיסטאנער חברה האבן מחליט געווען שוין אנצוגרייטן א מאלצייט, מיט א באַל פון טייערע וויינען, און דארטן פייערן יאקאב'ס חתן ווערן. "און עס האבן טאדזשיקן א פלאן זיך געמאכט. צו מאכן א סעודה אויף מארגן ביינאכט. און יאקאב וועט מען אויך ברענגען און באלד. חתונה מאכן אפילו מיט געוואלד...!"

*


"שטיל דער פארנאכט. ביים טראקטאר זיצט יאקאב אליין. ער זיצט און טראכט, און הייבט אן אלעס פארשטיין. אז זיי וועלן קומען צו אים אהער באלד, און נעמען אפילו מיט געוואלד. מען וועט אים אנטרונקען מיט אפּיום און וויין. דעמאלטס וועט ער זייערער זיין."

יאקאב האט אנגעהויבן געפערליך ציטערן, וואס טוט מען דא, ווי אנטלויפט מען. א יונגער בחור, איינער אליין, נישטא מיט וועמען זיך דורכרעדן, נישטא וואוהין צו לויפן, וואס טוט מען?
ווי א שטורעם ווינט האט די מסירות נפש'דיגע נשמה פון יאקאב זיך אויפגעפלאקערט, ניין! בשום אופן וועל איך מיר נישט לאזן! מען מוז אנטלויפן. און ער האט אנגעהויבן לויפן מיט גרויס אימפעט צו גיין נעמען די עטליכע חפצים זיינע, און די ביסל "עסן טשעקס" וואס ער האט, אין אזא קריטישע צייט קען עס צונוץ קומען. אנקומענדיג נאנטער אין דארף האט יאקאב געזעהן די הערליכע פאראד וואס מען גרייט אים אן, די געשמאקע וויין וואס ווארט אים אפ, עס האט אים אנגעהויבן מוטשען אן אינערליכע שטימע, "יא, יאקאב, דו וועסטו זיין גליקליך!" פון איין זייט זענען דא אלע לאגישע און מענטשליכע סיבות אויף יא, ביסט עלנד אליין, ארים ווי דער נאכט. דא איז מען אויסן דיר צו נעמען און דיר באגילדן מיט א ווייב און מיט אוצרות געלט און כבוד - אלע לאגישע חשבונות זאגן אז עס איז א גליק. אבער די צד שכנגד איז זייער פשוט: "איך בין א איד און איך קען עס נישט טאן!" די תורה אבער וואס רבי יעקב האט געלערנט ביי רבי אלחנן וואסערמאן, רבי משה'לע סטאלינער און רבי אהרן קאטלער איז שטארקער פון אלע גופניות'דיגע תאוות און לאגישע חשבונות. "אמר רבא, אמר רב פפא. זעט ער איין אותיות פלוצלונג אין וועג. זיי ווינקען, זיי רופן און רעדן מיט שרעק: וואס טוט איר ר' יעקב שנעל לויפט אוועק!"

נו, און וואס האט יאקאב געטון? ר' יום טוב אינעם ניגון לאזט דא אליין כאפן די נקודה. מיט א הייליגע גבורה האט יאקאב זיך גענומען לויפן מיט אימפעט צום נאנטסטן וואלד, יארן שפעטער האט יאקאב נאך גערעדט מיט פחד פון די שרעקליכע וואלד, וואו קיין מענטש האט נאך נישט געשפאנט, פול מיט חיות טורפות. דארטן האט יאקאב זיך באהאלטן אין די טיפענישן ארומגענומען מיט פחד און בהלה, און ווי ר' יום טוב ברענגט עס ארויס בלשונו הזהב, "און ווייט אויף די הויכע בארג, אין די פינסטערע נאכט. קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגן, מיט די אויגן צוגעמאכט. ביי די זייטן א טיפער אפגרונט, אויפן קרבן גרייט. יאקאב האט פאר זיי נישט מורא, און זיין הארץ איז פול מיט פרייד!"


ער זעט זיין מאמע בענטשן ליכט, און זאגט א תחינה מיט...
א גאנצע נאכט האט ר' יעקב געוויילט אין די שרעקעדיגע וואלד. פון איין זייט האט ער געציטערט אז די גויים וועלן אים אויפזוכן און כאפן, און פון דער אנדערער זייט האט ער געציטערט פון די חיות רעות אין וואלד. ר' יעקב האט אמאל געזאגט צו זיינס א קינד וואס עס האט אים געגעבן די גבורה צו באהאלטן זיך אין וואלד פאר כבוד שמים, ער האט זיך דערמאנט די מסירות נפש און ערליכקייט אין זיין עלטערן'ס שטוב, עס איז אים ארויפגעקומען אויפן זכרון ווי זיין מאמע האט זיך אנפאנג וואך געשפארט געלט צו קענען קויפן מעל צו מאכן קישקע אויף שבת... די מאמע'ס געטריישאפט און תמימות צו אזא מנהג קל האט מיר געטריבן.

דעם אנדערן אינדערפרי ווען אין די קאלכאז איז מען נאך געשלאפן טיף, זעט זיך ר' יאקאב ווי אין א פעלד נישט ווייט האט געלאנדעט א קליינע פליגער, וואס האט געברענגט עסנס און סחורה צום קאלכאז, יאקאב האט שנעל אנגעהויבן אין גרויס אימפעט אהינלויפן, ר' יעקב איז צוגעלאפן צום פילאט, און אים אריינגעשטופט אין די האנט די אלע "עסן טשעקס" וואס ער האט זיך אנגעזאמלט, און געבעטן, "נעם מיר אוועק פון דא." דער פילאט וואס האט קיינמאל נישט געזען אזויפיל געלט האט מסכים געווען, און די קאלכאז איז געבליבן אן איר טראקטאריסט...


ניין, רבי אהרן קאטלער האט אנדערש געלערנט פשט...
די פליגער האט אים געברענגט צו סאמארקאנד, אין בוכארא (ווי ר' יום טוב ערליך איז געווען, אזוי ווי ער זינגט אין זיין ניגון "סאמארקאנד"). ר' יעקב האט אויפגעזוכט די בית מדרש, און זיך אריינגעזעצט.

מיט א געוואלדיגער תשוקה האט יאקאב זיך ארויפגעווארפן אויף דעם ערשטן ספר וואס ער האט געזען, און גענומען לערנען נאכדעם וואס ער האט שוין יארן נישט געזען קיין אידיש ווארט.

ר' יום טוב ערליך האט מיט יארן שפעטער דערציילט איבער די באגעגעניש מיט ר' יעקב: "אין בית מדרש האט פלוצים אריינגעוואקסן א הויכער בחור מיט צעפלאשעטע האר און פארשווארצט פון ארבעטן אין די זון. קיינער האט נישט געוואוסט ווער ער איז, און יענע יארן האבן מיר מורא געהאט פון רוסישע שפיאנען, האט קיינער אים נישט באגריסט, און אים איגנארירט."

נאך עטליכע טאג וואס דער פרעמדער מענטש איז געווען אין שול, האבן צוויי יונגעלייט געלערנט בחברותא א תוספות, און זיך געמוטשעט צו פארשטיין פשט, די צוויי האבן זיך געקריגט איבער דעם אמת'ן פשט, ווען אינמיטן הערן זיי א פרעמדן קול, "ניין, רבי אהרן קאטלער האט געלערנט סך א בעסערן פשט...!" זיי האבן זיך אומגעקוקט און געזען אז דאס איז דער גרינער... זיי האבן אים באלד ארומגעהאלזט און געקושט.

די אידן האבן אים שנעל אנגעהויבן ארויסהעלפן, אנקליידן און געבן סעודות און א געלעגער. גאר נאנט איז ר' יעקב געווארן מיט ר' יום טוב ערליך, און נאך יארן נישט רעדן קיין ווארט צו קיינעם האט ער זיך געפרייט צו ר' יום טוב'ס אוזן קשבת און אים אלעס דערציילט.

צוזאמען איז די קבוצה אנגעקומען נאכ'ן קריג קיין פראנקרייך, וואו ר' יעקב האט געטראפן זיין ריכטיגע כלה יענטל שתחי', פון א חשוב'ע חסיד'ישע שטוב. זי האט איבערגעלעבט די שבעה מדורי גיהנום אין אוישוויץ, און האט ענדליך געטראפן טרייסט מיט איר טייערן מאן.

די חתונה איז פארוואנדלט געווארן אין א היסטארישער חתונה, ביי אט דער חתונה האט ר' יום טוב דערציילט די פלא'דיגע געשיכטע וואס באגלייט אידן פאר יארן לאנג.


ויהי אחרי המגיפה
וויאזוי איז ווייטער געגאנגען ר' יעקב'ס לעבן? א שמועס מיט ר' העניך שטעלט פאר א דמות פון א אמת'ער העלד וועלכער האט נישט בלויז העלדיש דורכגעלעבט א נסיון, נאר האט געלעבט א הויכע אַרט לעבן. ער איז בייגעשטאנען אומצאליגע נסיונות אין טאג טעגליכן לעבן און געבליבן אן אמת'ער בן עלייה, א חסיד'ישער בן תורה, א תלמיד פון רבי אלחנן און רבי אהרן, און גלייכצייטיג א געווייקטער סטאלינער חסיד.

ווען רבי אהרן איז אנגעקומען קיין אמעריקע האט יאקאב זיך געפריידט צו טרעפן דא זיין רבי ומורה דרך, און ער האט אנגעקניפט א נאנטן קשר מיט זיין גרויסער רבי ר' אהרן קאטלער זצ"ל. ווען רבי אהרן האט געגרינדעט דעם גרויסן מבצר התורה בית המדרש גבוה אין לעיקוואוד האט רבי יעקב זיך באזעצט אין לעיקוואוד וואו ער האט חובש געווען ספסלי בית המדרש און איז געווען בארימט אלס איינער פון די למדנים מובהקים פון דעם מעון אריות. און אפילו צווישן די גרויסע לייבן האט ער ארויסגעשטארט מיט זיינע געבענטשטע אייגענשאפטן. ביים געבורט פון זיין זון האט ר' יעקב מכבד געווען רבי אהרן'ען מיט סנדקאות.

ווען ר' יעקב האט זיך באזעצט אין בארא פארק האט ער מיט זיין רצון צו מרביץ תורה זיין, מייסד געווען א בית מדרש אויפ'ן נאמען פון זיין טאטן, "בית חנוך העניך", אויף די פערצנטע עוועניו און דריי און פערציגסטע גאס (וואו עס איז היינט די קאסאניער בית מדרש), וואו אידן זענען געזעסן און געלערנט. ר' יעקב האט מקבל פנים געווען ווער עס איז נאר אריינגעקומען און אידן האבן זיך דארטן דערקוויקט.

Yakob2.JPG
Yakob2.JPG (24.24 KiB) געזען געווארן 4929 מאל

יאקאב אין זיינע מיטעלע יארן


איש חי ורב פעלים
רבי יעקב האט פיל אויפגעטון פאר תורה און אידישקייט, ער איז געווען פון די פני הקהלה אין קהלת הקודש קארלין סטאלין, און ער האט געהאט די געוואלדיגע זכייה צו זיין אין מערערע זאכן דער ראש וראשון שבקדושה. די צדיקי הדור האבן געשעצט זיינע גרויסע אקטיוויטעטן, און פיל פעולות הקודש איז ער געווען דער מכניס ומוציא בהצנע לכת.

דער זון ר' העניך געט מיר צוויי דוגמאות: ער איז געווען דער ערשטער וואס האט מייסד געווען אזא מושג ווי א ישיבה וואו מען לערנט ביינאכט. פאר זיין צייט איז נאר געווען ביינאכט א מושג פון "משמר" אין די ישיבות גדולות, אבער אן קיין געהעריגן סדר הישיבה. רבי יעקב האט מייסד געווען אין זיין געגנט א נאכט ישיבה, ער האט באצאלט פאר מגידי שיעור פון די גוטע ישיבות מיר, תורה ודעת און נאך, אז זיי זאלן קומען אין בית המדרש לערנען מיט בחורים, און אזוי האט זיך צעביסלעך אנטוויקלט אז ביינאכט דארף מען אויך לערנען, און מיט דער צייט האבן די ישיבות געמאכט "נאכט-סדר". רבי העניך דערציילט מיר אז גרויסע תלמידי חכמים זענען מעיד אז דער סדר הלימוד ביי ר' יעקב'ן האט משפיע געווען לטובה, און בזכותו זענען זיי געוואקסן תלמידי חכמים.

ר' יעקב האט מייסד געווען אז די כוללים וואו עס לערנען יונגעלייט תלמידי חכמים זאלן אפקויפן א בילדינג און די יונגעלייט זאלן קענען וואוינען דארט פאר א מינימאלע רענט, צו קענען בלייבן ביים לערנען מיט מנוחה. עטליכע ישיבה'שע געגענטער האבן טאקע היינט אזא סארט זאך.

עס איז זייער טרויעריג, אבער ר' העניך דערציילט מיר אז אט די הייליגע פראיעקט האט געקאסט ר' יעקב'ן דאס לעבן ווען ער האט געקויפט א בילדינג צוצושטעלן קווארטיר פאר די תלמידים פון דער ישיבה בית התלמוד, און דארטן האבן אים מענטשן פארוויקלט אין שוועריגקייטן און ער איז געבליבן נקי מנכסיו. די זאך האט צוגעטרעטן ר' יעקב'ן צום הארצן, און אין די יונגע עלטער פון צוויי און פופציג יאר איז ר' יעקב נפטר געווארן, לדאבון לב כל יודעיו.

די פלא פון דעם איז אז ר' יעקב זצ"ל, ווען ער האט עוסק געווען אין דער זאך, צו אפקויפן א בילדינג פאר די וואוינונג פון בני תורה, איז ער געגאנגען צום באבובער רב, כ"ק אדמו"ר רבי שלמה'לע זצ"ל, וועלכער האט זייער משבח געווען די אינציאטיוו, און דער באבובער רב האט ארויסגענומען א ריזן סכום פון פינף הונדערט דאלער פאר השתתפות אין די פעולות. ער האט אבער דאן מיט אן ערנסט פנים זיך געוואנדן צו ר' יעקב: "גיט אכטונג, ווייל מענטשן צאלן רעה תחת טובה, איר קענט נאך אלעס פארלירן..." און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז טאקע געווען חכם עדיף מנביא, און נאכדעם ווי ר' יעקב האט געמאכט דעם פראגראם האבן מענטשן אים פארפלאנטערט און פארארעמט. א זאך וואס האט אים געקאסט דאס געזונט.
ר' יעקב האט איבערגעלאזט א חשוב'ע שטוב. זיין חשוב'ע ווייב איז היינט פון די חשוב'סטע פרויען אין באלטימאר, פון די בארימטע חסד אדרעסן אין דער שטאט.


שבט בני יעקב
די זין פון ר' יעקב זענען בני תורה, און חשוב'ע געווייקטע סטאלינער חסידים. עס איז זייער אינטערעסאנט א בליק צו טאן אויף די שידוכים וואס ר' יעקב האט דורכגעפירט, ר' יעקב האט נישט געקוקט אויף קיין קרייזן און הויפן, זיין ציל איז געווען איינס: א תורה'דיגע ערליכע שטוב.

ר' העניך – וועלכער האט אונז געגעבן די עהרע און הנאה פון רעדן מיט אים איבער זיין טאטע – איז אן איידעם ביי איינער פון די צדיקי ירושלים הרה"ג רבי דוד פאלטוסקער זצ"ל מגדולי חסידי ברסלב, רבי העניך דערציילט אונז אז זיין שווער איז געווען א אמת'ער חסיד ופרוש, און איז מעיד אז טראץ וואס ער איז געווען מיט אים זייער נאנט, האט ער קיינמאל נישט גערעדט קיין פינף מינוט מיט זיין שווער, אויסער דברי תורה.

גאר אינטערעסאנט איז צו קוקן אויף ר' יעקב'ס אנדערע מחותנים וועלכע זענען ממש צוויי קאנטראסטן, איין ברודער פון ר' העניך איז אן איידעם ביי הרה"ח רבי אורי בלויא שליט"א בן הרה"צ המפורסם ר' עמרם בלויא, דער פירער פון "נטורי קרתא", אין דער צייט וואס אן אנדערער ברודער איז גאר אן איידעם ביי הגאון ר' חיים צימערמאן א גאר קאלירפולער פערזענליכקייט, פון די פראמינענטע דעה זאגער אין די קרייזן פון די "מזרחי"...

וויאזוי האבן אזעלכע צוויי שידוכים געקענט צושטאנד קומען? ווייל ר' יעקב אליין איז געווען קאלירפול, ביי אים איז נישט געווען קיין טיילונגען פון מחנות און עדות, ווי זיין הארץ האט געצויגן זעענדיג יראת ה' און תורה האט ער בוחר געווען. נאר אזוי איז ער געווען מגדולי תלמידי רבי אהרן קאטלער, און גלייכצייטיג מגדולי חסידי קארלין.

אזוי האט ר' יעקב געהאט א שטוב ווי די קינדער האבן טאקע גערעדט ענגליש, געגאנגען קורצע פאות, אבער זענען געווען באווארענט אז אין א שטוב ווי עס איז דא א טעלעוויזיע טארן זיי נישט גיין שפילן...

ר' יעקב איז נפטר געווארן יונגערהייט, אבער זיין זכרון אלס אנערקענטער העלד לעבט אין אידישע הערצער, יהא זכרו ברוך!

***



ולא מחזיק טיבותא לנפשיה
רעדנדיג מיט ר' יאקאב'ס זון, ר' העניך זאל זיין געזונט, שטעלט זיך ארויס א געוואלדיגע זאך, ר' יעקב, ווי פארצייטישע חסידים, איז געווען א געוואלדיגער הצנע לכת, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים ער זאל דערציילן די מעשה, ווען מענטשן האבן אים געפרעגט איבער די מעשה האט ער געענטפערט "פרעג ר' יום טוב ערליך". און ווען מען פלעגט פרעגן ר' יום טוב ערליך האט ער געזאגט: "איר זאלט וויסן ר' יעקב איז א 'גדול'!"

גאר זעלטן האט ער זיך אויסגעדרוקט ווען איינער האט אים געפרעגט: "איך האב געהאט א מעשה ווי יוסף הצדיק."

מיר פרעגן ר' העניך: ביי אייך אינדערהיים האט געארבעט די טעיפס – ריכטיגער געזאגט: קאסעטעס – פון רבי יום טוב? "נו אוודאי – ענטפערט ר' העניך – מיט דעם זענען מיר אויפגעצויגן געווארן." און וויאזוי האט איר געשפירט, וויאזוי איז געווען אייער טאטע'ס רעאקציע ביים הערן דעם ניגון "יאקאב"? ר' העניך ענטפערט פשוט, דער טאטע איז געווען זייער א באהאלטענער, ער האט גארנישט ארויסגעוויזן, מיר האבן געוואוסט, די מאמע האט שטאלצירט, אבער דער טאטע איז געווען מיט השתוות, ווי נישט אים מיינט מען עס. ווען איר האט אים געזען אין בית מדרש וואלט איר אויך נישט געטראכט אז דא רעדט זיך פון א איד א תלמיד חכם, מתלמידיו הגדולים פון הגר"א קאטלער זצ"ל, א באהאלטענער איד.

***



אט די ניגון דארפן מיר זינגען אין שטוב
די מעשה פון יאקאב האט פאסירט אין אונזערע צייטן, אין דער תורה איז דא א מעשה פון יוסף הצדיק, עלנד אליין, אין די וויסטענישן פון מצרים, און א שרעקליכע נסיון באפאלט אים, און מיט מסירות נפש ממש איז געווען "וינס" יוסף הצדיק אנטלויפט.

מה שאירע ליוסף אירע ליעקב. אן זיך מדמה זיין צו די שבטי י-ה, האט יאקאב בייגעלעבט אין אונזער ארימן דור אזא ארט נסיון, און האט זיך דערמאנט אין דער הייליגער תורה, דמות דיוקנו של אביו נראה לו, און האט געמאכט א וינס!

יאקאב האט אפגעווארפן די זיין צייטיגע "פוטיפרע" מיט די שיינע הויז און הרחבה, און אנטלאפן, שרייענדיג וואס אידן שרייען אלע דורות, "בעסער דא צושמעטערט ווערן, און פון תורה נישט אוועק!"

צווישן אלע היינטיגע ניגונים, איז נאך אזא מוסר השכל ניגון ווארשיינליך נישט ארויסגעקומען. די און ענדליכע ניגונים האבן די כח איינצובאקן אין שטוב מסירות נפש!

נאר איין וועג עס האט די תורה. און דאס איז דער וועג. בעסער דא צושמעטערט ווערן. און פון תורה נישט אוועק.
נישטא קיין זאך וואס קען אים אפשרעקן. דעם ערליכן איד אז ער גייט נאר אין גאטס וועגן. גייט גאט מיט אים און ער היט!

***



דער ניגון

די ניגון איז א קאלאסאלע ווערק, די מעלאדיע נעמט דעם צוהערער אויף א רייזע. טרויער, שמחה, שטאלץ און צעבראכנקייט. דער ניגון כאפט אן דעם הערער און זעצט אים אויף יאקאב'ס טראקטאר, און נעמט אים מיט ביי אלע אנטוויקלונגען פון די שפאנענדע דראמע.

דער פארפאסער געט נישט ארויס די פרטים פון די מסירת נפש אקט, און שילדערט מער די ערשטע טרעפ, ווי א געניטער משורר קארמעט ער נישט אן די ניגון אין מויל אריין, נאר ערקלערט דעם קאריקאטור פון וועמען מען זינגט, ציט אן די נייגער און ברענגט אז מען זאל זיך אידענטיפיצירן און מעריך זיין דעם דמות, און נאכהער ביים סוף זאל מען אליין כאפן דעם גרויסן אקט.

***



דער העלד פון די געשיכטע קאמפאזירט דער ניגון...
ר' העניך פאטאש דערציילט מיר א זאך וואס איז אומבאקאנט און זייער אינטערעסאנט: דער טאטע האט געהאט א חוש הנגינה, און מלחין געווען ניגונים. דער ניגון פון יאקאב האט צוויי פעלער, די ערשטע איז די שטאטע וויאזוי די גאנצע ערשטע פאר שטיקלעך גייען, און שפעטער ווערט עס א לעבעדיגע טאנצעדיגע ניגון אנגהויבן ביי די שטיקל "שבת אין דעם טיי הויז," ווי אלע שטיקלעך ענדיגן זיך אויף אזא הויכע לעבעדיגע טאן "יאקאב!". די צווייטע פאל האט דער טאטע – יאקאב זעלבסט – פארפאסט און געגעבן פאר ר' יום טוב.

ווירקליך "יאקאב דער זינגער."

***



זקן ראשי הישיבות שליט"א געראטעוועט דורך "יאקאב"
הרב פאטאש שליט"א דערציילט מיר אז דער בארימטער זקן ראשי הישיבות אין אמעריקע, הגאון הגדול רבי חיים שטיין שליט"א ראש ישיבת טעלזא, איז ניצול געווארן אין די שווערע צייטן דורך די בראווע העלדישקייט פון ר' יעקב.

אין סאמארקאנד האט רבי חיים נישט געהאט די נויטיגע פאפירן וואס האבן אים געדארפט עפענען די טיר צו פרייהייט. און איז געווען אובד עצות. האט דעמאלטס אויפגעשיינט די דמות פון ר' יעקב, זיינע יארן עלנד אליין אויף א טראקטאר האבן אים געשאנקען א גרויסע דאזע פון זעלבסט-זיכערקייט אן מורא, איז ער געגאנגען אין לייב'ס פיסק אריין ביי די אינסטאנצן ערלעדיגן די שתדלנות פאר דעם יונגען תלמיד חכם רבי חיים. די איינגעשטעלטע זענען נתפעל געווארן פון יאקאב, און אים אהינגעגעבן די נויטיגע דאקומענטן וועלכע האבן געפירט צום ראש ישיבה שליט"א'ס רעטונג.

("דער בליק", אב תשס"ט)
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:22 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג יולי 15, 2013 1:59 pm

הערליכער רירענדער התעוררות'דיגער ארטיקל. פונקט אין פלאץ לכבוד תשעה באב צו געדענקען די מסירות נפש פון אידן ביים ביטערן חורבן.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 690
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך Big Boy » מאנטאג יולי 15, 2013 4:17 pm

Not that it makes much of a difference. I heard that Yom Tov Ehrlich sang it by the Chusen's Mitzvah tantz, not in middle of dancing.
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג יולי 21, 2013 9:26 pm

איך האב ארויסגעפרינט, און שבת דורכגעליינט. א הערליכע ארטיקעל. שקויעך הרב לעווין!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך נאה דורש » זונטאג יולי 21, 2013 11:08 pm

די ניגון איז נישט גוט אראפגעשריבן עס פעלן אפאר שורות. אבער די ארטיקל איז זייער שיין
באניצער אוואטאר
נאה דורש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך smart » מאנטאג יולי 22, 2013 1:25 pm

הערליכע און הארצליכע ארטיקעל. שכוח ארכיוויסט פארן עס אראפברענגען.

כזה יוסיפי בישראל נאר אזעלעכע סארט ארטיקלען אנפילען מיט דער שטערן און שפאקטיוו...
א לייק ביטע!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 611
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 602 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך בשבילי! » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:07 pm

^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:25 pm

אין אוזבעקיסטאן. אויף די בערג פון דידזשאן. ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן. א דארף איז פארהאן. וואס זעט נישט קיין באן. מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.

און קיינער אין דארף האט נישט געוואוסט פון זיין סוד. ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט. ווי וואונדערליך האט אים דער רוסישער באן. פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן. און מיט'ן טראקטאר פארשיקט דא אהער. צו ארבעטן ביטער און שווער.


ס'האט מיר געבאדערט די סתירה אין דעם ניגון, קומט יא אהין א באן אדער נישט?

לכאורה מוז מען זאגן אז די באן איז נאר געגאנגען א חלק פון די וועג און אולי איז ער גאר אראפגעפאלן פון באן אינמיטן פארן און איז געווען אין די וויסטעניש און האט צוגעוואקט צום דארף.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2507
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3916 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:31 pm

דער העלד פון די געשיכטע קאמפאזירט דער ניגון...
ר' העניך פאטאש דערציילט מיר א זאך וואס איז אומבאקאנט און זייער אינטערעסאנט: דער טאטע האט געהאט א חוש הנגינה, און מלחין געווען ניגונים. דער ניגון פון יאקאב האט צוויי פעלער, די ערשטע איז די שטאטע וויאזוי די גאנצע ערשטע פאר שטיקלעך גייען, און שפעטער ווערט עס א לעבעדיגע טאנצעדיגע ניגון אנגהויבן ביי די שטיקל "שבת אין דעם טיי הויז," ווי אלע שטיקלעך ענדיגן זיך אויף אזא הויכע לעבעדיגע טאן "יאקאב!". די צווייטע פאל האט דער טאטע – יאקאב זעלבסט – פארפאסט און געגעבן פאר ר' יום טוב.

ווירקליך "יאקאב דער זינגער."


דער טיטביד איז מיר כמוצא שלל רב. כ'האב געהאט א שפיר אז דאז זענען צוזאמגעשטעלטע תנועות. כ'בין געווען ווי איבערצייגט אז יו"ט עהרליך איז נישט דער מלחין. יעצט אז מיר ווייסן די מקור פארן צווייטן פאל, דערמאן איז זיך אז ערגעץ דא אין שטיבל האט עמיצער געקלעימט א מקור פארן ערשטן פאל מבין העמים. קאן עס עמיצער ביטע אפירזיכן?

דאס האב איך געשריבן נישט לאנג צוריק, אומוויסענדיג פון די לאבין ארטיקל.

יאקאב איז דערווייל אפשר די איינציגסטע ווערטפולע ניגון אן א מקור מן בין העמים. מיין פרעדיקציע איז אז אויב האט ער געבארגט יאקאב איז עס נישט איין פולע ניגון נאר א תנועה פון דא און דארט און אפשר צוגעלייגט א היימישע פאל אויך.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3819 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 5:41 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:
אין אוזבעקיסטאן. אויף די בערג פון דידזשאן. ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן. א דארף איז פארהאן. וואס זעט נישט קיין באן. מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.

און קיינער אין דארף האט נישט געוואוסט פון זיין סוד. ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט. ווי וואונדערליך האט אים דער רוסישער באן. פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן. און מיט'ן טראקטאר פארשיקט דא אהער. צו ארבעטן ביטער און שווער.


ס'האט מיר געבאדערט די סתירה אין דעם ניגון, קומט יא אהין א באן אדער נישט?

לכאורה מוז מען זאגן אז די באן איז נאר געגאנגען א חלק פון די וועג און אולי איז ער גאר אראפגעפאלן פון באן אינמיטן פארן און איז געווען אין די וויסטעניש און האט צוגעוואקט צום דארף.


מיין ברודער'קע האט געפרעגט מיילעך ערליך (דער פון די נ.י. טיימס!) פשט אין דע סתירה. דער תירוץ אז ס'מיינט צוויי ערליי באנ'ס. דער ערשטע איז דער צאג דער טרעי"ן מיט וואס מען פארט. דער צווייטע איז ענדליך צום ענגלישע'ן ban אז דער ukase פונ'ם רוסיש'ער רעגירונג האט איהם דארט פארשיקט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8591
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:25 pm

דרעזנער אויף קאלמע האט אמאל דאס געפרעגט פון יאקאבס זוהן, און ער האט מסביר געווען אז דער טאטע האט געהאט צוויי גלות'ן, איינס קיין אוזבעקיסטאן מיטן באן און דער צווייטע צום דערפל אנעם באן.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:52 am

א. די יארען זענען אביסל מאדנע. טאמער ער איז ערשט געווען א ברמצוה אינגעל אין ת"ש ווען ער איז אנטלאפען קיין רוסלאנד, הייסט'ס ביז תש"ה איז ער געווען אכצען יאר. ווען האט מען איהם געמאלדען דער שידוך? אלס טאטער פון פיפצען\זעכצען? אפשר ביי זיי פיהרט מען זיך אזוי, און דאס איז טאקע א חלק פון זיין העלדישקייט. קוקט'ס צוריק צו די פופצען יאר און טראכט צו מ'וואלט בייגעשטאנען. ווען די הארמאנען לויפען און די בלוט דרוקט און קיין האפענונג זעט מען נישט ארויס, און מ'מיינט מ'עט עס טוהן און שפעטער וועט מען זיך אויסדרייען דערפון, און נאך אלס שטייען אזוי שטארק! דאס איז טאקע א גבורה.
ב. אין די נוסח פונ'ם ניגון זעט מען א געוואלדיגע מוסר רעיון. 'וואס טוט איהר ר' יעקב שנעל לויף אוועק!'. פלוצלינג יאקאב דער זינגער ווערט ר' יענקעב. נאר אזוי שטייט מען ביי א נסיון. ווען מ'דערמאנט זיך אז מ'איז נישט סתם עפעס א שלעפערישער בחור אין די ווייטע וויסטעניש פון רוסלאנד, נאר א 'ר' א מענטש צום טיש, זעט מען איין די וויכטיגקייט פון יעדער מעשה וואס מ'טוט און מ'קען נישט פארשווארצען דער 'ר' מיט אזא פאסקודנע מעשה.
ג. ערגעץ האט יו"ט ערליך א ניגון ווי ער זינגט וועגען א חתונה אין סאמארקאנד. ער זינגט אין די ניגון פון 'האפ קאזאק' און ער דערמאנט אן אלטער איד וואס אלע קינדער זענען אוועק פון אידישקייט און ער איז ארעם עלענד און קראנק, און פונדעסטוועגען זינגט ער געשמאק 'האפ קאזאק, פאטשען אלע מיט די הענט, האפ קאזאק, טאנצען אלע מיט די פיס'. עפעס אזוי. איינער ווייסט וואס דאס איז? וועמענ'ס חתונה? וואס איז דארט געשען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8591
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך רוסישער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:57 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ג. ערגעץ האט יו"ט ערליך א ניגון ווי ער זינגט וועגען א חתונה אין סאמארקאנד. ער זינגט אין די ניגון פון 'האפ קאזאק' און ער דערמאנט אן אלטער איד וואס אלע קינדער זענען אוועק פון אידישקייט און ער איז ארעם עלענד און קראנק, און פונדעסטוועגען זינגט ער געשמאק 'האפ קאזאק, פאטשען אלע מיט די הענט, האפ קאזאק, טאנצען אלע מיט די פיס'. עפעס אזוי. איינער ווייסט וואס דאס איז? וועמענ'ס חתונה? וואס איז דארט געשען?
.
'האפ קאזאק טאנצן אלע מיט די פיס, האפ קאזאק, לעבעדעק און פריש'.

ער רופט עם דער 'זיידע ניסן', און אז נאכן טאנצן האט ער געפרעגט "וואו איז דער אלטער איד וואס איז דא יעצט געווען?!", "דער רבי איז דאך ערשט דא געשטאנען און געטאנצט מיט אונז". דהיינו אז ער האט זיך אויפגעהויבן העכער פון די אלע צרות און זיך פארגעשטעלט אז דער רבי שטייט דא. איך האב אויך אלעמאל געוואלט וויסן ווער דאס איז געווען.

דער ניגון זינגט מען נאר אין חב"ד צי אויך ביי אנדערע קרייזן?
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

Re: "יאַקאָב דער זינגער"

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:02 pm

ניתנה ניגון יאקאב לידרש...
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1771
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2215 מאל

הודעהדורך Buddy » דינסטאג יאנואר 29, 2019 1:59 pm

איז דאס זיין קבר?
https://mountofolives.co.il/he/deceased ... %90%D7%A9/

בילד

שיין באשריבן דא אין דארט
"פ"נ אוהב תורה וחסד החזיק והרביץ תורה ביתו היה פתוח לרוחה הר"ר יעקב פאטאש ב"ר חנוך העניך ז"ל נפטר בשנת נ"ג לחייו בש"ק ד' אדר תשל"ט "
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 29, 2019 10:55 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:
אין אוזבעקיסטאן. אויף די בערג פון דידזשאן. ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן. א דארף איז פארהאן. וואס זעט נישט קיין באן. מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.

און קיינער אין דארף האט נישט געוואוסט פון זיין סוד. ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט. ווי וואונדערליך האט אים דער רוסישער באן. פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן. און מיט'ן טראקטאר פארשיקט דא אהער. צו ארבעטן ביטער און שווער.


ס'האט מיר געבאדערט די סתירה אין דעם ניגון, קומט יא אהין א באן אדער נישט?

לכאורה מוז מען זאגן אז די באן איז נאר געגאנגען א חלק פון די וועג און אולי איז ער גאר אראפגעפאלן פון באן אינמיטן פארן און איז געווען אין די וויסטעניש און האט צוגעוואקט צום דארף.

שמעון וואלף: פאר מיר, ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט די פלאטע וואו ר' יו"ט ערליך ז"ל זינגט דעם ניגון, איז שווער געווען אט די קשיא. נאר היינט פארשטיי איך אז ס'איז נישט קיין שטיקל גמרא וואס דארף שטימען 100% מיט אלע פרטים. דער עיקר איז דער התעוררות'דיגער ניגון און דער מוסר השכל וואס מ'נעמט ארויס פון דעם. בכלל. ר' יו"ט ערליכ'ס קאמפאזיציעס און ניגונים זענען קלאסיקס. דאס זעהט מען היינט נישט...!

לויט ווי איך הער, אז אפילו די או.טי. די. אידישע יוגנטליכע הערן ר' יו"ט ערליך'ס ניגונים מיט נאסטאלגיע און טרערן אין די אויגן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דינסטאג יאנואר 29, 2019 11:18 pm

who is his kids
?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

הודעהדורך cictim » מיטוואך יאנואר 30, 2019 4:56 am

קול מבשר אינטערוויא'ס #747 קען מען הערן זיינע קינדער פארציילן די מעשה.
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 30, 2019 5:43 am

נאך א סיבה נישט צו גיין צום כותל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך calculator » מיטוואך יוני 12, 2019 9:00 pm

ווען א היינטיגער זאל מאכן די ניגון, וואלט מען אים געריפן מנוובל. ער ברענגט אראפ די אידישקייט.


אגב
וואס מיינען די ווערטער? וואויען שאקאלן אין סטיעפ
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

Re: "יאַקאָב דער זינגער"

הודעהדורך גראף » מיטוואך יוני 12, 2019 9:21 pm

calculator האט געשריבן:ווען א היינטיגער זאל מאכן די ניגון, וואלט מען אים געריפן מנוובל. ער ברענגט אראפ די אידישקייט.


אגב
וואס מיינען די ווערטער? וואויען שאקאלן אין סטיעפ
Jackals in (on?) the steppes.

https://www.google.com/search?q=jackals ... e&ie=UTF-8

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 664 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 12, 2019 9:41 pm

וואויען איז "howling" אין מאמע לשון, ס'איז אזא געשריי וואס די שאקאלן/תנים/jackals -און אזוי אויך נאך חיות ווי הינט און וועלף - מאכן, ווען מ'גייט ביינאכט אין די דרויסענדיגע געגנטער פון ירושלים קען מען זיי הערן, ס'איז גאנץ שרעקעדיג.

https://youtu.be/Yf0mV-tBx6Q

https://youtu.be/CLN_oiNTcdY
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג יוני 13, 2019 1:28 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יוני 12, 2019 11:31 pm

calculator האט געשריבן:ווען א היינטיגער זאל מאכן די ניגון, וואלט מען אים געריפן מנוובל. ער ברענגט אראפ די אידישקייט.

ירמי' דמן זינגט דעם ניגון, ער טוישט טאקע עטליכע ווערטער. די בעסטע כלה אנשטאט שענסטע, וכו'
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1279 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג יוני 13, 2019 1:13 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
אין אוזבעקיסטאן. אויף די בערג פון דידזשאן. ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן. א דארף איז פארהאן. וואס זעט נישט קיין באן. מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.

און קיינער אין דארף האט נישט געוואוסט פון זיין סוד. ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט. ווי וואונדערליך האט אים דער רוסישער באן. פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן. און מיט'ן טראקטאר פארשיקט דא אהער. צו ארבעטן ביטער און שווער.


ס'האט מיר געבאדערט די סתירה אין דעם ניגון, קומט יא אהין א באן אדער נישט?

לכאורה מוז מען זאגן אז די באן איז נאר געגאנגען א חלק פון די וועג און אולי איז ער גאר אראפגעפאלן פון באן אינמיטן פארן און איז געווען אין די וויסטעניש און האט צוגעוואקט צום דארף.

שמעון וואלף: פאר מיר, ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט די פלאטע וואו ר' יו"ט ערליך ז"ל זינגט דעם ניגון, איז שווער געווען אט די קשיא. נאר היינט פארשטיי איך אז ס'איז נישט קיין שטיקל גמרא וואס דארף שטימען 100% מיט אלע פרטים. דער עיקר איז דער התעוררות'דיגער ניגון און דער מוסר השכל וואס מ'נעמט ארויס פון דעם. בכלל. ר' יו"ט ערליכ'ס קאמפאזיציעס און ניגונים זענען קלאסיקס. דאס זעהט מען היינט נישט...!

לויט ווי איך הער, אז אפילו די או.טי. די. אידישע יוגנטליכע הערן ר' יו"ט ערליך'ס ניגונים מיט נאסטאלגיע און טרערן אין די אויגן...!


ולדעתי נראה אז דער צווייטע מאל זאגט ער נישט רוסישע באן, נאר רוסישע באנד, כאילו סאוויעטישע יוניאן בלע"ז, רוסישע באנד. כן נראה להצדיק את הצדיק דמעיקרא.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 13, 2019 1:21 pm

גראדע זאגט ער בכלל נישט אז דער באן האט אים געפירט צו יענע דארף, ס'האט אים געפירט קיין אוזבעקיסטאן, איינמאל אין אוזבעיקסטאן איז ער אויף עפעס א וועג אנגעקומען צו יענעם דארף.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט