וועקט אייך אויף! באוויינט נישט דעם תשעה באב!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וועקט אייך אויף! באוויינט נישט דעם תשעה באב!

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג יולי 15, 2013 3:30 pm

דיסקלעימער: איך האב דאס געקריגן פון איינעם, כ'ווייס נישט דעם מקור, אבער קבל האמת ממי שאמרו!

עס איז יאר תתס"ה, דער אלטער ר' חיים ליגט על ערש דוי, בנים ובני בנים כשתילי זיתים באזארגט ארום זיין געלעגער, די דאקטורים זאגן אז מיט אלע טעכנאלאגיע אינאיינעם זעהט אויס ווי די מינוטן זענען געציילטע, און ר' חיים גייט זיך אפגעזעגענען פון דער נידעריגער וועלט.

די קינדער זאגן די פסוקי יחוד, פארשטייט זיך אז מ'זאגט עס אויף קליינע מאשינקעלעך ווי עס וועט דעמאלס זיין דער שטייגער, און מ'וויינט אויף די אבידה וואס מ'האט פארלוירן! ר' חיים איז נישטא...

ר' חיים נאכן דורכגיין די שמערצן פון פירוד נשמה פונעם גוף, ער זעהט א שטארקע ליכטיגקייט, עס בלענדט אים די אויגן, ער קען נישט אהין קוקן! דאס ליכטיגקייט ציהט אים און ער ווערט אריינגעצויגן ווי אין א וועקיום פון שטראלן, און דערמיט ווערט זיין נשמה ארויסגעצויגן פון דעם שמאלן קליינעם גשר צר ווי ער האט זיך געפונען די לעצטע 120 יאר.

ער שפירט ער האט באגלייטערס וואס שטופן אים פאראויס און שלעפן אים צום ווייטן אויסגעפלאסטערטן וועג וואס ער זעהט, ער קען אבער נישט אידענטיפיצירן זיינע אונטערטראגער, זיי מאנעווירן ער זאל זיי נישט קענען זעהן.
אזוי שפאצירט ער שטיל א לאנגען וועג, ווען פלוצלינג זעהט ער זיך ארום גענומען מיט שרעקווארפענדיגע חיות און ברואים וואס ער האט נאך אזוינס אין זיין לעבן נישט געזעהן. ער ווערט שוואך פון טראכטן וואס די ברואים טוען דא? ער זעהט אלע קוקן צו אים! ער פאלט אונמאכט! מ'הייבט אים אינטער און א קול זאגט: ר' חיים! נישטא קיין צייט צו שטארבן דא! אונז דארף מיר לויפן! דער בי"ד ווארט!

עס ציטערן אים די מארעך אין די ביינער. ער ווייסט דאך יא אז עס איז ביטער! וואס טוט מען דא?

ער שטייט אין א ריזיגען מיילן ווייט אויסגעפלאסטערטן היכל מיט א ליכטיגקייט וואס לאזט נישט ארויף קוקן און ער ציטערט ווי א בלעטל ווען ער הערט אויסרופן: חיים בן גד קום אפגעבן דעם דין וחשבון...

וואס זאל איך אייך האלטן געשפאנט? הלא דברים ידועים אין די ספרי מוסר, עס סקרוכט אין די ביינער!

אבער אינדערמיט קומט ארויף אויפן טיש א דינער פלעט סקרין מלאך, מיט א טאטש סקרין קיעבארד און ער ווארפט זיך ווי א וויידל מיט א שרעקליכן צארנדיגן אויסזעהן, די מלאכים די הייליגע דרייען זיך אוועק פאר גרויל! זיי קענען נישט אנקוקן דעם צעריסענעם צעבראכענעם פארשמירטן מלאך, זעלטן זעהט מען דארט אזא קאליקע.

און דער בי"ד שרייט: ר' חיים! פארוואס האסטו געזינדיגט? פארוואס האסטו געהאלטן א כלי וואס האט דיר נאר געקענט אפילו גורם זיין לחטא?

ר' חיים שאקלט און ווארפט זיך און קוקט ארום אויב ער קען אנטלויפן און מיט גרויס פארכט מורמלט ער ארויס:

פאר ביזזזזזנננעעעס! כככהאב עס געדארפט פאר ביזזנעסס...

די ביזיונות זענען גרויס, אבער עפעס ענטפערט ער! דער סניגור שפרונגט אריין און עפנט אויף א בוך מיט קול קורא'ס און מ'לייענט פאר אז יא! חיים. איז גערעכט! פאר ביזנעס האט מען געמעגט האבן די כלים.

דער קטיגור שרייט: וואס ביזנעס? ווען ביזנעס? ער דערמאנט אים אפאר וועבזייטלעך וואס איז ווייט פון ביזנעס. און די בעסערע פון זיי זענען נייעס!

דער סניגור שרייט: די נסיונות זענען געווען גרויס! ער האט עס געהאט פאר ביזנעס און טאקע דערנאך מיאוס דורכגעפאלן!

וואס טוט מען דא? עס איז אן עולם האמת!!!

דער פסק קומט זייער שנעל:

זאל מען אפיר נעמען די ביכער און זעהן וואס ר' חיים האט געטוהן אין צייטן ווען מ'האט נישט געטוהן ביזנעס אויפן מאשינקעלע, און מ'מישט שנעל צוריק צו תשעה באב תשע"ג און מ'זעהט ר' חיים'ן זיצן ביי קינות און שיקן דזשאוקס פאר זיין גרופע! און די געלעכטערס זענען גרויס!

חיים איז ווייס! ער ווייסט שוין! ער הערט די גרויליקע געלעכטערס פון די חיות טורפות וואס ווארטן אים צו פארצוקן!

וואס ענטפערט מען?

וואס טוה איך דא? קוקט ער צום אנטוישטן סניגור וועלכער דרייט זיך אויך אוועק פון אים, נישט קענענדיג פארטיידיגן מער....

ר' חיים! וועקט אייך אויף! איר זענט נאך ביי די מעגליכקייט צו טוישן דעם דין למוטב!

לייגט אוועק די כלים ביים קינות זאגן! לאמיר נישט טעקסטן בשעת די שכינה הקדושה וויינט! די בושה וועט זיין עד אין לשער ווען מ'וועט דאס אויפשפילן אויבן, ווי אויפן קליינעם באנק זיצט ר' עקיבא מיט ר' ברוך און וויינען אויפן חורבן! און חיימ'ל שיקט טעקסט מעסעדזשעס מיט דזשאוקס!

דארף מען נאך עפעס זאגן?

מי לד' אלי? נעמט אייך פאר דאס איינע, אז ביים קינות זאגן וועט איר אויסלעשן דעם כלי! לאמיר מאכן א קידוש השם און ווייזן אונזער חלק פון קלאגן אויפן ביהמ"ק מיטן אוועקגעבן א באקוועמליכקייט פאר צוויי שעה! קענט איר דאס באווייזן? אודאי!

לאמיר שפרייזן צוזאמען!!!

לאמיר אלע אויסבעטן די גאולה שלימה! לשנה הבאה בירושלים!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך פרישער » מאנטאג יולי 15, 2013 3:33 pm

דער מקור איז זאלץ וואסער אויף אייוועלט
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג יולי 15, 2013 3:33 pm

געטראפן מקורו: אייוועלט: מי לד' אלי?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 3:38 pm

שארף....
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (101.82 KiB) געזען געווארן 280 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2441
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 2229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 3:38 pm

זייער שיין. איך האב וואס מוסיף צו זיין, אבער נישט בעפאר ת"ב.
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 3:45 pm

אויף וואס וואלסטו מוסיף זיין ןאויף די צעטעל? זאלצוואסער?
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2441
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 2229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 1:43 pm

סאשי פיש האט געשריבן:שארף....

איינער האט אמאל געשריבן א גראם אויף אן עינליכן מהלך:
רבותי עטץ זאלט וויסן
ס'איז גרויסע היצן
ס'איז כלו כל הקיצין
ס'איז גארנישט קיין וויצן
דער עוילעם טוט זייער שטארק שוויצן
על כן, דעריבער בעיטן מיר א יעידער זאל זיצן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט