תשעה באב - א בריוועלע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

תשעה באב - א בריוועלע

שליחה דורך פרישער »

צי מיינע חשובה טייערע קינדער שיחיה

היינט איז תשעה באב ביינאכט, היינט איז דער טאג פון טרויער, מיר אידען האבען באקימען דעים טאג בלויז פאר טרויער, אין היינט ברויך מען טרויערן אויף אלע צרות וואס אידען גייען דורך, היינט קען מען נישט ארבייטן, היינט טאר מען נישט לערנען, אלעס נאר וועיגן איין סיבה מיר זאלען נישט האבען קיין שום אנדערע אפהאלטענישן, אלע אנדערע זאכען וואס דער געוועינליכער טאג האלט אינז אפ איז נישט שייך, היינט מיזן מיר מאכען א חשבון הנפש אויף אלע אינזערע צרות וואס מיר גייען דורך, א טאג וואס מען טאר נישט מסיח דעת זיין פון טרויער, אפילו בדרך כלל גייט אינז פיין, מיר זענען געראטן, מיר זענען שטאלץ, מיר האבען פון אלעם גיטען ב"ה, דאך איז היינט דער טאג וואס אלע שוועריקייטן וואס יעדער באזינדער גייט דורך ברויך איהם שטיין פארנט פון זיין געזיכט, און ברויך ווערן דערפין טרויעריג, מיר ברויכען אריין טראכטען אז אלע צרות קימט ציליב אינזערע זינד, און ציליב אינזערע זינד זענען מיר גורם צער פאר די שכינה הקדושה, וואס ציליב וואס מיר זענען נישט אויסגעלייזט, מיז דער אייבישטער זיין דא מיט אינז אין גלות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק עמו אנכי בצרה.

ווער ווי אינז ווייסען וואס פאר א צרות מיר גייען אדורך, יעדער איינער ביי זיך ווייס און קען זיך מאכען אן אייגענע חשבון הנפש, ווער ווייסט דען נישט דו צרות וואס אידען בכלל גייען דורך, ווי קענען מיר דען נישט טרויערען ווען מיר הערען אזעלכע שרעקליכע נייעס יעדען טאג, צו איז עס ביטערע גזירות, אדער סתם מענטשען וואס מיטשען זיך מיט קינדער, אדער קינדער וואס גייען נישט און אידישען דרך, עס טיט אזוי וויי ווען מען זעיט עלטערען וואס זענען געגאנגען און פייער פאר זייערע קינדער און די קינדער גליטשען נעבעך אוועק, צו איז עס עלטערען וואס דרייען זיך ארים מיט נישט געזינטע קינדער רח"ל, מען זעיט נעבעך אזויפיל אינגע מענער און פרויען וואס זענען נעבעך פליצלינג אוועק געריסען געווארן פון אינז, קינדערלעך היינט איז דו צייט צי קלאגען אויפן חרבן, היינט איז געמאכט פאר אינז צו זיין ציבראכען און נישט קארגען קיין קרעכץ אויף צרות ישראל און אויף צער השכינה.

לאמיר אבער וויסען אין נישט פארגעסען אז מיט תפילה קען מען אלעס אויספוילען, אפילו מען זעיט נישט קיין וועיג ארויס זאל מען וויסען אז מיט תפילה פוילט מען דער אייבישטער העלפט, און קיין שום תפילה גייט נישט לאיבוד,

עס איז באוויסט אז תשעה באב און די צייטן פון דו דור המידבר זענען יערלעך אויסגעשטארבן פיפצען טויזענט מענער, וואס זענען אלט געוועיזען צווישען צוואנציג און זעכציג, א גרויסע טראגעידיא האט פאסירט יערלעך, איך וועל ענק דערציילען פארוואס.

דו אידען האבען נישט געגלייבט און דבר השם דער אייבישטער האט געזאגט צו משה רבינו אז מען גייט באקימען א ארץ זבת חלב ודבש, און מען וועט עס איינעמען, זענען דו אידען געגאנגען און גערעדט לשון הרע אויף ארץ ישראל, און געשיקט שפיאנען אויף ארץ ישראל, און דו נאכט פון תשעה באב האבען זיי געוויינט און גערעדט אויפן אייבישטען און אויף משה, האט דער אייבישטער געשוואוירן אז קיינער פון דעים שלעכטען דור וועט נישט זעין ארץ ישראל, נאר דו קינדער וועלען עס זעין, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וטפחם אשר אמרתם לבז יהיה המה יבואו שמה ולהם אתננה והם ירושיה, ווען דער אייבישטער שווערט שוין איז געוועינטלעך נישט דא קיין וועיג ארויס, דער אייבישטער ציט נישט ציריק פון קיין שווערינג.

דו אידען זענען דעמאלץ געוועין בארלייפיג זעקס הינדערט טויזענט און צאל האבען געוויסט אז און דעים מדבר וועלן זיי שטארבען און די פערציג יאר, דאס האט געמיינט אז פיפצען טויזענט טויטע זענען געשטארבן אין די נאכט פון תשעה באב, נו איז דאך געוועין א גרויסע פראבלעים אז ווער קען זיך פארענען מיט אזויפיל טויטע, האבען דו אידען וואס זענען געוועין געסטעמפעלט מיטן אייבישטענס שבוע, זיי האבען זיך אויסגעגראבען א קבר יעדעס יאר מיט גרויס געוויין, מיט א הייסע תפילה צים אייבישטען אז ער זאל מבטל זיין דו ביטערע גזירה, זיי האבען געוויינט און געקלאגט אויפן גרויסען חרבן וואס גייט זיין מארגען באטאג אז פיפצען טויזענעט פונעם כלל גייען בלייבען אין זייער אייגענעם געגראבענעם קבר, קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי עס זעיט אויס ווען איינער ווייסט אז ער גייט מארגען שטארבן.

באטאג זענען דו לעיבן געבליבענע ארויסגעקראכען פון זייערע קברים און זיך געפרייט אז זיי זענען נישט פון דעי וואס זענען געשטארבן, און פיפצען טויזענט זענען אבער יא געבליבען באגראבעו, אזוי זענען דו פראצענטען געווארן ווייניגער און ווייניגער, ביי דו לעצטע פיפצען טויזענט, ווען זיי האבען זיך אריין געלייגט אין דער קבר האבען געוויסט אז דאס איז עס, איז אבער געשעין א נס, און זיי זענען תשעה באב ציפרי ארויסגעקראכען פון די קברים, דערציילט דו גמרא, אז די אידען האבען געקלערט אז זיי האבען זיך טועה געוועין און דו צייט, זענען זיי נאכט נאך נאכט אריין און קבר ביז חמשה עשר באב, ווען די לבנה איז גאנץ וואס דעמאלץ האבען זיי שוין פארזיכער געוויסט אז זיי האבען זיך נישט טועה געוועין, האבען דו אידען געפייערט א יום טוב,

פרעיגט דו וועלט פארוואס טאקע האבען די אידען זוכה געוועין אויפצישטיין, פארוואס פונקט די פיפצען טויזענט זענען יא אנגענימען געווארן זייער תפילה, וואס זיי האבען מתפלל געוועין ווען זיי האבען אויסגעגראבען זייער קבר, אויך ברויך מען פארשטיין דער אייבישטער האט דאך געשוואוירען אים יראה האנשים האלה הדור הרע הזה את הארץ הטובה שנשבתי לאבותיו זלתו כלב בן יפונה הוא יראנה ולו אתן את הארץ וכו',

נאר וואס דען זאגען דו מפרשים, אז טאקע דערפאר ווייל זיי זענען געוועין דו לעצטע, האבען זיי דאך געוויסט אז פאר זיכער גייען זיי שטארבן פינקט ווי אלע פון פאר זיי, און זיי האבען מתפלל געוועין זענען זיי געהאלפען געווארן, נאך טיפער זאגען דו מפרשים, ווען אלע אידען פון פאר זיי ווען זיי האבען מתפלל געוועין, האבען זיי נאך געקלערט אז אפילו פיפצען טויזענט גייען זיכער שטארבן איז אבער נאך אלץ שייך אז ער גייט נישט זיין פין די פיפצען טויזענט, האבען זיי נישט מתפלל געוועין מיטן גאנצען הארץ, עפעס א פינטעלע האט געפעילט פון זייער תפילה, אבער די לעצטע פיפצען טויזענט האבען געוויסט פאר הינדערט פראצענט אז זיי גייען שטארבן, דו גזירה מיינט נאר זיי ווייל נאר זיי זענען נאך איבער געבליבען, ווען זיי האבען מתפלל געוועין איז עס געוועין מיטן גאנצען הארץ, מיט מער געפיעל, מיט אמת'ע טרערן צים אייבישטען אז ער זאל מבטל זיין דו גזרה, און דער אייבישטער האט אנגענימען זייערע תפילות, און מבטל געוועין דו גזירה, אפילו שבועת השם וואס דער אייבישטער האט געשוואוירן איז א ריכטיגע תפילה מבטל, גארנישט קען נישט שטיין קעיגען א אמת'ה תפילה אפילו א שבועה פון באשעפער, אלזא קינדער טייערע ווען עטץ בעיטס ביי השם דאווענט ערלעך, ערליכער און נאך מער ערליך, וועט דער אייבישטער אן נעמען עינקערע תפילות, אפילו ווען מען זעיט נישט קיין שום וועיג ארויס, אפילו ווען עס קיקט אויס אז אלע טויערן פון הימל זענען פארמאכט, זאלט עטץ מתפלל זיין ערשט נאך א טיפע תפילה און מען וועט זעין ישועת השם בקרוב בבנין בית המקדש במהרה בימינו אמן.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
רעאגיר