שש מדות בכופרים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

שש מדות בכופרים

הודעהדורך יידל » מיטוואך יולי 17, 2013 10:18 pm

צוויי פארשער פון די טענעסיער אוניווערזיטעט האבן באשלאסן צו קאטאגאריזירן די פארשידענע סארטן כופרים וואס זענען דא. יעדער ווייסט אז נישט א יעדע גלויביגער איז פונעם זעלבן טייג געקנאטן. עס זענען פארהאן אלע מיני סארטן פון די חוקרים ביז די בעלי קבלה, פון די פריילעכע ברסלב'ע ביז די טרויעריגע סטאלינ'ע. די שאלה וואס די צוויי פארשער האבן פרובירט געוואויר צו ווערן איז, צו קען מען אטעאיסטן און אומ-גלויביגע אויך אריינלייגן אין פארשידענע קאטאגאריעס, אדער צו זענען זיי אלע צינישע סקעפטיקער וואס דארפן פאר איעדן פארציילן אז זיי לאכן פון כל הקודש. פון 59 אינטערוויוס איז זיי אויסגעקומען זיך אנצוטרעפן אין 6 סארטן אומגלויביגע. די צוויי פארשער זענען מודה אז עס איז שייך צו גיין פיל טיפער ווי דאס. "אין 30 יאר, וועט מען אפשר צעטיילן אומגלויבן אין 32 טיפן". אבער במושכל ראשון, זענען די זעקס, די הויפט קאטאגאריעס אין וועלכע כופרים פאלן אריין. די שטודיע איז באריכטעט געווארן אויף CNN'ס גלויבונגען בלאג.

אט זענען די זעקס קאטאגאריעס:

1) אינטעלעקטואלער אטעאיסט/אגנאסטיק
אן אינטעלעקטואלער מענטש וואס זוכט אינפארמאציע אין אינטעלעקטואלע געדאנקן און ידיעות איבער אומגלויבן. די סארט גלייכט צו דעבאטירן און זיך טענה'ן, בפרט אויף אינטערנעט סייטס. געווענליך זענען די סארט גוט באקאנט אין ביכער און ארטיקלן איבער רעליגיע און אטעאיזם, און וועלן תמיד רעפערענצן די ארטיקלן.

2) אקטיוויסט (כמו-מיסיאנער)

דער אקטיוויסט איז נישט צעפרידן מיט זיין כפירה. ער וויל פארציילן יעדן איינעם איבער עס און ער האלט אז די מענטשהייט וועט שטיין בעסער אן גיין רעליגיע און דערפאר וויל ער משפיע זיין אויף ווי מער מענטשן. די סארט מענטשן זענען געווענליך פארנומען מיט פאליטישע ענינים וועלכע רירן צו צו רעליגיע ווי לדוגמא געי רעכטן, פעמעניזם וכדו'.

3) מבקש (אגנאסטיק)
דער מבקש איז נישט זיכער צו גאט עקזעסטירט אדער נישט, אבער ער האט אן אפענעם קאפ צו די מעגליכקייט אז גאט עקזעסטירט, און האלט אז א מענטש'ס מוח איז צו קורץ צו זיך דערגרינטעווען צום אבסאלוטן אמת. לויט די צוויי פארשער טוען מבקשים נישט האלטן קיין שטארקע אידיאלאגישע פאזיציעס און טוען אלץ טראכטן אז אולי זענען זיי נישט גערעכט. די פארשער ערקלערן אויך אז דאס איז נישט פשט אז די גרופע איז צעמישט. עס איז פשוט אז זיי זענען דוגל אין אומזיכערקייט בשיטה.

4) אנטי-טעאיסט
דער אנטי טעאיסט איז נישט בלויז א נישט גלויביגער, נאר ער איז געווענליך א שונא דת. זיי קוקן אן יעדע רעליגעזער אינדיווידואל ווי א שוטה אדער אן אומוויסנדער, און זיי האלטן אז כופרים זענען קלוגער און מער פארגעשריטן ווי גלויביגע. אנטי-טעאיסטן זענען געווענליך גאר outspoken איבער זייער כפירה, און זיי זענען פארנומען מיט זיך טענה'ן מיט מאמינים און חוזק מאכן פון זיי.

5) נישט-טעאיסט
די קלענסטע גרופע פון אלע זעקס זענען די נישט טעאיסטן. דאס זענען מענטשן וואס זענען נישט פאראינטערעסירט, נישט אין רעליגיע און נישט אין אנטירעליגיע. ביי די מענטשן שפילט דאס שאלה פון יא גלויבן אדער נישט גלויבן גאר א קליינע ראלע, אויב בכלל. די מענטשן קוקן זיך געווענליך נישט אן ווי אומגלויביגע, אבער צו די זעלבע צייט גלייבן זיי געווענליך נישט אין גארנישט, נאר לעבן זייער לעבן ווי כאילו רעליגיע וואלט נישט עקזעסטירט.

6) ריטואלער אטעאיסט
דער ריטואלער אטעאיסט גלייבט נישט אין גארנישט, אבער זיי האלטן דאך אז עס איז דא געוויסע מעלות צו רעליעגעזע טראדיציעס און ארגעניזירטע רעליגיעס. די מענטשן זענען אפט ספיריטואל גענויגט און זיי טרעפן זיך דאס פלאץ אין א רעליעגעזע סטרוקטור. זיי קוקן אן רעליגיע ווי פילאזאפישע תורות איבער די שאלת השאלות - וויאזוי טרעפט מען צופרידנקייט אין לעבן. די מענטשן קענען גייען אין רעליעגעזע בתי תפלה, זיי האלטן מיט רעליעגעזע צערעמאניעס, זיי מאכן מעדיטאציע, פראקטיצירן יאגא, אדער האלטן זיי מיט רעליעגעזע ימים טובים. פאר פילע פון די גרופע, איז זייער זיך אנהאלטן מיט טראדיציע א פאמיליע עסק. פאר אנדערע איז עס א פערזענליכע געפיל אדער רעספעקט וואס זיי האבן פאר די רעליעגעזע טראדיציע.

כבדרך אגב האב איך געטראכט וויאזוי די 6 קאטאגאריעס קענען אפטייטשן היימישע אידן, נישט חלילה כופרים, נאר א.ג. אויפגעקלערטע אידן; קאווע שטיבל אידן; מצוות אנשים מלומדה'דיגע אידן; א.א.וו.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4277 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 10:38 pm

ייש"כ יידל פאר'ן איבערטייטשן דער אינטרעסאנטער ארטיקל.
לכאורה די חלוקה וואס ער האט געמאכט איז מער זעקס אנדערע טיפ מענטשען, וויאזוי עס שטעלט זיך פונקט אויס ביי כופרים. עס איז נישט קיין חלוקה צווישען מיני כופרים בעצם אדער וויפיל אמונה ער האט וכו', נאר מער זעקס וועגן וויאזוי מענטשען פירען זיך לגבי זייערע גלויבינגען און דעות, דאס רעכנט איין למשל פאליטישע דעות, אופגעקלערטע דעות, רעליגעזע דעות, וכו'.

ווי אויך איז דאס נישט דווקט זעקס עקסטערע וועגן, עס קען זיין למשל איינער א נומער 3+ 6, אדער כל מיני אנדערע צירופים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5785 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:18 am

כלעיקוואד, עס ווענדט זיך לכאורה אין די נאטורן פונעם מענטש, און עס זענען דא מענטשן וואס זענען נוטה צו איין סארט גרופע לפי זייער נאטור אבער זייער מיזוג פון אנדערע נאטורן וועט זיי שטעלן אין אן אנדערע גרופע פון צייט צו צייט.

יידל, good job! מיר ווארטן אויף די צווייטע טייל, כ'עקספעקט אז ס'וועט זיין שמאלציג.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2805
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6375 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:32 pm

כ'מיין אז מען קען נעמען די זעקס קאטעגאריעס ווי זיי שטייען און גייען, און ערזעצן "אטעאיסט" מיט "גלויביגער", און אלעס וועט ווייטער שיין שטימען...

און ווי @לעיקוואד זאגט: ביי אנשי שלומינו איז דאס עסק אינגאנצן אנדערש. ס'הייבט זיך אן מיט דעם וואס פשוט "כופר" טראגט אנדערע משמעות'ן פאר פארשידענע מענטשן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך אליצפן » פרייטאג יולי 19, 2013 1:09 am

כ'האבאמאל געהערט א טיף ווארט.
דער חילוק צווישן אונז מיט אטעיסטן איז גארנישט אזוי גרויס ווי מיר מיינען. אונז גלייבן אז פון אלע 240 רעליגיעס זענען 239 שקר, דער אטעיסט סך הכל זאגט אז פון צווישן 240 רעליגיעס זענען 240 נישט אמת... ודו''ק וק''ל
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג יולי 19, 2013 1:04 pm

אליצפן האט געשריבן:כ'האבאמאל געהערט א טיף ווארט.
דער חילוק צווישן אונז מיט אטעיסטן איז גארנישט אזוי גרויס ווי מיר מיינען. אונז גלייבן אז פון אלע 240 רעליגיעס זענען 239 שקר, דער אטעיסט סך הכל זאגט אז פון צווישן 240 רעליגיעס זענען 240 נישט אמת... ודו''ק וק''ל


גאר טיף.

דער מקור איז פין דער מעשה פין דער חסיד מיט דער מתנגד, ווען דער מתנגד האט געטענה'ט אז דער חילוק איז אז ער גלייבט נאר אין איין רבי ווייניגער פין דער חסיד.

לגבי גלויבונגען איז דער ווארט נישט ריכטיג, ווייל דער נקודה איז אז אלע גלויבונגען האבען א צד השוה אז מען גלייבט אז עס איז דא א כח עליון וואס קאנטראלירט. און דער אטיעסט גלייבט נישט אז עס איז דא א כח עליון.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1619 מאל

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » פרייטאג יולי 19, 2013 1:07 pm

זייער אינטערעסאנט, @יידל. דאס ווייזט נאר ווי דאס גאנצע עטעאיזם איז א סימפטאם פון די אייגענע מידות און נישט א תוצאה פון געוואלדיגער שכל און מחשבה. @פשוט-קאמפליצירט איז גערעכט אז מ'קען טרעפן די זעקס מידות אויך ביי ערליכע אידן, אבער מאמינים האבן דאך צו די האנט א קראנטע מסורה וואס גייט צוריק ביז דעם ג-טליכן התגלות.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך MickyMouse » פרייטאג יולי 19, 2013 1:37 pm

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, @יידל. דאס ווייזט נאר ווי דאס גאנצע עטעאיזם איז א סימפטאם פון די אייגענע מידות און נישט א תוצאה פון געוואלדיגער שכל און מחשבה. @פשוט-קאמפליצירט איז גערעכט אז מ'קען טרעפן די זעקס מידות אויך ביי ערליכע אידן, אבער מאמינים האבן דאך צו די האנט א קראנטע מסורה וואס גייט צוריק ביז דעם ג-טליכן התגלות.


אזוי ווי די זאגסט, די זעקס מידות איז אויך שייך ביי גלייבן, נישט נאר ביי נישט גלייבן. און אינטערסאנט ווי דאס ווייזט ווי דאס גאנצע גלייבן איז א סימפטאם פון די אייגענע מידות און נישט אן אינטעלעקטועל/עזדוקעטעד דיסיזשאן.
אמור מעט ועשה הרבה.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג יולי 19, 2013 2:25 pm

@חיים נחום הלוי פריעד כ'האב טאקע דאס געמיינט, אז אטעאיזם איז מיט גארנישט קלוגער אדער סאפיסטיקירטער ווי אמונה. (און דאס איז נאר לשיטתם. לענ"ד, נעמט כפירה בה' זיך מער פון פוילקייט אדער עם הארצות. א סך פון אונז גלייבן טאקע אן קיין קשיות און חכמות; אבער אמונה בעצם, אז דער מענטש זאל גלייבן, פאדערט פשוט ביטול כלפי עפעס וואס איז גרעסער ווי אים. אמונה בכלל, ווי א מושג, איז א הכרח.)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:41 pm

מ׳קען אפשר אריינשטעלן די קאטעגאריעס אין שטאפלען אויף דעם טעאיסטישן ספעקטרום וואס דאווקינס לייגט אראפ בנוגע א מענטשן׳ס זיכערקייט אין טעאיזם/אטעאיזם. דהיינו, די מער ״שארפערע״ אטעאיסטס נידעריגער אויפ׳ן ספעקטרום ווי די ״מער מעסיגע״ וכו׳. (די זעלבע קען מען טוהן מיט די לעומת׳דיגע ערווענטע קאטעגאריעס פון מאמינים; די ״שארפערע/מער אויסגעשפראכענע״ העכער אויפ׳ן ספעקטרום.)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 325
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט