שש מדות בכופרים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

שש מדות בכופרים

שליחה דורך יידל »

צוויי פארשער פון די טענעסיער אוניווערזיטעט האבן באשלאסן צו קאטאגאריזירן די פארשידענע סארטן כופרים וואס זענען דא. יעדער ווייסט אז נישט א יעדע גלויביגער איז פונעם זעלבן טייג געקנאטן. עס זענען פארהאן אלע מיני סארטן פון די חוקרים ביז די בעלי קבלה, פון די פריילעכע ברסלב'ע ביז די טרויעריגע סטאלינ'ע. די שאלה וואס די צוויי פארשער האבן פרובירט געוואויר צו ווערן איז, צו קען מען אטעאיסטן און אומ-גלויביגע אויך אריינלייגן אין פארשידענע קאטאגאריעס, אדער צו זענען זיי אלע צינישע סקעפטיקער וואס דארפן פאר איעדן פארציילן אז זיי לאכן פון כל הקודש. פון 59 אינטערוויוס איז זיי אויסגעקומען זיך אנצוטרעפן אין 6 סארטן אומגלויביגע. די צוויי פארשער זענען מודה אז עס איז שייך צו גיין פיל טיפער ווי דאס. "אין 30 יאר, וועט מען אפשר צעטיילן אומגלויבן אין 32 טיפן". אבער במושכל ראשון, זענען די זעקס, די הויפט קאטאגאריעס אין וועלכע כופרים פאלן אריין. די שטודיע איז באריכטעט געווארן אויף CNN'ס גלויבונגען בלאג.

אט זענען די זעקס קאטאגאריעס:

1) אינטעלעקטואלער אטעאיסט/אגנאסטיק
אן אינטעלעקטואלער מענטש וואס זוכט אינפארמאציע אין אינטעלעקטואלע געדאנקן און ידיעות איבער אומגלויבן. די סארט גלייכט צו דעבאטירן און זיך טענה'ן, בפרט אויף אינטערנעט סייטס. געווענליך זענען די סארט גוט באקאנט אין ביכער און ארטיקלן איבער רעליגיע און אטעאיזם, און וועלן תמיד רעפערענצן די ארטיקלן.

2) אקטיוויסט (כמו-מיסיאנער)

דער אקטיוויסט איז נישט צעפרידן מיט זיין כפירה. ער וויל פארציילן יעדן איינעם איבער עס און ער האלט אז די מענטשהייט וועט שטיין בעסער אן גיין רעליגיע און דערפאר וויל ער משפיע זיין אויף ווי מער מענטשן. די סארט מענטשן זענען געווענליך פארנומען מיט פאליטישע ענינים וועלכע רירן צו צו רעליגיע ווי לדוגמא געי רעכטן, פעמעניזם וכדו'.

3) מבקש (אגנאסטיק)
דער מבקש איז נישט זיכער צו גאט עקזעסטירט אדער נישט, אבער ער האט אן אפענעם קאפ צו די מעגליכקייט אז גאט עקזעסטירט, און האלט אז א מענטש'ס מוח איז צו קורץ צו זיך דערגרינטעווען צום אבסאלוטן אמת. לויט די צוויי פארשער טוען מבקשים נישט האלטן קיין שטארקע אידיאלאגישע פאזיציעס און טוען אלץ טראכטן אז אולי זענען זיי נישט גערעכט. די פארשער ערקלערן אויך אז דאס איז נישט פשט אז די גרופע איז צעמישט. עס איז פשוט אז זיי זענען דוגל אין אומזיכערקייט בשיטה.

4) אנטי-טעאיסט
דער אנטי טעאיסט איז נישט בלויז א נישט גלויביגער, נאר ער איז געווענליך א שונא דת. זיי קוקן אן יעדע רעליגעזער אינדיווידואל ווי א שוטה אדער אן אומוויסנדער, און זיי האלטן אז כופרים זענען קלוגער און מער פארגעשריטן ווי גלויביגע. אנטי-טעאיסטן זענען געווענליך גאר outspoken איבער זייער כפירה, און זיי זענען פארנומען מיט זיך טענה'ן מיט מאמינים און חוזק מאכן פון זיי.

5) נישט-טעאיסט
די קלענסטע גרופע פון אלע זעקס זענען די נישט טעאיסטן. דאס זענען מענטשן וואס זענען נישט פאראינטערעסירט, נישט אין רעליגיע און נישט אין אנטירעליגיע. ביי די מענטשן שפילט דאס שאלה פון יא גלויבן אדער נישט גלויבן גאר א קליינע ראלע, אויב בכלל. די מענטשן קוקן זיך געווענליך נישט אן ווי אומגלויביגע, אבער צו די זעלבע צייט גלייבן זיי געווענליך נישט אין גארנישט, נאר לעבן זייער לעבן ווי כאילו רעליגיע וואלט נישט עקזעסטירט.

6) ריטואלער אטעאיסט
דער ריטואלער אטעאיסט גלייבט נישט אין גארנישט, אבער זיי האלטן דאך אז עס איז דא געוויסע מעלות צו רעליעגעזע טראדיציעס און ארגעניזירטע רעליגיעס. די מענטשן זענען אפט ספיריטואל גענויגט און זיי טרעפן זיך דאס פלאץ אין א רעליעגעזע סטרוקטור. זיי קוקן אן רעליגיע ווי פילאזאפישע תורות איבער די שאלת השאלות - וויאזוי טרעפט מען צופרידנקייט אין לעבן. די מענטשן קענען גייען אין רעליעגעזע בתי תפלה, זיי האלטן מיט רעליעגעזע צערעמאניעס, זיי מאכן מעדיטאציע, פראקטיצירן יאגא, אדער האלטן זיי מיט רעליעגעזע ימים טובים. פאר פילע פון די גרופע, איז זייער זיך אנהאלטן מיט טראדיציע א פאמיליע עסק. פאר אנדערע איז עס א פערזענליכע געפיל אדער רעספעקט וואס זיי האבן פאר די רעליעגעזע טראדיציע.

כבדרך אגב האב איך געטראכט וויאזוי די 6 קאטאגאריעס קענען אפטייטשן היימישע אידן, נישט חלילה כופרים, נאר א.ג. אויפגעקלערטע אידן; קאווע שטיבל אידן; מצוות אנשים מלומדה'דיגע אידן; א.א.וו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר