ירידת הדורות אין דער אלגעמיינער וועלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ירידת הדורות אין דער אלגעמיינער וועלט

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יולי 31, 2013 4:41 pm

קאווע שטיבל איז פול מיט טענות און תערומות אויף די א"ג אכשר דרא וואס קומט פאר ביי די היימישע קרייזן, ווי זאכען וואס פאר א דור און א האלב צוריק זענען געווען מותר לכתחילה און אפען מפורסם אין צייטונגען אן קיין שום פראבלעם זענען געווארען כמעט בייהרג ואל יעבור לויט די היינטיגע מאדע.

דאך, דארף מען געדענקען דער צווייטער צד פון די פיקטשור, דאס הייסט די מנהגים און דרכים וואס פאר א דור צוויי צוריק זענען אפילו אין די גויישע וועלט געווען אפגעהיטען ביז צו א מאס אז מ'קוקט היינט אויף די 'פרומקייט' וואס האט אמאל געהערשט אפילו אין די גויישע גאס, אפילו אין די מערסטע ליבעראלע פלעצער, שטוינען צומאל אפילו 'היימישע אידען' ווי עס האט בכלל אמאל געקענט עקזעסטירן אזוינע ענינים.

אזויווי יעצט איז זומער טעג און דער עולם ענדזשויט זיך ביים וואסער אסאך, איז אינטרעסאנט ארויסצובברענגען די היסטאריע וויאזוי פאר ווייניגער פון הונדרעט יאר צוריק איז געווען איינגעפירט אז מ'גייט שווימען, ביי גוים גמורים. די היסטאריע פון דער 'ביקיני' (איך האף מ'מעג שרייבען וועגן דעם מלפני הפרגוד), איז א גוטער משל דערפאר. דער פריצות'דיגע פרויען שווים בגד וואס איז היינט מער ווייניגער נארמאל ביי די ברעקן פון אלע וואסערן אויף די וועלט, האט ווען עס איז צו'ם ערשט ארויסגעקומען אין 1946 געהייסען אזוי אויסגעלאסען, אז דער ערפינדער האט נישט אפילו געקענט טרעפן א מאדעלקע זאל עס פארשטעלן פאר עם, און האט געמוזט דינגען א מופקרת זאל עס פארשטעלן אין די ערשטע בילדער.

ווייבער וואס האבען זיך מכבד געווען פאר קנאפע הונדרעט יאר צוריק, פלגען זיך בכלל נישט באדן ביים ים אפענערהייט, נאר עס זענען געווען אזוינע עקסטרע קאנטרעפציעס וואס מען האט גערופען באדן- מאשינען וואס דאס איז געווען אזא פארמאכטע קאסטן אויף רעדער וואס איז אפען געווען פון איין זייט וואס מ'האט אריינגעשטיפט אין די וואסער אריין און דארט האט מען געשווימען. בילד

(עס איז דא א צווייטע צד צו די געשיכטע, נעמליך אז די גאנצע צניעות אנשויאונגען זענען מער ווייניגער א מאדערנער ערשיינונג, און אין רוב קלאסישע תקופות און מקומות איז בכלל געווען אנגענומען אינגאנצן פארקערט, אבער דאס וועלן מיר לאזען פאר א צווייטער מאל)

פארוואס פארצייל איך אייך דאס אלעס? ווייל פונקט היינט האט איינער מפרסם געווען אן אלטער צעטל פון די שטאט תל אביב, א פלאץ וואס ווער עס איז באקאנט ווייסט וויאזוי עס זעהט היינט אויס.. ליינט און שטוינט וואסארא השגות די פרייע שטאט פון תל אביב האט געהאט אין שנת תרצ"ב. בילד
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3871
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6040 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 31, 2013 5:02 pm

הפלא ופלא!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9829 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9492 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך יולי 31, 2013 5:34 pm

ביי די אלע זאכן זענען אידן פונקט ווי להבדיל גוים. גוים האבן אמאל געהאט א נביא - בלעם, און אפילו שפעטער האבן די גוים געהאט אריסטו וואס דער רמב"ם האט מעיד געוועהן אז ער איז געקומען נאנט צו נבואה. די וועלט - אידישע ווי גויאישע - איז אין די לעצטע יארן פול מיט שקר אין בלאף, ערומים מדעת ומבגדים.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 552
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

הודעהדורך Starbucks » מיטוואך יולי 31, 2013 5:44 pm

מאידך גיסא, מענטשן היינט אין די מערב לענדער גיבן אפ מער כבוד פאר פרויען, סעקשועל הערעסמענט ווערט באהאנדלט גאר ערענסט, פרויען זענען גלייכע שותפים אינדערהיים, און פרויען זענען איצט מער ווי האלב פון די ארבייטער אין אמעריקע.

קומט אויס, בשעת פרויען ווייזן טאקע מער הויט, זענען מיר אבער מער ערוואקסן און mature, און א פרוי וואס באדט זיך אין א קלייד וואס איז קוים מכסה טפח איז נישט קיין סקאנדאל, אדער אן איינליידענונג איר צו באקוקן ווי א הונגעריגער נאך ברויט, אדער ווי א זונה וואס זוכט קונים.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 228 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יולי 31, 2013 5:45 pm

(איך בין בכלל נישט מסכים צו דער קאנסעפט 'ירידת הדורות' באופן כללי, און איך רעד מיך נישט איין אז אמאל איז אלעס אדער בכלל עפעס געווען בעסער ווי היינט, נישט ביי די אידען און נישט ביי די גוים, וכבר היו דברי בזה במקומות מספר בשטיבל, בסך הכל האב איך צוגעצייכענט א קוריוז ווי אנגענומענע סטאנדארטן פון צניעות טוישען זיך במשך פון א קורצע צייט, און געניצט בשם המושאל דער ווארט ירידת הדורות. )
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3871
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6040 מאל

הודעהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך יולי 31, 2013 8:16 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:ביי די אלע זאכן זענען אידן פונקט ווי להבדיל גוים. גוים האבן אמאל געהאט א נביא - בלעם, און אפילו שפעטער האבן די גוים געהאט אריסטו וואס דער רמב"ם האט מעיד געוועהן אז ער איז געקומען נאנט צו נבואה. די וועלט - אידישע ווי גויאישע - איז אין די לעצטע יארן פול מיט שקר אין בלאף, ערומים מדעת ומבגדים.


@שיטה מקובצת ניין אידען זענען נישט פונקט ווי די גוים !,
די גוים האבען טאקע געהאט א בלעם וואס האט בועל געוועזען זיין אייזעל, ווילסטע עס ציגלייכען צי אונדזערע נביאים ?!, עקס קיוז מי ......

אין די זעלבע אריסטו איז געווען א חכם ביז ס'געקומען צי די מעשה בהמה, דאן האט ער געזאגט אז יעצט איז ער נישט אריסטו, פארשטייסט, קומט עס דען צו צי די קדושי עליון וואס כלל ישראל האט פארמאגט,

יא, זיכער ווי טיפער די גויאישע וועלט פאלט האט עס אויך א עפעקט אויף די אידען אין יענע לענדער, אבער נישט אזוי ווי די לייגסט עס אראפ אז אידען זענען פונקט ווי גוים, חלילה אזוי צי שרייבען, אידען זענען שוין טויזענטער יארען אין גלות, אין זיי קוקען נאך אלץ אויס בעסער ווי די אומות וואס זיצען אין זייערע לענדער אין זענען נישט אין גלות,

אין צי @לעיקוואד , דאס וואס די שרייבסט איז טאקע איינע פין די פלעצער ווי ס'דא א אומגעהויערע ירידת הדורות, די ענין פין צניעות פין נשים איז געפאלען פלאים, אין דאס איז איינע פין די סיבות פארוואס די וועלט איז אזוי פארדרייט היינט בפרט אין די ענין פין נשים,

זאכען וואס איז אמאל געווען אומגלויבליך אין אומדערהערט, איז היינט "נארמאל", אין דאס איז צישטאנד געקומען דורעך פראפעגאנדע פין די מידיא וואס האט ציביסלעך אראפגעפירט די וועלט פין נארמאלקייט צי משוגעת, אין דאס שטארקט די צד הטומאה אין די וועלט,

ווייל ביי די סטרה אחרא איז די נקבה שטארקער, אין דורעך אויסרייסען די נארמאלע מידת הבושה ביי די נקבות אין זיי געבען די מאראלישע רעכט צי ארויס גיין ווי די חזירים, דאס שטארקט די נקבה אין שוואכט אפ דעם זכר,
אין ווען ס'פאסירט בדרך פרט, געשעהט עס אויך בדרך כלל אין די וועלט, אז די סטרא אחרא ווי די נוקבא איז שטארקער באקומט א שטארקערע שליטה,

אין מען זעהט טאקע אז בעיקר פין נאך די צווייטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבען די פאמיליע חורבנות ביי די אומות, סיי אז די דיווארס רעיט איז אריבער די 50 פראצענט, אין סיי די משכב זכרים אין נקבות איז געווארען מער אין אויך מער איינערקענט ליידער, אין סיי די משוגעת פין פעמעלי פלענינג וואס דאס בעסיקלי איז א גזירת כלייה אויף די מערב וועלט, בקיצור, זיי גייען אראפ אין אראפ,

די גאנצע משוגעת פין פרויען רעכטען איז א צידרייטע שקר, אין נאר א טאלקינג פוינט פין די ס"מ, זיכער טאר מען נישט אביוזען פרויען, פונקט ווי מען טאר נישט אביוזען קינדער אין לאקשען קוגעל, אבער די מאוומענט פין פרויען רעכטען איז מיטען ציל צי אויפהייבען פרויען העכער מענער, מיטען כוונה קעגען די מענטשהייט נישט לטובה,

א פרוי בטבע האט נישט קיין פראבלעם צי זיין נארמאל אינטערטעניג צי א מאן, ס'איז איר נאטור אין ס'נישט קיין שלעכטע זאך, דאס איז אלץ ביי א פרוי וואס איז נארמאל, א פרוי פין די רעכטע זייט, משא"כ די נאטור פין די לינקע פין די טומאה, איז אז די פרוי וויל זיך אויפהייבען העכער אין העכער אין איז למעשה קיינמאל נישט ציפרידען, אין דאס איז די נאטור פין די טומאה,

עכ"פ די וועלט איז היינט אין היבש צרות, אין ס'דא אסאך צי רעדען דערפין, אפשער א צווייט מאל,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 31, 2013 9:33 pm

מ'וואלט געקענט מיינען אז די אויבנדערמאנטע "מודעה ואזהרה" איז געשריבן געווארן דורך די עסקנים פון די עדה החרדית. סיי אין די ווערטער און סיי אין סגנון הלשון. איך דערמאן מיך מיט א לאנגע צייט צוריק (בערך 40 יאר) איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין אן אפיס וואו איינע פון די סעקרעטעריס (אן אפריקאנער- אמעריקען) האט זיך איר געדאכט אז איר קלייד איז נישט גענוג צניעות'דיג. זי האטצעך געשעמט צו זיצן אזוי אין אפיס. האט זי געבעטן אנצוטון א ווייסן קיטל, און אזוי געארבעט א גאנצן טאג. :oops:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13304
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8508 מאל

הודעהדורך שרגא » מיטוואך יולי 31, 2013 11:41 pm

מען דארף נישט לויפן ביז ביקיניס, נאר אפילו פשוט'ע הויזן ביי פרויען נאך זייער יונג.
עס האט זיך אנגעהויבן צום ערשטן מאל אונטער הונדערט יאר צוריק, און עס איז נאר געווארן ערנסט אריינגעכאפט ביי די וועלט מלחמה ווען די מענער האבן געדינט אין מיליטער און די פרויען האבן געדארפט ארויסגיין ארבעטן, און כדי צו קענען געהעריג ארבעטן אין די פאבריקן האבן זיי געדארפט אנטון הויזן. אזוי האט זיך עס אנגעהויבן אויסשפרייטן, אבער איז נישט געווארן קיין נארמאלע ערשיינונג ביז ארום פערציג יאר צוריק.
און אז מ'רעדט שוין, מעג מען דערמאנען אז די גאנצע הויזן איז א "מאדערנע" זאך, און אויך מענער פלעגן גיין מיט קליידער (נאכט-העמד סטייל) און סקוירטס ביז עטליכע הונדערט יאר צוריק.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל

הודעהדורך הערשי » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 12:55 am

ליידער גייט אכשר דרא האנט ביי האנט מיט ירידת הדורות. אמאל זענען אפילו גויאישע מענער געגאנגען אין בריטשקעס קני הויזן, וואס מיר ווייסן איז א חסידישע לבוש. מצד שני, אבער, זענען די הויזן געווען שמאל געפאסט און דער עולם איז שטארק נכשל געווארן. בערד, אפילו דער מאלפע דארווין האט געהאט א דיוקנא קדישא וואס וואלט נישט פארשעמט די גרעסטע אדמורים בדרינו. מצד שני איז דאך באקאנט וואס דער רבי האט געזאגט, "בארד וואו דיין איד?"
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 1:02 am

שרגא האט געשריבן:מען דארף נישט לויפן ביז ביקיניס, נאר אפילו פשוט'ע הויזן ביי פרויען נאך זייער יונג.
עס האט זיך אנגעהויבן צום ערשטן מאל אונטער הונדערט יאר צוריק, און עס איז נאר געווארן ערנסט אריינגעכאפט ביי די וועלט מלחמה ווען די מענער האבן געדינט אין מיליטער און די פרויען האבן געדארפט ארויסגיין ארבעטן, און כדי צו קענען געהעריג ארבעטן אין די פאבריקן האבן זיי געדארפט אנטון הויזן. אזוי האט זיך עס אנגעהויבן אויסשפרייטן, אבער איז נישט געווארן קיין נארמאלע ערשיינונג ביז ארום פערציג יאר צוריק.
און אז מ'רעדט שוין, מעג מען דערמאנען אז די גאנצע הויזן איז א "מאדערנע" זאך, און אויך מענער פלעגן גיין מיט קליידער (נאכט-העמד סטייל) און סקוירטס ביז עטליכע הונדערט יאר צוריק.

נישט נאר הויזן, נאר בכלל דאס גאנצע גיין אנגעטון איז א רעלאטיוו מאדערנע זאך פון די לעצטע הונדערט טויזנט יאר. פאר די מערהייט פון די היסטאריע פון דעם מענטש איז ער ארומגעגאנגען מיט זיין אייגענער צלם אלקים און ער האט זיך נישט געשעמט דערמיט. מ'קען טאקע זען ווי טייל פון די אפריקאנער שבטים וועלכע האבן גענומען גאר שטרענג די "חדש אסור מן התורה" סלאגאן נאך אסאך פאר דעם חתם סופר, און זענען נישט מושפע געווארן פון די מערב ציוויליזאציע וועלכע האט אריינגעברענגט די מאדערנע מושגים אויף די וועלט, זיי פירן זיך טאקע ווי אונזערע אור עלטערן און גייען איגאנצן אדער כמעט אינגאנצן אן קליידונג. ומהם ילמדו וכן יעשו, וברם זכור אלו אנשים ונשים לטובה, וואס האבן צוריק מקבל געווען אויף זיך צו גיין כמעט אזוי ווי די אריגינעלע האמא סעפיאנס מיט זייער אמאליגע חן. כאטש מען קען דאס נישט אינגאנצן נאכטון, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 9:23 am

יאיר ,אמת דו גלייבסט אז דו שטאמסט פון א מאנקי?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 10:27 am

איך אויך האט געשריבן:יאיר ,אמת דו גלייבסט אז דו שטאמסט פון א מאנקי?

און פון וועמען שטאמסטו, פון א טיפה סרוחה?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך שרגא » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 12:19 pm

יאיר,
רעדסט מיט אזא זאפט וועגן דעם אמאל, ממש עס בענקט צו די אמאליגע בא'חנ'טע לבוש'לאזע פארשוינען, אבער ווילסטו אויך עסן גראזן און רויע בהמה-פלייש ווי זיי? און צוליב די "חדש אסור" ווילסטו אפשר אפלאזן דיין עירקאנדישען, פרידזש, סעלפאון און קאמפיוטער, וואס איך גלייב שווער זיי האבן געהאט, אדער דו ווילסט נאר ארויסקלויבן איין זאך וואס בענקט דיך אזוי צום ווייטן אמאל?
מיר ווילן איוואלוון, נישט דיוואלוון.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:42 pm

שרגא, דו ווילסט ענדערש צוריק גיין צום נאנטען אמאל ווען פרויען זענען געגאנגען צניעות'דיג, רעליגיעזע פרייהייט איז נישט געווען בנמצא, און אידיווידעלע רעכטן פון נידעריגע קלאס זענען נאכנישט ערפינדען געווארן? ווען ארבייטער רעכטן זענען געווען אז מ'האט זיי געלאזט אהיימגיין ביינאכט נאך א 15 שעה'דיגע שיפט? ווען פרויען זענען געווען צווייטע קלאס בירגער, און די צאל בלעק ענד בלו מארקס אויף זייער לייב איז געווען געוואנדען אין די טעמפער פונעם מאן און אויב די סאפער איז געלונגען?

אז מ'גייט צוריק מוז מען נעמען אלע זאכן פון יענע תקופה. איך פערזענליך וועל ענדערש נעמען ווייניגער צניעותדיגע און באגרעניצטע פרויען מיט גלייכע רעכטן, ווי איידער צניעותדיגע אונטערדרוקטע.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7526 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:45 pm

יאיר האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יאיר ,אמת דו גלייבסט אז דו שטאמסט פון א מאנקי?

און פון וועמען שטאמסטו, פון א טיפה סרוחה?

ער פארענפערט זיך ווי צו זאגן: יא! כ׳בין א פאפאנער האסט א פראבלעם?
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:50 pm

שרגא האט געשריבן:יאיר,
רעדסט מיט אזא זאפט וועגן דעם אמאל, ממש עס בענקט צו די אמאליגע בא'חנ'טע לבוש'לאזע פארשוינען, אבער ווילסטו אויך עסן גראזן און רויע בהמה-פלייש ווי זיי? און צוליב די "חדש אסור" ווילסטו אפשר אפלאזן דיין עירקאנדישען, פרידזש, סעלפאון און קאמפיוטער, וואס איך גלייב שווער זיי האבן געהאט, אדער דו ווילסט נאר ארויסקלויבן איין זאך וואס בענקט דיך אזוי צום ווייטן אמאל?
מיר ווילן איוואלוון, נישט דיוואלוון.

אוי, שרגא, כ'האב ערווארטעט דו זאלסט כאפן די הומאריסטישע פוינט וואס ליגט אין מיין תגובה, וואס איז אקוראט פונקט ווי דו שרייבסט, נישט אלעס וואס איז געווען "אמאל" און וואס "מ'האט זיך אלץ אזוי געפירט" ווען "ס'איז נישט געווען די היינטיגע מאדערנע מושגים" מיינט שוין אז ס'איז גוט. בלויז צוליב דעם וואס אמאל האבן די פרויען נישט געמעגט ארויסשטעקן א נאז אויפ'ן גאס מיינט נאכנישט אז דאס איז א מעלה. אדרבה, לפי ראות עינינו ווערט די וועלט אלס בעסער און בעסער. די קשיא וואס דו פרעגסט, אז צוליב חדש אסור דארף מען אפלאזן דעם קאמפיוטער און דעם סעלפאן האט נישט געקענט בעסער ארויסגעברענגט ווערן. דאס דארף געפרעגט ווערן פון יעדן איינציגן רב, מחנך, אדער עסקן וואס דערמאנט נאר דער טפשות'דיגער עם הארצות'דיגע לאזונג, וואס איז מעגליך געזאגט געווארן דורך דעם חתם סופר אלס איינע פון די שקרים קדושים פאר יענע ספעציפישע תקופה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך שרגא » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 3:08 pm

געפילטע,
פונקט פארקערט. איך האב דאך געשריגן אז מ'זאל נישט קוקן מיט אזא גוסטא אויפ'ן אמאל.

יאירל זיסע,
האסט מיך בארואיגט. איך האב אנגעהויבן מורא האבן אז דו ווילסט חלילה גיין דזשוינען די נודיסטישע באוועגונג.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 3:46 pm

און דאס האט יאיר געשריבן, און דאס האב איך געשריבן, שרייבן מיר דאך אלע די זעלבע זאך.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7526 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 3:48 pm

שרגא האט געשריבן:מען דארף נישט לויפן ביז ביקיניס, נאר אפילו פשוט'ע הויזן ביי פרויען נאך זייער יונג.

החסיד זלמן גורארי' און זיין טאכטער זענען געזיצן אין תפיסה על עסקי עסקים, און זי האט זיך גע'טענה'עט מיט'ן שופט בנוגע אנטוהן די תפיסה הויזן, האט זי איהם געברענגט א ראי' פון די שילדן ביי די בתי כסא וואס צייכענען א מאן מיט הויזן און א פרוי מיט א קלייד...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7304 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 7:34 pm

יאיר האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יאיר ,אמת דו גלייבסט אז דו שטאמסט פון א מאנקי?

און פון וועמען שטאמסטו, פון א טיפה סרוחה?

יא.

----------------

לאלי ,ווער איז דער פאפענער?

אגב פאפענערס האביך דאס געזעהן:
א פאפענער פרעגט מיך, וויאזוי קען זיין אז זייער רבי'ן איז נפטר געווארן א שיינע פאר יאר נאכ'ן רבי'ן, און די פאפא יארצייט איז בעפאר די סאטמארע יארצייט... כ'האב אים נישט גיהאט וואס צו ענטפערן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 10:11 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:מען דארף נישט לויפן ביז ביקיניס, נאר אפילו פשוט'ע הויזן ביי פרויען נאך זייער יונג.

החסיד זלמן גורארי' און זיין טאכטער זענען געזיצן אין תפיסה על עסקי עסקים, און זי האט זיך גע'טענה'עט מיט'ן שופט בנוגע אנטוהן די תפיסה הויזן, האט זי איהם געברענגט א ראי' פון די שילדן ביי די בתי כסא וואס צייכענען א מאן מיט הויזן און א פרוי מיט א קלייד...

אוואו איז די דאזיגע געשיכטע פארלאפן, אין צארישן רוסלאנד אדער אין אמעריקע :?:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13304
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8508 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:35 pm

אין אמעריקא, סוף מ' יאהרן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7304 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 02, 2013 1:50 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:אין אמעריקא, סוף מ' יאהרן.

ייש"כ :like
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13304
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8508 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » פרייטאג אוגוסט 02, 2013 2:53 am

איך אויך האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יאיר ,אמת דו גלייבסט אז דו שטאמסט פון א מאנקי?

און פון וועמען שטאמסטו, פון א טיפה סרוחה?

יא.

----------------

לאלי ,ווער איז דער פאפענער?

אגב פאפענערס האביך דאס געזעהן:
א פאפענער פרעגט מיך, וויאזוי קען זיין אז זייער רבי'ן איז נפטר געווארן א שיינע פאר יאר נאכ'ן רבי'ן, און די פאפא יארצייט איז בעפאר די סאטמארע יארצייט... כ'האב אים נישט גיהאט וואס צו ענטפערן.

יאיר איט איז! א מין שמועס פירט ער מיר.. חסידי פאפא נאו אפענס פליז, איך נוץ נאר דעם טערמין. בד״וו איך :like די וועג דו רופסט מיר לאלי מיסטער @איך אויך
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

Re: ירידת הדורות אין דער אלגעמיינער וועלט

הודעהדורך מי אני » זונטאג אפריל 05, 2020 7:00 pm

IMG_6786.jpg

עס איז אינטרעסאנט אבער אונז טרעפן מיר די (כעין) מושג פון ירידת הדורות אין די מהלך פון איִאַמבליכוס, וואס איז געווען פון די מייסדים פון די נעא-פלעטאניסט מהלך (הגם טאקע פון א מער ״ספיריטואלע״ מבט, so to speak).
יאיר האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יאיר ,אמת דו גלייבסט אז דו שטאמסט פון א מאנקי?

און פון וועמען שטאמסטו, פון א טיפה סרוחה?

ענליך צו דעם טענה'ט הרב דר. נתן סליפקין אין זיין בוך The Challenge of Creation. אז אויב איז דאס אי-יכולת אנצונעמען עוואלוציע מכח דעם אפשיי אז הומענס שטאמען פון א פרימיטיוו פריימעיט ["א מאנקי"], איז פארוואס האבן זיי נישט די זעלבע אפשיי צו דעם אז זיי זענען מודה אז הומענס שטאמען "עפר מן האדמה"?
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט