אדם ניכר... בכעסו. מצבים ווען מענטשן פארלירן זיך.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3620 מאל

אדם ניכר... בכעסו. מצבים ווען מענטשן פארלירן זיך.

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב שטענדיג ליב צו באטראכטן מענטשן, ספעציעל אין אנגעצויגענע צייטן, ווען א מענטש קען זיך לייכט פארלירן, וואס דארט קען מען גאר גוט זעהן די פנימיות פונעם מענטש, און אפשאצן, (שעצן, אדער אוועקשוצן) זיינע מדות. און זען לויט וויאזוי ער רעאגירט און ריעקט, ווי שטארק איידל, קלוג, מענטש, רחמנות'דיג, אויסגעהאלטן, רעליגעיז, סבלן, אדער פרינציפליך דער יעניגער איז. נישט אלעמאל מוז עס דייקא זיין אין נערוועזע אומשטענדן, אסאך מאל קען עס פאסירן ביי א געוויסע פערטיקיולער תאווה, אדער נטיה וואס דער ספעציפישער מענטש האט א ווייעך ארט דערפאר. איך וועל אויסציילן עטליכע דוגמאות. ס'מוז לאו דוקא זיין עפעס א ראקעט סייענס הויך פסיכילאגישע טעאריע איבער א געוויסע מצב אין וועלכער דער פערזאן ברויך ווערן אבזעווירט, ווי איר אלע ווייסט, דאס קען פאסירן ווען אימער, אפילו ביי פשוטע טעגליכע געשעהענישן.

אלזא לאמיר זען וואס ס'איז מיר היינט איינגעפאלן.
1) די מענטשן וואס קלאפן די מויז אויפ'ן טיש, קוועטשן ווילד די קיבאורד קנעפלעך, ריסטארטן יעדע מאל די קאמפיוטער/אדער אינטערנעט לויפט אביסל שטאט, אנשטאט ציווארטן, אדער זעהן אפשר דארף מען עס קלינען אדער פאררעכטן. טראכט א רגע! האסטו אמאל געטוהן אזוי, אפילו ווען דו ביסט קליין געווען??
מען קען אריינגיין אין פיליזאפישע אדער פסיכילאגישע הסברים פארוואס און פארווען, אבער נאכן באטראכטן וועלכע סארט מענטשן טוען דאס, מיין איך פעהלט נישט אויס צופיהל אריינצו'דרש'נען דערין.

קוק אהער, ער ווייסט דאך אז די קאמפיוטער גייט נישט אנהויבן בעסער פונקציאנירן דורכן קלאפן מיט די מויז, אבער מיט דעם אלעם האט ער אזא שלעכטע געוואוינהייט פון סמעשן די מויז, טראץ וואס ער ווייסט אז די מויז לעבט אויך נישט אויף אייביג. ס'ארא דומע קאפ!

2) מענטשן וואס ווארפן זייער טעלעפאון אויף דער ערד, ווען זיי ווערן אויפגערעגט.

3) אזעלכע וואס ווען זיי ווערן דעפרעסט, ווארפן זיך אריין אין בעט, אדער טרונקן א האלבע פלעשל וויסקי.

4) די סארט וואס ווען זיי האבן א שארפע ווערטער אויסטויש מיט א חבר, פארלירן זיי זיך פלוצים און הויבן אן שרייען, און ווערן אינגאנצן עמאציאנאל, איבערגענומען מיט געפיהלן. דאס שטעלט זיי אביסל אין א שוואכערע פאזיציע, גיבענדיג אז זיי טראכטן מער מיט הארץ ווי מיט מח.

5) די סארט וואס פארן דורך די זעלבע געגנטער יעדן טאג, און פאלגן בלינד זייער JPS אבער נעמען זיך נישט די מיה כאטש איינמאל נאכקוקן אין א מאפע זעהן, אויב ס'איז דא שנעלערע וועגן דורך זייטיגע געסלעך וואס זאל זיי פארשפארן צייט, און זיכער ארויסהעלפן בשעת א טראפיק אנשטויס.

6) די סארט חבירים וואס ווען דו קומסט אין זייער גענגווארט זענען זיי שטענדיג ביזי רעדן ווי געלונגען זיי זענען, און ווען עפעס גייט זיי שלעכט, קוקן זיי אויס ווי א אבל אין א בית האפל, אבער ווען דו זאגסט זיי עפעס איבער דיר, זענען זיי פיהל מיט אמונה מאמרים און פארווארוף הלמאי דו האסט נישט גענוג בטחון אין אויבערשטן, און דו רעדסט זיך אזויפיהל אפ.

7) די קלאסיקל בכוסו ביישפיהל. די סארט וואס ווערן ווילד און אומ-מענטשליך. אגרעסיוו און איגנאראנט, ווען זיי ציען אריין עטליכע גלעזלעך אלקאהאל. בעיסיקלי אלל אווער די פלעיס. אבער ווען דו זאגסט זיי - שפעטער נאכן ניכטער ווערן - עפעס איבער זייער שלעכטע העביט, ווערן זיי אינגאנצן באליידיגט.
יעצט אויב קען איינער אנאלאזירן וואס די זאכן באדייטן, און אויף וועלכע נאטורן זיי ווייזן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר