ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.

שליחה דורך לעיקוואד »

לאמיר רעדן אביסעלע ערנסט, מיר האבען טאקע א רייכע שטיבל, כולנו חכמים כולנו נבונים, יעדער איינער האט זיך זיין קוק-ווינקל אויף אלע ענינים און אוודאי אויך אויף אלול און די הייליגע טעג.
יידל וועט אונז אוודאי וויסען מסביר צו זיין אז היסטאריש איז די גאנצע מושג פון חודש אלול מער ווייניגער א נייער זאך, ער וועט אנווייזען אז אפילו די גאנער מושג פון יום הדין ווערט נישט געברענגט אין תנ"ך און אפילו אין חז"ל איז עס סך הכל עטליכע מאמרים און אין אנדערע פלעצער זעהט מען אז מ'האט נישט געמאכט אזא טראסק דערפון. יאנקל וועט טענה'ן אז דער גאנצער מושג א חודש פון תשובה איז נישט במקור קיין אידישער און איז אפשר געבארגט פון דער קאטולישער 'לענט' אדער דער מוסמלענישער ראמאדאן.
לעיקוואד מיט יאיר וועלן חוקר זיין צו עס איז בכלל אויסגעהאלטען צו מייחס זיין צו גאט אזא מושג פון יום הדין אויף אזא מענטשליכע אופן און צו עס זענען טאקע דא דריי ספרים אין הימל אדער איז אלץ נאר א משל ומליצה. מח שליט וועט פראבירען מסביר צו זיין אז וויבאלד עס איז אלץ תלוי אין אונזער קאפ איז אויב מיר רעדן זיך איין אז עס איז א יום הדין ווערט עס טאקע אזוי, געפילטע פיש וועט עם פרעגן אויב אזוי לאמיר זיך איינרעדן אז עס איז גארנישט מיט נישט ווערט עס דען אזוי? און זיי וועלן זיך ארומטענה'ן פאר פערציג בלעטער.
שמעקעדיג וועט חוקר זיין אויב די גאנצע עסק פון תשובה טוהן און ימים נוראים איז נישט צופיל פרעשור, און צו עס שטערט נישט פאר אונזערע איידעלע נפשות און די פון אונזערע קינדער אז מ'רעדט פון דעם.
די דייעטישינס וועלן חוקר זיין צו עפל מיט האניג, קרעפלעך און האניג קעיק זענען געזונט און צו מ'פארזיכערט זיך נישט א פעטע יאר כפשוטו מיט די אלע סימנים ומאכלים ומעדנים. סאשי פיש וועט אונז מהנה זיין מיט בילדער פון אן עפל טעלעפאן אין האניג און פון פארשידענע פאני פאזעס ביי כפרות שלאגען.
קאווע טרינקער וועט זיך קווענקלען צו די תשובה זיינע איז אמת'דיג און צו די אויפזיין הושענה רבה מאכט עם נישט סתם מיד און צו ער זארגט זיך נישט צופיל זיין קיטל זאל נישט שמוציג ווערן.

בקיצור, איך ווער שוין מיד פון אלעס מסביר זיין און מסכם זיין, איך הייס נישט קופערניקוס און אפילו נישט יואב, זאל ער מסכם זיין יעדער איינער, ועוד חזון לחול המועד.

אבער אלע חכמות אין א זייט, עס איז גארנישט אזא שלעכטע אדער אפגעפרעגטע זאך אז מ'נעמט אביסעלע צייט פאר תשובה מיט תיקון המעשים. אפגעזעהן צו די פיש אין וואסער ציטערען יא אדער נישט, סתם, מיר זענען דאך נישט קיין צדיקים גמורים, יעדער איינער לפי שיטתו אמונתו ונטיית לבו ווייסט עס וואלט עם גארנישט געשטערט אביסעלע בעסר צו ווערן, איז אז מיר האבען דא אזא טייערע קיבוץ פון חברים תלמידי חכמים חסידישע אינגעלייט וכו', איז לאמיר זיך דא אביסעלע אויסשמועסען וואס מיר קענען א משהו טוהן אין דער געביט פון תיקון המעשים. זאל דער עולם זיך דורכרעדן אביסעלע ערנסט קליינקייטן וואס מ'קען זיך מחזק זיין, צו בין אדם למקום, צו בין אדם לחבירו. זאל זיין די א ריכטיגע אסיפת התעוררות, אן קיינע שרעקעדיגע פלאקאטען און טאקע אויף די טריפה'נע אינטערנעט. סתם חברים צווישען זיך זאלן זיך דורכשמועסען אביסעל וואס און וויאזוי מ'קען בעסער ווערן.
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר