עס איז אינמיטן א האלאקאוסט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

עס איז אינמיטן א האלאקאוסט!

שליחה דורך קופערניקוס »

מיר זענען עד היום אנגעווייטאגט: ווי איז די וועלט געווען ביים ביטערן חורבן ווען מען האט אונז גערצחט און געמארדעט? ווי איז אמעריקע געווען? פארוואס איז אונזער בלוט געווען הפקר?
זינט איך הער די טענת ווייס איך ביי מיר אז ווען איך וועל נאר זעהן א קליינע צייכן פון נאך אזא מצב וועל איך טון עפעס, איך וועל שרייען און וויינען און פרובירן אפהאלטן א האלאקאוסט.
יעצט איז די צייט!
א מיני האלאקאוסט גייט פאר אין סיריע. באשאר אסאד האט פארגאזט טויזנטער מענטשן מיט כעמישע וואפן, און די וועלט שווייגט!
יא, עס זענען נישט אונז, עס איז די מוסלמענער סיריע, א חלק פון די בונד פון שלעכטס, די אקס אף איוועל, זאלן זיי זיך רייסן, למכה מצרים בבכוריהם. אבער געוואלד, עס זענען קינדער, עס זענען אומשולדיגע ציווילע מענטשן וואס ווילן נישט מער ווי מנוחה און א דאך איבערן קאפ!
טראכט נישט יעצט סוניס, שאיאיטן, טראכט יעצט פון דעם קליין קינד וואס אינמיטן שפילן און לאכן ווערט פארגאזט און הויכט אויס די נשמה אין פיין!
בילד




בילד


קינדער ווערן פארגאזט!
און מיט וואס זענען מיר ביזי? די מידיא טוט א טובה און דעקט עס ערגעצוואו צווישן ניעס איבער די לעצטיגע בן זוג פון דיקאפריא, די לעצטע נייעסן איבער די מעיאר פארמעסט און די לעצטע אינטערסאנטע יו טוב קליפ ווי א קעצי בייסט א בעיבי און עס איז זייער קיוט!
מיר שלאפן!
מיר אידן דארפן זיין די וואס שרייען אין די גאסן קעגן א האלאקאוסט
ווער וויל קומען מיט מיר פראטעסטירן אין מאנהעטן און מאכן א ווינט אז די וועלט זאל אפשטעלן די שחיטה פון קינדער.
און סיריע איז נישט די איינציגע, די זעלבע זאך געשעהט אין עגיפטן, אין תימן. קינדער שטארבן נאך טעגליך פון הונגער אין סאמאליע און אין סודאן, און די וועלט שפילט זיך ארום מיט געלעקסי עס פיר'ס
בלוט גיסט זיך!

דער אשכול פארמאגט 126 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר