אידן אקעגן מאסן רציחות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

אידן אקעגן מאסן רציחות

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

מיר אידן האבן זיך גענוג אפגעבריהט.
מיר אידן האבן גענוג געשפירט דעם בלוטיגן רוט.
מיר אידן דארפן זיין אן אור לגויים, צו נאציאנען א ליכטיגקייט.
מיר אידן דארפן באקעמפן שלעכטס און אפשטעלן שלעכטיגקייט.
מיר אידן דארפן זיך ארויסשטעלן בראש כל חוצות.
מיר אידן דארפן אנווארעמען הערצער און ווייזן רחמנות.
מיר אידן דארפן דאס טון כאיש אחד באחדות.
מיר אידן קענען עס אבער אויך טון אלס יחידים, אינדיווידואלן פארמירן קהלות.


איך האב דא געליינט די אשכול איבער לאזן הערן א אידישע שטימע קעגן די שחיטת אין סיריע, איך האב זיך איינגעשריבן דא צו העלפן אין די נאבעלע אונטערנעמונג.
ווי שיין וועט זיין ווען אידן וועלן זיין א אור לגויים און ארויסווייזן די אידישע מדה פון רחמנות!
ווי שיין וועט זיין ווען אפשטאמלינגען פון היטלער קרבנות וועלן זיין די וואס שטעלן ארויס די פאן צו באקעמפן גענאסייד!
מי לה' אלי!
ווער קען העלפן דורך מפרסם זיין אויף די סאציאלע מידיא,
ווער קען העלפן דורך גרונדן א זייטל,
ווער קען העלפן דורך רעדן צו רבנים ועסקנים,
ווער קען העלפן דורך פלאנירן
ווער קען העלפן דורך מאכן ריסערטש צו דערגיין די ריכטיגע וועג,

און לאמיר דא קלארשטעלן: פאליטיק קומט נישט אריין אין די בילד, ווי אנדערע האבן דערקלערט אין די אשכול איבער די נושא גייט מען נישט זאגן וואס מען דארף טון, אלאווייטס און סוניס גייט אונז אן אין די לינקע פאה, אונז שטערט נאר פארגאזטע קינדער.
העלפט אונז רבותי!

מיר מיינען בלויז די געשאכטענע קינדער, אבער בדרך כלל, מתן שכרה בצידה אז מיר וועלן מקדש זיין שם שמים און איינהאנדלען נייע אליאירטע, און עפענען נייע טויערן. ווי שיין וועט זיין א מארש פון צוויי הונדערט חסידים אינאיינעם מיט מוסלמענישע הומאניטארישע אקטיוויסטן, וויפיל קענען מיר פון דעם פארדינען? א געוואלד!

איר קענט מיר שרייבן אין אישי, אדער שיקן אן אימעיל צו
jewsagainstkilling@gmail.com


ובשם ה' נעשה ונצליח!

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר