ווי זענען די קאצקעלעך?!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ווי זענען די קאצקעלעך?!

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 5:08 pm

אקעי, אקעי. לאמיך מיך באקוועם מאכען. זיך אויסציען די ביינער.... אההההה.... די שמעק פון די פרישע פעינט שניידט אריין אין די נאז לעכער. יוי איז דאס גוט. אזוי שיין פריש געבויט, שיין באצירט. ממש א נחת.
א רגע – ווי זענען די קאפס? אה דא. פיין. די קאווע – גוט. צוקער – יא. לעפלעך – אויך דא. ממש א מחיה.
איין מינוט. ווי זענען די קאצקע צוקערלעך? די קאצקע צוקערלעך?! נו! וואס גייט דא פאהר? ווער איז דא? יאנקל.
"יאנקל, דו ווייסט אפשר ווי די קאצקע צוקערלעך זענען?" נעה. ער הערט נישט. ביזי שרייבן.
"הרב פריעד! הרב פריעד!" ער הערט אויך נישט. "ר' חיים נחום הלוי פריעד – איר הערט אז איך רוף אייך?"
אה, ער האט באמערקט. "דו ווייסט אפשר, חיים נחום, ווי די קאצקע צוקערלעך זענען דא אין קאווע שטיבל?"
ער ווייסט נישט.
ווער נאך איז דא? מר. טעמפא. "טעמפא, אנטשולדיגט. מר. טעמפא, דו ווייסט אפשר ווי די קאצקע צוקערלעך ליגן?"
אה, ענדליך. "כ'דארף נישט קיין גאנץ באקסל, טעמפא. צוויי-דריי איז גענוג. אבער לייג שוין אראפ די גאנצע באקס דא אויבן אז אנדערע זאלן עס קענען גלייך זעהן און נישט דארפן זיכן.
---
אקעי:
קאווע, צוקער – אה, ניין, איך גיי נוצן קאצקעלעך. איז קאווע, וואסער. אוטש – די וואסער איז קאכעדיג. מילך, אה ס'גייט א רויעך. א מחיה
אקעי, לאמיר לייגן דאס צוקערל צווישן די ציינער. פיין!
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שהכל נהיה בדברו..........

אהההההההההה.... יעצט קען מען זיך זעצן שרייבן אין קאווע שטיבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראשעקאל אום פרייטאג מערץ 02, 2012 3:34 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

Re: העלא, חברה!

הודעהדורך קאווע » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 6:12 pm

וואס גיסטו מיך אן? קענסט נישט וואטשן? אקעי ס'העט שוין גוט זיין, בלייב מיר גוטע פריינט
____________________.
באניצער אוואטאר
קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: העלא, חברה!

הודעהדורך טעמפא » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 6:16 pm

איר מיינט אז דאס איז דאס ערשטע מאל? איך האלט אין איין צוברענגען די קאצקעס, און יעדע מאל איז ווידער די זעלבע מעשה. "מר. טעמפא, פארוואס איז נישטא קיין קאצקע צוקערלעך?" "טעמפא, ס'וואלט געמעגט זיין הארטע צוקער". "הרב טעמפא, שוגער קיובס פארגונט מען אומז נישט". הערט שוין אויף למען השם! און אז איר וועט טרונקען א קאווע מיט ווייעכע צוקער וועט דען פאסירן עפעס?
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: העלא, חברה!

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 01, 2012 6:38 pm

הרב טעמפא, הייבסט שוין אן צו רעדן ווי דו האסט פייגל אין קאפ. ווי קענען מיר משנה זיין ממטבע שטבעו חכמים? אונז וועלעמער טרונקען אזויווי אונזערע זיידעס האבן געטרונקען, מוטן קאצקע צווישן די ציין מאכענדיג מאדנע סאונד עפעקטס כדת משה וישראל.

זעסטע שוין פארוואס ס'פעלט אויס צענזור?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7567 מאל

Re: ווי זענען די קאצקעלעך?!

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג מערץ 02, 2012 3:38 pm

טעמפא טייערע, איך מוז דיר זאגן אז ניין, איך קען נישט טרינקען קאווע מיט ווייעכע צוקער. ס'טויג נישט אזוי. איך בין שוין צוגעוואוינט מקדמת דנא אזוי צו טרינקען. איך געדענק אלץ קינד 10-11 יאר, האט מיין טאטע מיך געוואלט מאכן קאווע יעדן אינדערפרי, אבער איך האב קיינמאל נישט געדארפט - איך האב נישט געקענט סובל זיין קיין קאווע. אבער זעהט אויס אז פאר מיין טאטע האט וויי געטון אז איך וואקס אויס ווי א גוי חלילה, אן קיין געשמאק אין א קאווע פארן מקווה, האט ער מיך ממש אריינגעצווינגען קאווע מיט געוואלד!!
פארקערט ווי פיסכילאגן וואלטן געזאגט אז דאס וואלט מיך "טראומעטייזד" און איך וואלט נישט געקענט אנקוקן קאווע וויבאלד איך בין געווארן "אביוזד" צו טרינקען קאווע, איז פונקט פארקערט. היינט צו טאגס קען איך טרינקען קאווע נאר אקוראט אזוי ווי מיין טאטע האט מיך אריינגעצווינגען - מיט קאצקעלעך!! טרינקען קאווע אהן האלטן א צוקערל צווישן די ציין איז פאר מיר ווי גיין אין די רעגן מיט א פארמאכטע שירעם.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

הודעהדורך דעינעש » מאנטאג מערץ 05, 2012 2:33 pm

ההאא... ווי גוט,
שוין באלד נאכן דאווענען נעם צי א דעינעש, זעך צי דערקוויקען דאס נפש'ל,
____

פארשטייט איר 'קאווע' פארוואס איר זענט ארויס מיט ריווח אז ראשעקאל'ס טאטע האט אזוי אויס געלערנט זיין זוהן, ווייל דעמאלטס, און אויך יעצט, האט מעגליך זיין טאטע, און איר ווען איר ווערט אנגעגאסן מיט צוקער דערינען, וואלט אפשר די מעשה געהאט נאך א קנייטש.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: ווי זענען די קאצקעלעך?!

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג מערץ 05, 2012 3:50 pm

קאווע,
פארוואס דרייסטו זיך נאך אלץ ארום מיט דיין פארפלעקטן רעקל פון די קאווע? איך האב דאך דיר באצאלט פאר די קלינערס!!!
נישט שיין. א תלמיד חכם מיט א רבב על בגדו - ס׳איז א ערנסטע שאלה.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

Re: ווי זענען די קאצקעלעך?!

הודעהדורך amechiya » מאנטאג מערץ 05, 2012 6:44 pm

נאדיר
בייגעלייגטע פיילס
suger.jpg
suger.jpg (7.17 KiB) געזען געווארן 1317 מאל
באניצער אוואטאר
amechiya
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: ווי זענען די קאצקעלעך?!

הודעהדורך האט קאפ » מאנטאג מערץ 12, 2012 1:50 pm

אוי ס'דערמאנט מיר מיט נאסטאלגיע פון מיין מלמד זאל רוען אין לעכטיגן ג"ע
ווי ער האט פארמאגט א קאצקע צוקער שניידער
(א שטייגער ווי די ניסל קראכער'ס אדער ווי די יוסט שניידער'ס א.ד.ג.)
ער האט צוטיילט די צוקער מיט א פאכמאנישקייט די צוקערל אויף פיר כנגד ארבעה בנים
פאר פיר קינדער וועלכע האבן פלייסיג געלערענט האבן זיך פארדינט נישט מער און נישט ווייניגער א -------------פערטל צוקער----------
די בא'חנ'טע ערהאבן בילד ווי די טישן אינעם סמעדרעש זענען געווען אנגעלייגט מיט האלבע ברוינע צוקערלאך איבערגעלאזט פונעם קאווע טרונקעריי.......

דרך אגב: רעדענדיג פון די קאצקעלעך
ווען כ'טרינק א טיי די ליפטאן טראדיצינאלע טיי זעקלעך מיטן אויפשריפט ליפטאן "בריסק"
און מען נעמט צו דעם צי א "קאצק"ע צוקער
קענט איר זיך פארשטעלן די שארפקייט דערפון
קאצק מיט בריסק אינאיינעם
וילכו שניהם יחדיו!
באניצער אוואטאר
האט קאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט