בלאט 1 פון 1

ווי זענען די קאצקעלעך?!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 4:08 pm
דורך ראשעקאל
אקעי, אקעי. לאמיך מיך באקוועם מאכען. זיך אויסציען די ביינער.... אההההה.... די שמעק פון די פרישע פעינט שניידט אריין אין די נאז לעכער. יוי איז דאס גוט. אזוי שיין פריש געבויט, שיין באצירט. ממש א נחת.
א רגע – ווי זענען די קאפס? אה דא. פיין. די קאווע – גוט. צוקער – יא. לעפלעך – אויך דא. ממש א מחיה.
איין מינוט. ווי זענען די קאצקע צוקערלעך? די קאצקע צוקערלעך?! נו! וואס גייט דא פאהר? ווער איז דא? יאנקל.
"יאנקל, דו ווייסט אפשר ווי די קאצקע צוקערלעך זענען?" נעה. ער הערט נישט. ביזי שרייבן.
"הרב פריעד! הרב פריעד!" ער הערט אויך נישט. "ר' חיים נחום הלוי פריעד – איר הערט אז איך רוף אייך?"
אה, ער האט באמערקט. "דו ווייסט אפשר, חיים נחום, ווי די קאצקע צוקערלעך זענען דא אין קאווע שטיבל?"
ער ווייסט נישט.
ווער נאך איז דא? מר. טעמפא. "טעמפא, אנטשולדיגט. מר. טעמפא, דו ווייסט אפשר ווי די קאצקע צוקערלעך ליגן?"
אה, ענדליך. "כ'דארף נישט קיין גאנץ באקסל, טעמפא. צוויי-דריי איז גענוג. אבער לייג שוין אראפ די גאנצע באקס דא אויבן אז אנדערע זאלן עס קענען גלייך זעהן און נישט דארפן זיכן.
---
אקעי:
קאווע, צוקער – אה, ניין, איך גיי נוצן קאצקעלעך. איז קאווע, וואסער. אוטש – די וואסער איז קאכעדיג. מילך, אה ס'גייט א רויעך. א מחיה
אקעי, לאמיר לייגן דאס צוקערל צווישן די ציינער. פיין!
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שהכל נהיה בדברו..........

אהההההההההה.... יעצט קען מען זיך זעצן שרייבן אין קאווע שטיבל.