***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה

שליחה דורך שמואל הלוי »

ווער עס הערט אויס דאס ליינען יעדע וואך ווייסט זיכער אז איינס פון די מערסט באליבטע טראפן (טעמים) וואס דער עולם האט ליב מיטצוזינגען מיטן בעל קורא איז די אלעמען גוט באקאנטע אזלא גרש...

אין די תורה הק' איז דא מער ווי איין אזלא גרש, כמעט יעדע וואך קען מען געפינען א אזלא גרש אין די סדרה, אבער העולה על כולנה די מערסט באקאנטע אזלא גרש פון אלע איז זיכער בלי שום ספק די אזלא גרש פון "ואת האלף" וואס מען ליינט אין פרשת פיקודי.

פונקטליך די סיבה פארוואס אט די דאזיגע אזלא גרש האט אזוי נושא חן געווען ביי יעדן איז אומבאקאנט, אבער ס'לאזט זיך זאגן א סברא'דיגע תירוץ אז דאס איז צוליב וואס מען רעדט פון גוטע זאכן, מען רעדט פונעם אלף'ל, און וועלכער איד האט דען נישט ליב צו האבן ביי זיך אין טאש א באנטש פון די אלף'לעך...

אבער באמת אז מ'קלערט אריין איז דא נאך באקאנטע אזלא גרש'ס, הגם זיי זענען נישט אזוי באקאנט ווי די ואת האלף.

ואלו הן:
"ויחץ" אין פרשת וישלח
"קטונתי" אין פרשת וישלח
"ואת האלף" אין פרשת פיקודי
"אל פתח" אין פרשת ויקרא
"כאלה" אין פרשת פנחס
"לדעת" אין פרשת עקב
"הלא המה" אין פרשת ראה

און נאכדעם איז דא נאך א גאר באקאנטע אזלא גרש וואס איז דער יעמוד מיט וואס מ'רופט אויס א חתן לתורה.

שרייבענדיג דערמאן איך זיך אז איך האב אמאל געהערט פון א בדחן משלב צו זיין די אויבענדערמאנטע אזלא גרש'ס ווי פאלגענד:
"אל פתח" פסח ביינאכט
"ויחץ" צוטיילט מען די מיטעלסטע מצה
"לדעת" דארף מען אבער צו וויסן
"ואת האלף" אז די גרעסערע העלפט (אלף איז מרמז אויף א גרויסע פארציע)
"יעמוד" דארף מען אוועק שטעלן פארן אפיקומן
"קטונתי" און דאס קלענערע העלפט
"הלא המה" זאל זיין
"כאלה" אזוי ווי די אלע אנדערע מצות...

עד כאן דבריו ודברי פי חכם חן.

אלזא לענינינו לרגל דאס דערגרייכן דעם "ואת האלף" און דער עולם באזינגט מיר פון אלע זייטן מיטן "ואת האלף" און א חשוב'ער ניק האט אפילו געעפנט א מזל טוב אשכול לרגל די אלף נאך היפש בעפאר איך בין באמת אנגעקומען דערצו, וויל איך אבער מוסר מודעה זיין אז באמת "אזלא גרש" גיי איך ארום צובראכן דערפון, איך בין נישט דער מענטש וואס האט ליב כבוד און פרסום און באזינגעכצער, אבער אז די מילך האט זיך שוין אויסגעגאסן ווי מ'זאגט, מ'האט שוין געמאכט עניוועי א וועזן דערפון, מוז איך בעל כרחך מיטשפילן און מיטזינגען מיט ענק אינאיינעם דעם "ואת האלף", און לכבוד דעם האב איך משלב געווען כדרך הבדחן הנ"ל די באקאנטע אזלא גרש'ס, אבער דער יעניגער בדחן האט אינגאנצן פארגעסן פון נאך א באקאנטע אזלא גרש וואס איז אין פרשת שלח "ולא תתורו", וועלן מיר אינעם שילוב אויך דאס צולייגן.

"אל פתח" אין אנהייב ווען איך בין אריינגעקומען דא

"יעמוד" האב איך זיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן אסאך

"קטונתי" און איך האב געמיינט אז איך וועל פארבלייבן מיט ווינציג תגובות

"לדעת" שפעטער בין איך אבער געקומען צום דעת

"הלא המה" איך זאל מער שרייבן אזוי ווי זיי די אנדערע ניקים

"ואת האלף" אזוי ארום האב איך זיך דערזעהן ביי 1000

"ולא תתורו" צום שלוס בעט איך שפיאנירט נישט נאך מיר דורך נאכקוקן ווי איך האב געשריבן די מערסטע

"ויחץ" ווייל האלב תגובות איז געשריבן געווארן אין שמייכל פארום

"כאלה" איך האף אז די קומענדיגע 1000 וועט זיין "כאלה" אזוי ווי די דאזיגע תגובה און נישט דורך די 5 ווערטער אשכול





אדער קען מען זאגן אביסל אנדערש

"כאלה" מיט אזעלכע תגובות איז נישט קיין קונץ

"ויחץ" האלב איז דאך אין צוויי ווערטער און אין פינף ווערטער אשכול

"הלה המה" די קונץ איז נאר ווען מ'שרייבט ווי יאנקל און אנדערע

"לדעת" וואס שרייבן נאר זאכליכע קלוגע תגובות

"קטונתי" ווען מ'נעמט ווען אוועק די אלע פינף ווערטער תגובות בין איך באמת א קליינע ניק

"יעמוד" באמת שטיי איך אין גאר א אנדערע ראנג

"אל פתח" איך שעם זיך אזוי אז איך זיך די טיר ארויס

"ולא תתורו" אויב שפיאנירט מען אבער נישט וואסערע תגובות איך האב געשריבן

"ואת האלף" דאן בין איך יא א שר האלף





עכ"פ מיינע טייערע פריינט
ענק קענען מיר נישט פון היינט

במשך די צייט געשריבן אסאך
הגם נישט אלע אזוי גוט און רייך

אבער להגדיל קאווע שטיבל ולהאדירה
און פארשענערן איר צורה

טוה איך טאג טעגליך פרובירן
און איך טוה דערמיט שטאלצירן

דעריבער ביטע טוט מיר נישט אראפקוקן
אז איך טוה סתם תגובות אריינריקן

קוקט אויפן גוטן חלק און נישט אויף די פסולת
שוין... מער שרייבן בין איך נישט ביכולת

ס'ווערט שפעט איך ברויך אהיימגיין
דערוויל קענט איר מגיב זיין

אדער לכה"פ מיטן אגודל א לייק געבן
האטס מיר און זייטס מיר, מאכטס א לעבן

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר