מלחמת דוד גרינפעלד ו'דוב הייקינד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

מלחמת דוד גרינפעלד ו'דוב הייקינד

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די מלחמה צווישן די צוויי צנתרי דהבא, גייט שוין אן יארן. פאר 11 יאר צוריק האט דוב הייקינד אויפגענומען א יונגערמאנטשיק מיטן נאמען דוד גרינפעלד. דוד איז געווען זייער א פלייסיגער, אבער אויך זייער א היציגער. די פאקט אז דוב האט זיך אויך נישט וואס צו שעמען מיט זיין ווילדקייט, האט גורם געווען א פירוד צווישן די צוויי. דוד איז געפלויגן נאך 6 חדשים.

ויהי אחר הדברים האלה. דוד איז ארומגעלאפן זוכן א דזשאב מיט שררה, אבער איננו. איז ער געווארן א לויער, סינס ער האט שיין געהאט לייסענס אויף דעם. ער האט געמאכט שיין געלט, אבער ער האט געזוכט א דזשאב של שררה. ענדליך ויחנו ב'ספארדיק קאמיונטי פעדערעישאן'. פארוואס די ספרדי פנימי קאמיונטי האט גענומען אן אשכנז'עישען אינגערמאן מיט א רויטע'ן בערדל, איז נאך א תיקו עד היום הזה. בנוסף צו דעם האט ער גע'עפענט א לאביונג גרופ גערופן Teach NYS ווי ער האט גראדע גאנץ פיין אריינגעשוויצט, און אויפגעטוען גוטע זאכן.

דוד לויפט פאר סיטי קאנסול שרייט א press release!!! ווי? טאקע דא אין בארא פארק. די מלך החיות, די בער האט זיך אויפגעוועקט. דוב איז געווארן ווילד ווי קיינמאל בעפאר. וואס!! אין מיין מלוכה וועט דער מחוצף יונגאטש דוד ווערן די קאונסילמאן?! היה לא תהיה! ער האט דעקלערט א פול פאליטישע קריג קעגן דוד, און האט אינדארסט זשאו לעזאר פאר קאונסיל. זשאו איז גראדע א וואוילע אמריקענער איד וואס האט געארבייט אין גאווערמענט, אבער א בן גיל פון זשאן מיקען. די סוף איז געווען אז די יונגערע עולם וואס האט פיינט דוב האט געזעהן זשאו, אלטס דוב'ס פאפעט, און דוד האט געווינען מיט 57% פון די שטימען. (דוד האט געטוען אסאך שטיק ביי די וואלען, אוודאי לעגאל ואכמ"ל). געדענקט אז דוב איז געווען די גלית און די מלחמה, מיט דרייסיג יאר פאליטישע קאנעקשונס, אבער די עולם איז שוין געווען קראנק פון אים.

די אהין און צוריק איז אנגעגאנגען אזוי פאר אפאר יאר, אבער אויף א שטילע פארנעם. ביז...... ס'האט געפלאצט. א געוועזענע ארבייטארען פון דוד האט מגלה געווען אז דער שרייבער אין yeshiva world news מיטן נאמען דוב גארדען וואס שיסט פעך און שוועבעל אויף הייקינד, איז גאר די פענע נאמען פון די קאונסילמאן. זי האט צוגעלייגט, אז זי פלעגט אפילו edit'ן די ארטיקלען.

די יודעי דבר זאגען אז די גאנצע געשיכטע מיט הייקינד'ס פורים בלעקפעיס, איז גאר געווארן אנגעדרייט דורך דוד'ן. זיי זאגען אז ער האט גערופן די צייטונגען און עס פארשפרייט.

יונה הייקינד, דוב'ס זון (און ממלא מקום..אקארדינג צום טאטן..) האט עס שוין נישט אויסגעהאלטן און האט לעצטענס געפלאצט עטליכע מאל אויפ פעיסבוק מיט גאר מיאוסע און ווילדע רייד אויף דוד. דערווייל האט מ'נאך נישט צוריקגעהערט פון דוד. קען זיין ער איז ביזי באוויינען די פארלוסט פון רוב זיינע אינדארסטירטע קאנדידאטן.(זעה נאך פרטים אין שעפטל'ס אשכול איבער יונה'שקעס אויסברוך: viewtopic.php?p=149054#p149054)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר