יאָסל ראַקאָווער רעדט צו ג-ט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

יאָסל ראַקאָווער רעדט צו ג-ט

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:54 am

וואַרשע, דעם 28סטן אַפּריל 1943

איך, יאָסל, דער זון פון יאָסל ראַקאָווער פון טאַרנאָפּאָל, אַ חסיד פון גערער רבין און אָפּשטאַמיקער פון די צדיקים גדולים און קדושים פון די משפּחות ראַקאָווער און מייזלס, שרייב די דאָזיקע שורות, ווען דאָס וואַרשעווער געטאָ איז אין פלאַמען און דאָס הויז, וואו איך געפין זיך איצט איז איינס פון די לעצטע וואָס ברענען נאָך ניט. שוין אַ פּאָר שעה ווי אַ באַזונדערס שטאַרק אַרטילעריע-פייער איז געווענדט קעגן אונדז, און די ווענט אַרום מיר, ווערן צעגריזשעט און צעברעקלט פון דעם מוראדיקן פייער. עס וועט לאַנג ניט דויערן און אויך דאָס הויז וואו א יך געפין זיך וועט ווי כמעט אַלע אונדזערע הייזער פון געטאָ ווערן אַ קבר פאַר זיינע באַשיצער און באַוואוינער. לויט די שפּיזיק-שפיציעקע, באַזונדערס רויטע זונענשטראַלן, וואָס דרינגען אַריין דורך דעם קליינעם האַלב פאַרמויערטן פענצטערל פון מיין צימער, דורך וועלכן מיר האָבן אין משך פון טעג און נעכט באַשאָסן דעם שונא, פאַרשטיי איך, אַז עס דאַרף שוין זיין אַצינד אָוונט, ערב שקיעה. די זון ווייס גאָרניט מסתמא ווי ווייניק איך וועל באַדויערן וואָס איך וועל זי מער ניט זען. אַ מאָדנע זאַך האָט פּאַסירט מיט אונדז: עס האָבן זיך געביטן אַלע אונדזערע באַגריפן און געפילן, דער טויט, דער שנעלער, דער מאָמענטאַנער, קומט צו אונדז ווי אַן אויסלייזער, ווי אַ באַפרייער, ווי אַ קייטן-רייסער. חיות אין וואַלד זענען מיר אַזוי ליב און טייער, אַז איך פיל אַ טיפן ווייטיק, ווען איך הער אַז מען פאַרגלייכט די רשעים, וואָס ווילדעווען אין אייראָפּע, צו חיות. עס איז ניט אמת אַז היטלער האָט עפּעס חיהשעס איז זיך. ער איז, לויט מיין טיפער איבערצייגונג, אַ טיפּיש קינד פון דער מאָדערנער מענטשהייט. זי, די מענטשהייט, האָט אים געבוירן און דערצויגן און ער איז דער אָפנהערציקסטער אויסדרוק פון אירע טיף פאַרבאָרגענע וואונטשן. אין אַ וואַלד וואו איך האָב זיך באַהאַלטן, האָב איך געטראָפן ביי נאַכט אַ הונט, אַ קראַנקן, אַ פאַרהונגערטן, אפשר אויך אַ משוגענעם, מיטן עק צווישן די פיס. ביידע האָבן מיר באַלד דערפילט די געמיינזאַמקייט פון אונדזער לאַגע, ווייל די לאַגע פון די הינט איז דאָך ניט דער ערך בעסער ווי אונדזערע. ער האָט זיך צוגעטוליעט צו מיר, דער הונט, איינגעגראָבן זיין קאָפּ אין מיין שויס און געלעקט מיינע הענט. איך ווייס ניט, צי איך האָב ווען עס איז אַזוי געוויינט ווי אין יענער נאַכט. איך בין געפאַלן אויף זיין האַלדז און זיך צעוויינט ווי אַ קינד, אַז איך זאָל זאָגן: איך האָב דעמאָלט מקנא געווען די חיות, וועט עס קיין וואונדער ניט זיין, דאָס וואָס איך האָב געפילט איז אָבער געווען מער ווי קינאה. ס׳איז געווען שאַנד: איך האָב זיך געשעמט פאַרן הונט וואס איך בין ניט קיין הונט נאָר אַ מענטש, אַזוי איז עס. צו אַזאַ גייסט צושטאַנד זענען מיר דערגאַנגען: דאָס לעבן איז אַן אומגליק, דער טויט – אַן אויסלייזער דער מענטש – אַן אָנשיקעניש, די חיה – אַן אידעאַל, דער טאָג – אַ גרויל, די נאַכט – אַ אויסלייזונג.
מיליאָנען מענטשן אויף דער ווייטער, גרויסער וועלט, פאַרליבטע אין טאָג, אין זון און אין ליכט, ווייסן גאָרניט, האָבן גאָר קיין אנונג ניט, וויפל פינצטערניש און אומגליק זי, די זון, האָט אונדז געבראַכט. זי איז געוואָרן אַן אינסטרומענט, אין די הענט פון די רשעים און זיי האָבן זיך באַנוצט מיט איר ווי מיט אַ פּראָזשעקטאָר, כדי צו אַנטדעקן די טריט פון די וואָס אַנטלויפן, וואָס ראַטעווען זיך פון זיי. ווען איך מיט מיין פרוי און מיינע קינדער – זעקס זענען זיי געווען, האָבן זיך אין וועלדער באַהאַלטן, האָט די נאַכט, נאָר די נאַכט, אונדז באַהאַלטן אין איר בוזעם. דער טאָג האָט אונדז אויסגעליפערט צו די זוכערס פון אונדזערע נשמות. צי וועל איך דען פאַרגעסן דעם טאָג פון יענעם דייטשישן פייער-האָגל אויף טויזנטער פּליטים, אויפן וועג פון גראָדנע קיין וואַרשע? מיטן אויפגאַנג פון דער זון זענען אויפגעגאַנגען די עראָפּלאַנען און אַ גאַנצן טאָג האָבן זיי געמאָרדט און געמאָרדט. אין דער דאָזיקער לופט-שחיטה זענען אומגעקומען מיין פרוי מיט אַן עופעלע פון זיבן חדשים אויף אירע הענט, און צוויי אַנדערע פון מיינע געבליבענע פינף קינדער זענען אין יענעם טאָג פאַרשוואונדן, דוד און יהודה האָבן זיי געהייסן, איינער פיר, דער אַנדערער זעקס יאָר אַלט. מיט זון-אונטערגאַנג זענען די ווייניקע לעבן-געבליבענע ווייטער געגאַנגען זייער וועג אין דער ריכטונג פון וואַרשע און איך מיט מיינע דריי געבליבענע קינדער האָבן זיך אַוועקגעלאָזט איבער די וועלדער און פעלדער אַרום דעם שחיטה-פּלאַץ צו זוכן די קינדער, דוד! יהודה! – האָבן אין משך פון דער גאַנצער נאַכט אונדזערע געשרייען, געשניטן ווי מיט מעסערס די טויטשטילקייט אַרום, און אַ וואַלדעכאָ, אַ הילפסלאָזער, אַ רחמנותדיקער און אַ האַרצרייסנדיקער האָט געענטפערט אויף אונדזערע געשרייען מיט אַ טאָן פון אַ הספּד. איך האָב מיינע צוויי קינדער מער קיין מאָל ניט געזען און אין חלום האָט מען מיר געהייסן זיך מער ניט זאָרגן פאַר זיי, ווייל זיי געפינען זיך אין די הענט פון רבונו-של-עולם.
די אַנדערע דריי קינדער מיינע זענען אומגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ. רחלע, מיין טעכטערל, צען יאָר אַלט, האָט געהערט אַז אינעם שטאָטישן מיסטקאַסטן, אויף דער צווייטער זייט פון געטאָ-וואַנט, קאָן מען געפינען שטיקלעך ברויט, דאָס געטאָ האָט דאַן געהונגערט, און די פון הונגער געשטאָרבענע האָבן זיך געוואַלגערט ווי שמאַטעס אין די גאַסן. אין געטאָ זענען מענטשן באַדייט געווען צו שטאַרבן מיט יעדן טויט אָבער ניט מיט קיין הונגער טויט. דאָס איז מסתמא דערפאַר, וואָס אין דער צייט ווען אַלע פאַרלאַנגען פון אַ מענטשן קאָנען ביסלעכווייז אָפּגעטויט ווערן, איז דער ווילן צו עסן דער איינציקער, וואָס בלייבט, אַפילו ווען מען ווינטשט זיך דעם טויט, מען האָט מיר דערציילט וועגן אַ אידן, אַ האַלב-פאַרהונגערטן, וואָס האָט געזאָגט צו אַ צווייטן: אַך, ווי גוט מיר וואָלט געווען, ווען איך קאָן שטאַרבן נאָך דעם ווי איך וועל איין מאָל אָפּעסן ווי אַ מענטש!
רחלע האָט מיר ניט דערציילט פון איר פּלאַן זיך אַרויסצוגנבען פון געטאָ – אַ פאַרברעכן, פאַר וועלכן מען האָט באַשטראָפט מיט טויט – און צוזאַמען מיט אַ חברטע אירער, אַ מיידעלע אין איר עלטער, האָט זי זיך געלאָזט אויפן געפערלעכן וועג. אין דער נאַכט-פינצטערניש איז זי אַוועק פון דער היים און מיט זונאויפגאַנג איז זי מיט איר חברטע באַמערקט געוואָרן אויף יענער זייט פון די געטאָ-טויערן. נאַצישע געטאָ-שומרים צוזאַמען מיט צענדליקער פּוילישע מיטהעלפער האָבן באַלד אָנגעהויבן אַ געיעג אויף די אידישע קינדער, וואָס האָבן זיך דערוועגט צו זוכן שטיקלעך ברויט אין אַ מיסטקאַסטן, כדי ניט אויסצוגיין פון הונגער. מענטשן, וואָס האָבן דעם דאָזיקן געיעג בייגעוואוינט, האָבן ניט געגלויבט וואָס זייערע אויגן זעען. אַפילו אין געטאָ איז עס געווען אַ נייעס, מען האָט געקאָנט מיינען, אַז דאָס יאָגט מען זיך נאָך אַנטלאָפענע געפערלעכע פאַרברעכער, צענדליקער רשעים האָבן זיך געלאָזט אין אַן אַטאַק-געלויף נאָך צוויי צען-יאָריקע פאַרהונגערטע קינדער, וואָס האָבן לאַנג ניט אויסגעהאַלטן און איינע פון זיי, מיין טאָכטער, איז געפאַלן אַ דערשעפּטע אויף דער ערד, און די נאַציס האָבן איר דורכגעשטאָכן דעם קאָפּ. די צווייטע האָט זיך געראַטעוועט פון זייערע הענט, אָבער צוויי וואָכן שפּעטער איז זי געשטאָרבן אַ גערירטע פון זינען.
דאָס פינפטע קינד, יעקב, אַ אינגל פון דרייצן יאָר, איז אינעם טאָג פון זיין בר-מצווה געשטאָרבן פון טובערקולאָז. זיין טויט איז געווען אַן אויסלייזונג פאַר אים. דאָס לעצטע קינד, מיין פופצן-יאָריקע טעכטערל חוה, איז אומגעקומען אין אַ קינדער-אַקציע. וואָס האָט זיך אָנגעהויבן באַגינען דעם ערשטן טאָג ראש-השנה און זיך געענדיקט מיט זון-אונטערגאַנג. יענעם טאָג האָבןָ הונדערטער אידישע משפּחות פאַרלוירן זייערע קינדער.

אַצינד איז מיין שעה געקומען, און ווי איוב קאָן איך זאָגן אויף זיך – און איך בין ניט דער איינציקער וואָס קאָן עס זאָגן: אַ נאַקעטער קער איך זיך אום צו דער ערד, אַ נאַקעטער ווי אין טאָג פון געבוירן. דריי און פערציק יאָר בין איך אַלט, און ווען איך קוק אַצינד צוריק אויף די פאַרגאַנגענע יאָרן, קאָן איך זאָגן מיט זיכערקייט, אויף וויפל אַ מענטש בכלל קאָן זיכער זיין מיט זיך, אַז איך האָב געלעבט אַן ערלעך לעבן. איך בין געווען געבענטשט אַמאָל מיט הצלחה אין מיין לעבן, אָבער איך האָב זיך מיט דעם קיין מאָל ניט איבערגענומען. איך האָב געהאַט אַן אָפן הויז פאַר איטלעכן באַדערפטיקן און איך בין גליקלעך געווען, ווען איך האָב געקאָנט טאָן מענטשן אַ טובה. איך האָב געדינט ג-ט מיט התלהבות און מיין איינציקע בקשה צו אים איז געווען, אַז ער זאָל מיר לאָזן אים דינען ״בכל לבבך, בכל נפשך ובכל מאדך״. איך קאָן ניט זאָגן נאָך דעם אַלעם וואָס איך האָב איבערגעלעבט, אַז ס׳האָט זיך ניט געביטן מיין באַציאונג צו ג-ט, איך קאָן אָבער יאָ זאָגן מיט דער גאַנצער זיכערקייט, אַז מיין גלויבן אין אים האָט זיך אויף אַ האָר ניט געביטן. פריער ווען מיר איז גוט געווען, איז מיין באַציאונג צו אים געווען ווי צו איינעם, וואָס האַלט מיר אין איין טאָן חסד, הגם איך בלייב אים דערפאַר שטענדיק שולדיק. אַצינד איז מיין באַציאונג צו אים ווי צו איינעם וואָס איז אויך מיר עפּעס שולדיק. דערפאַר האַלט איך אַז איך האָב דאָס רעכט ביי אים צו מאָנען, איך זאָג אָבער ניט ווי איוב, אַז ג-ט זאָל אָנווייזן מיטן פינגער אויף מיין זינד, כדי איך זאָל וויסן פאַר וואָָס מיר קומט עס. גרעסערע און בעסערע פון מיר זענען זיכער, אַז אַ צינד איז עס ניט קיין פראַגע פון שטראָף פאַר חטאים, נאָר עפּעס גאַנץ באַזונדערס קומט פאָר אויף דער וועלט: עס איז אַ צייט פון הסתרת פּנים.
ג-ט האָט פאַרשטעלט זיין פּנים פון דער וועלט און האָט, אַזוי אַרום, מקריב געווען די מענטשן צו זייערע ווילדע יצרים, דערפאַר האַלט איך, אַז עס איז ליידער גאָר נאַטירלעך וואָס בעת די יצרים באַהערשן די וועלט מוזן די יעניקע, וואָס אין זיין לעבט דאָס געטלעכע און ריינע, זיין די ערשטע קרבנות. עס איז אפשר ניט קיין נחמה, נאָר אַזוי ווי דער גורל פון אונדזער פאָלק ווערט ניט באַשטימט דורך ערדישע נאָר דורך איבערערדישע אויסרעכענונגען, גייסטיקע און געטלעכע, דאַרף דער מאַמין זען אין די דאָזיקע געשעענישן אַ טייל פון אַ גרויסן געטלעכן חשבון, לגבי וועלכן מענטשלעכע טראַגעדיעס האָבן אַ קליין חשיבות. דאָס הייסט אָבער ניט, אַז די פרומע אידן דאַרפן מצדיק הדין זיין און זאָגן: ג-ט איז גערעכט און זיין מישפּט איז גערעכט. זאָגן, אַז מיר זענען ווערט די קלעפּ וואָס מיר באַקומען, הייסט פאַרשוועכן זיך אַליין און מחלל זיין דעם שם המפורש...
אין אַ צושטאַנד אַזאַ דערוואַרט איך, נאַטירלעך, ניט קיין נסים און איך בעט אים ניט, מיין ג-ט, ער זאָל אויף מיר רחמנות האָבן. זאָל ער זיך באַציען צו מיר מיט דער זעלביקער הסתרת-פּנימדיקער גלייכגילטיקייט, ווי ער האָט זיך באַצויגן צו מיליאָנען פון זיין פאָלק, איך בין ניט קיין יוצא מן הכלל און איך דערוואַרט ניט צו מיר קיין באַזונדערע באַציאונג. איך וויל מער ניט פּרובירן זיך צו ראַטעווען און איך וועל פון דאַנען מער ניט אַנטלויפן. איך וועל לייכטער מאַכן דעם פייער זיין אַרבעט דורך דעם וואָס איך וועל פייכט מאַכן מיינע בגדים מיט בענזין. דריי פלעשלעך בענזין געפינען זיך נאָך אין מיין רשות, נאָך דעם ווי איך האָב אויסגעליידיקט אַ פּאָר צענדליק פון זיי אויף די קעפּ פון די מערדער, דאָס איז געווען אַ גרויסער מאָמענט אין מיין לעבן און איך האָב האַרציק געלאַכט דערביי. איך האָב מיר קיין מאָל ניט פאָרגעשטעלט, אַז דער טויט פון מענטשן, אַפילו פון שונאים און אַפילו פון אַזעלכע שונאים, וועט מיך קאָנען אַזוי פרייען. מעגן נאַרישע הומאַניסטן זאָגן וואָס זיי ווילן – נקמה איז געווען און וועט שטענדיק בלייבן דער לעצטער קאַמפסאיינדרוק און די גרעסטע נשמה-באַפרידיקונג. ביז אַצינד האָב איך קיין מאָל ניט פאַרשטאַנען אַזוי גוט יענע מימרא אין גמרא, אַז נקמה איז הייליק ווייל זי איז דערמאָנט צווישן צוויי מאָל ג-ט, ווי עס שטייט: אל נקמות ה׳. אַצינד פאַרשטיי איך עס. אַצינד פיל איך עס און אַצינד ווייס איך פאַר וואָס פרייט מיר אַזוי דאָס האַרץ ווען איך דערמאָן זיך, אַז שוין יאָר-טויזנטער ווי מיר רופן אונדזער ג-ט – ג-ט פון נקמה, אל נקמות אדנ״י.
און אַצינד, ווען איך בין בכוח צו זען דאָס לעבן און די וועלט מיט באַזונדער קלאָרע אויגן, וואָס נאָר אין זעלטענע פאַלן ווערט עס געגעבן אַ מענטשן פאַרן טויט, דוכט זיך מיר, אַז ס׳איז דאָ אַ יסודותדיקער אונטערשייד צווישן אונדזער ג-ט און דעם ג-ט פון די פעלקר: אונדזער ג-ט איז דער ג-ט פון נקמה און די תורה אונדזערע איז פול מיט טויטשטראָפן פאַר די קלענסטע עבירות – און דאָך איז גענוג געווען, אַז דער סנהדרין, דער העכסטער געריכט פון אונדזער פאָלק אין זיין לאַנד, זאָל איין מאָל אין זיבעציק יאָר פאַרמשפּטן אַ מענטשן צום טויט, אַז מען זאָל די ריכטער באַטראַכטן ווי מערדער; דער ג-ט פון פעלקער, אָבער האָט אָנגעזאָגט ליב צו האָבן יעדן נברא בצלם – און אין זיין נאָמען פאַרגיסט מען אונדזער בלוט טאָג-איין טאָג-אויס שוין באַלד צוויי טויזנט יאָר.
יאָ, איך האָב גערעדט וועגן נקמה. מיר האָבן נאָר אין זעלטענע פאַלן געקאָנט זען אמתע נקמה, אָבער ווען מיר האָבן עס געזען איז עס געווען אַזוי גוט און אַזוי וואויל צו זען, אַז איך האָב געפילט אַ טיפע באַפרידיקונג, אַ גרויס גליק, עפּעס אַ גאַנץ ניי לעבן האָט זיך אָנגעהויבן פאַר מיר, אַ טאַנק האָט זיך פּלוצלונג אַריינגעריסן אין אונדזער גאַס און ער איז באַוואָרפן געוואָרן פון אַלע באַפעסטיקע הייזער אַרום מיט ברענענדיקע בענזין-פלעשלעך, זיי האָבן אָבער ניט געטראָפן וואו מען דאַרף. איך און מיינע חברים האָבן אָפּגעוואַרט ביז דער טאַנק איז פאַרבייגעפאָרן ממש אונטער אונדזער נאָז, און מיר האָבן אים דורכן הַאלב פאַרמויערטן פענצטערל מיט אַ מאָל אַטאַקירט. דער טאַנק איז באַלד געווען אין פלאַמען, און זעקס ברענענדיקע נאַציס זענען פון אים אַרויסגעלאָפן. אַך, האָבן זיי געברענט! זיי האָבן געברענט ווי די אידן וואָס זיי האָבן פאַרברענט, אָבער געשריען האָבן זיי מערער פון די אידן. די אידן שרייען ניט. זיי נעמען אויף דעם טויט ווי אַן אויסלייזער. דאָס וואַרשעווער געטאָ שטאַרבט אין קאַמף. שטאַרבט שיסנדיק, קעמפנדיק, ברענענדיק, אָבער – ניט שרייענדיק!
דריי פלעשלעך בענזין געפינען זיך נאָך אין מיין רשות, און טייער זענען זיי מיר, ווי דעם שיכור וויין, נאָך דעם ווי איך וועל אויסליידיקן איין פלעשל אויף מיר, וועל איך אינעם ליידיקן פלעשל אַריינטאָן דאָס פּאַפּיר אויף וועלכן איך שרייב די דאָזיקע שורות און באַהאַלטן דאָס פלעשל צווישן די ציגל פון דעם האַלב פאַרמויערטן פענצטערל פון צימער. אויב איינער וועט עס אַמאָל געפינען און עס לייענען, וועט ער אפשר פאַרשטיין דאָס געפיל פון אַ אידן, איינעם פון מיליאָנען, וואָס איז געשטאָרבן אַ פאַרלאָזענער פון ג-ט, אין וועמען ער גלייבט אַזוי שטאַרק. די צוויי אַנדערע פלעשער וועל איך לאָזן עקספלאַדירן אויף די קעפּ ּפון די רשעים, ווען מיינע לעצטע מינוטן וועלן קומען.
צוועלף מענטשן זענען מיר געווען אין צימער ביים אָנהייב פון אויפשטאַנד און ניין טעג האָבן מיר געקעמפּט קעגן שונא. אַלע עלף חברים מיינע זענען געפאַלן, געשטארבן שטיל, אַפילו דאָס קליינע אינגעלע איז געשטארבן שטיל, רואיק, ווי זיינע עלטערע חברים, היינט פרי איז עס געווען. די מערסטע פון אונדז האָבן שוין מער ניט געלעבט. דאָס אינגעלע האָט אַרויפגעקלעטערט אויפן בערגל טויטע, כדי צו כאַפּן אַ בליק דורכן האַלב פאַרמויערטן פענצטערל. אייניקע מינוטן איז ער אַזוי געשטאַנען לעבן מיר, און פּלוצלונג איז ער געפאַלן אויף הינטן, זיך אַראָפּגעקייקלט פון די קערפּערס פון די געפאַלענע און געבליבן ליגן ווי אַ שטיין, אויף זיין קליינעם, בלייכן שטערן, צווישן די צווי שוואַרצע האָרלאָקן, האָט זיך באַוויזן אַ בלוטפלעק, אַ קויל אין קאָפּ.
ביז נעכטן אין דער פרי, ווען דער שונא האָט באַגינען געעפנט אַ העליש פייער קעגן אונדזער פעסטונג, איינע פון די לעצטע אין געטאָ, האָבן נאָך אַלע געלעבט, פינף זענען געווען פאַרוואונדיקט און האָבן ווייטער געקעמפט. אין פאַרלויף פון נעכטיקן און היינטיקן טאָג זענען זיי אַלע געפאַלן, איינער נאָכן אַנדערן, איינער אויפן אַנדערן זענען זיי געפאַלן, שטייענדיק אויף דער וואַך און שיסנדיק, ביז אַ קויל האָט זיי געטראָפן.
אויסער די דריי פלעשלעך בענזין האָב איך מער קיין אַמוניציע ניט. פון די דריי אויבערשטע שטאַָקן איבער מיר ווערט נאָך העפטיק געשאָסן. זיי קאָנען אָבער מער קיין הילף ניט שיקן, ווייל לויט אַלע סימנים זענען די טרעפּ חרוב געוואָרן דורכן קאַנאָנען-פייער און איך גלויב אַז דאָס הויז האַלט שוין ביים איינפאַלן. איך ליג אויף דער ערד און שרייב די דאָזיקע שורות, און אַרום מיר – מיינע טויטע חברים. איך קוק אויף זייערע פּנימער און מיר דוכט זיך, אַן איראָניע ליגט אויף זיי אויסגעגאָסן, פּונקט ווי זיי וואָלטן מיר געזאָגט: ״האָב געדולט אַ ביסל, דו נאַרישער מענטש, נאָך אַ פּאָר מינוט און אויך דיר וועט אַלץ קלאָר ווערן״. די דאָזיקע שפּאָטנדיקע איראָניע שרייט באַזונדערס אַראָפּ פונעם פּנימל פון דעם קליינעם אינגעלע, וואָס ליגט ווי אַ שלאָפנדיקער לעבן מיין רעכטער האַנט. זיין קליין מיילכעלע איז פאַרצויגן פּונקט ווי ער וואָלט געשמייכלט. און מיר, וואָס לעבט נאָך און פילט נאָך און דענקט נאָך ווי אַ בשר-ודם, מיר דוכט זיך, אַז ער לאַכט פון מיר, ער לאַכט פון מיר מיט יענעם שטילן אָבער פילזאָגנדיקן לאַכן פון מענטשן וועלכע ווייסן אַ סך, ווען זיי ריידן מיט מענטשן, וואָס ווייסן גאָרנישט און מיינען, אַז זיי ווייסן אַלץ. ער ווייס שוין אַלץ אַצינד, דאָס אינגעלע, אים איז שוין אַלץ קלאָר. ער ווייס אַפילו פאַר וואָס איז ער געבוירן געוואָרן, אויב ער האָט געדאַרפט אַזוי גיך שטאַרבן און פאַר וואָס ער איז געשטאָרבן, ווען ער איז דאָך ערשט מיט פינף יאָר צוריק געבוירן געוואָרן, און אויב אַפילו ער ווייס עס ניט, ווייס ער ווייניקסטנס, אַז דאָס יאָ-וויסן אָדער דאָס ניט-וויסן וועגן דעם איז לחלוטין אומוויכטיק און אומבאַדייטנדיק ביי דער התגלות פון דער געטלעכער הערלעכקייט אין יענער בעסערער וועלט, וואו ער געפינט זיך אַצינד, אפשר אין אָרעמס פון זיינע געמאָרדעטע עלטערן, צו וועמען ער איז צוריק געקומען. אין אַ שעה-צוויי אַרום וועל איך עס אויך וויסן. אויב מיין פּנים וועט ניט פאַרצערט ווערן פונעם פייער, וועט אפשר אַן ענלעכער שמייכל רוען אויף אים נאָך מיין טויט, דערווייל אָבער לעב איך נאָך און צו מיין ג-ט, פאַר מיין טויט, וויל איך ריידן ווי אַ לעבעדיקער, ווי אַ פּשוטער, לעבעדיקער מענטש, וואָס האָט געהאַט דעם גרויסן, אָבער אומגליקלעכן כבוד צו זיין אַ איד.
איך בין שטאָלץ וואָס איך בין אַ איד ניט צו להכעיס דער וועלט פאַר איר באַציאונג צו אונדז, נאָר דווקא צוליב דער דאָזיקער באַציאונג, איך וואָלט זיך געשעמט צו זיין אַן אָנגעהעריקער צו יענע פעלקער, וואָס האָבן געבוירן און דערצויגן יענע רשעים, וואָס טראָגן די אחריות פאַר די מעשים קעגן אונדז.
איך בין שטאָלץ צו זיין אַ איד, ווייל צו זיין אַ איד איז שווער, אוי, ווי שווער. עס איז ניט קיין קונץ צו זיין אַן ענגלענדער, אַן אַמעריקאַנער, אָדער אַ פראַנצויז. ס׳איז לייכטער און באַקוועמער צו זיין איינער פון זיי, אָבער בשום אופן ניט בכבודיקער. יאָ, ס׳איז אַ כבוד צו זיין אַ איד.
איך גלויב, אַז זיין אַ איד הייסט זיין אַ קעמפער, אַן אייביקער שווימער קעגן ברודיקן, פאַרברעכערישן מענטשלעכן שטראָם. דער איד איז אַ העלד, אַ מאַרטירער, אַ הייליקער, איר זאָגט, שונאים, אַז מיר זענען שלעכט. מיר זענען בעסער און פיינער פון אייך – איך וואָלט וועלן זען ווי איר וואָלט אויסגעזען אויף אונדזער פּלאַץ.
איך בין גליקלעך צו געהערן צום אומגליקלעכסטן פון אַלע פעלקער אויף דער וועלט. וואָס די תורה זיינע פאַרטרעט דאָס העכסטע און שענסטע פון אַלע געזעצן און מאָראַלן. די דאָזיקע תורה איז אַצינד נאָך מער געהייליקט און פאַראייביקט געוואָרן דורך דעם וואָס זי איז פאַרשוועכט און געשענדט געוואָרן דורך ג-טס שונאים.
איך גלויב, אַז מען ווערט געבוירן אַ איד פּונקט ווי מען ווערט געבוירן אַ קינסטלער. פון זיין אַ איד קאָן מען זיך ניט באַפרייען, דאָס איז אַ געטלעכע מעלה אין אונדז, וואָס האָט אונדז געמאַכט פאַר זיין אויסדערוויילט פאָלק. די וואָס פאַרשטייען דאָס ניט, וועלן קיין מאָל ניט פאַרשטיין דעם העכערן זינען פון אונדזער מאַרטיראָלאָגיע. ניטאָ קיין גאַנצערע זאַך פון אַ צעבראָכן האַרץ – האָט געזאָגט אַ גרויסער רבי, און ס׳איז ניטאָ קיין מער אויסדערוויילט פאָלק ווי אַ שטענדיק גערודפט פאָלק. ווען איך וואָלט ניט געגלויבט אַז ג-ט האָט אונדז אַמאָל באַשטימט ווי זיין אויסדערוויילט פאָלק וואָלט איך געגלייבט אַז אונדזערע צרות האָבן אונדז אויסדערוויילט.
איך גלייב אין ג-ט פון ישראל, כאָטש ער האָט אַלץ געטאָן, אַז איך זאָל אין אים ניט גלייבן. איך גלויב אין זיינע געזעצן אויב אַפילו איך קאָן ניט מצדיק זיין זיינע מעשים, מיין באַציאונג צו אים איז מער ניט ווי פון אַ קנעכט צו זיין האַר, נאָר ווי פון אַ תלמיד צום רבין. איך בייג מיין קאָפּ פאַר זיין גרויסקייט, אָבער איך וועל ניט קושן די רוט מיט וועלכער ער שלאָגט מיך. איך האָב אים ליב, אָבער זיין תורה האָב איך ליבער און ווען איך וואָלט זיך אַפילו גענאַרט אין אים וואָלט איך זיין תורה געהיט. ג-ט הייסט רעליגיע, אָבער זיין תורה הייסט – לעבנס-שטייגער, און וואָס מער מיר שטאַרבן פאַרן דאָזיקן לעבנס-שטייגער אַלץ מער אומשטערבלעך ווערט ער.
דו זאָגסט, אַז מיר האָבן געזינדיקט – אַוודאי האָבן מיר געזינדיקט. אַז דערפאַר ווערן מיר באַשטראָפט? אויך דאָס קאָן איך פאַרשטיין, איך וויל אָבער, אַז דו זאָלסט מיר זאָגן, צי עס איז פאַראַן אַ זינד אויף דער וועלט, וואָס זאָל פאַרדינען אַזאַ שטראָף ווי די וואָס מיר האָבן באַקומען?
דו זאָגסט, אַז דו וועסט נאָך אונדזערע שונאים באַצאָלן! – איך בין איבערגעצייגט אין דעם, אַז דו וועסט זיי באַצאָלן אָן רחמנות, אין דעם בין איך ניט מסופּק. – איך וויל אָבער, אַז דו זאָלסט מיר זאָגן צי עס איז פאַראַן אַ שטראָף אויף דער וועלט וואָס זאָל זיין אימשטאַנד צו מאַכן פאַרגעבן דעם פאַרברעכן, וואָס איז קעגן אונדז באַגאַנגען געוואָרן.
דו זאָגסט, אפשר, אַז אַצינד איז עס ניט קיין פראַגע פון זינד און שטראָף, נאָר ס׳איז אַ מין ״הסתר פּנים״, אין וועלכן דו האָסט מפקיר געווען די מענשטן צו זייערע יצרים – וויל איך דיך פרעגן, ג-ט, און די דאָזיקע פראַגע ברענט אין מיר ווי אַ פאַרצערנדיק פייער: וואָס נאָך, אַה, וואָס נאָך דאַרף פּאַסירן, כדי דו זאָלסט דיין פּנים ווידער אַנטפּלעקן פאַר אונדז?
איך וויל דיר זאָגן קלאָר און אָפן, אַז אַצינד, מער ווי אין יעדער פריערדיקער תקופה פון אונדזער אומענדלעכן יסורים-וועג, האָבן מיר, די געפּייניקטע, די געשענדטע, די דערשטיקטע, די לעבעדיק באַגראָבענע און לעבעדיק פאַרברענטע, מיר, די באַליידיקטע, די דערנידעריקטע, די און מיליאָנען אומגעבראַכטע, דאָס רעכט צו וויסן וואו ליגן די גרענעצן פון דיין געדולד!
און נאָך עפּעס וויל איך דיר זאָגן: דו זאָלסט די שטריק צו פיל ניט אָנציען, ווייל זי קאָן, חלילה, נאָך פּלאַצן. דער ניסיון, פאַר וועלכן דו האָסט אונדז אַוועקגעשטעלט, איז אַזוי שווער, אַזוי ביטער שווער, אַז דו דאַרפסט, דו מוזט מוחל זיין די יעניקע פון דיין פאָלק, וואָס אין זייער אומגליק און צאָרן האָבן זיי זיך אָפּגעקערט פון דיר.
זיי מוחל די יעניקע, וואָס האָבן זיך אָפּגעקערט פון דיר אין זייער אומגליק, אָבער אויך די יעניקע פון דיין פאָלק, וואָס האָבן זיך אָפּגעקערט פון דיר אין זייער גליק. דו האָסט משנה געווען אונדזער לעבן אין אַזאַ אימענדלעך מאוימדיקן קאַמף, אַז די פּחדנים צווישן אונדז האָבן געמוזט זוכן אים אויסצומיידן, דעם קאַמף, פון אים אַנטלויפן וואו די אויגן טראָגן. שלאָג זיי ניט דערפאַר, פּחדנים שלאָגט מען ניט, אויף פּחדנים האָט מען רחמנות, און אויף זיי מער ווי אויף אונדז דערבאַרעם זיך, ג-ט!
זיי מוחל די יעניקע וואָס האָבן דיין נאָמען געלעסטערט, וואָס זענען אַנדערע געטער דינען געגאַנגען, וואָס זענען געוואָרן גלייכגילטיק לגבי דיר. דו האָסט זיי אַזויפיל געשלאָגן, אַז זיי גלייבן ניט מער אַז דו ביסט זייער טאַטע, אַז זיי האָבן בכלל אַ טאַטן.
און זאָגן זאָג איך דיר דאָס, ווייל איך גלייב אין דיר, ווייל איך גלייב אין דיר מער ווי תמיד, ווייל אַצינד ווייס איך, אַז דו ביסט מיין ג-ט, ווייל דו קאָנסט דאָך ניט זיין דער ג-ט פון די יעניקע, וואָס די מעשים זייערע זענען די שרעקלעכסטע גילויים פון קעמפ-נדיקער ג-טלאָזיקייט.
אויב דו ביסט ניט מיין ג-ט – וועמענס ג-ט ביסטו? דער ג-ט פון די מערדער?
אויב די וואָס האַסן מיך, וואָס מאָרדן מיך, זענען אַזוי פינצטער, אַזוי שלעכט – וואָס דען בין איך אויב ניט דער וואָס טראָגט אין זיך עפּעס פון דיין ליכט, פון דיין גוטסקייט?
איך קאָן דיך ניט לויבן פאַר די מעשים וואָס דו דולדסט, איך בענטש און לויב דיך אָבער פאַר דיין עצם זיין, פאַר דיין שרעקלעכער גרויסקייט, וואָס מוז זיין אַזוי געוואַלדיק אַז אַפילו דאָס וואָס געשעט אַצינד מאַכט אויף דיר קיין איינדרוק ניט!
אָבער דווקא ווייל דו ביסט אַזוי גרויס און איך אַזוי קליין, – בעט איך דיך, וואַרן איך דיך, פאַר דיין נאָמען וועגן: הער אויף צו באַטאָנען דיין גרויסקייט דורכן לאָזן שלאָגן די אומגליקלעכע.
איך בעט דיך אויך ניט, דו זאָלסט שלאָגן די שולדיקע, עס ליגט אין דער שרעקלעכער טבע פון די געשעענישן, אַז זיי זאָלן זיך צום סוף אַליין שלאָגן, ווייל אין אונדזער טויט איז געטויט געוואָרן דאָס געוויסן פון דער וועלט, ווייל אַ וועלט איז דערמאָרדעט געוואָרן אינעם מאָרד פון ישראל.
די וועלט וועט זיך אויפפרעסן אין אייגענער רישעות, זי וועט דערטרונקען ווערן אין איר אייגן בלוט.
די מערדער אַליין האָבן שוין אַרויסגעטראָגן אַ פּסק-דין איבער זיך און זיי וועלן מער פון אים ניט אַנטלויפן. טראָג אָבער דו אַרויס דיין פּסק-דין, אַ טאָפּלט שווערן, איבער די יעניקע וואָס פאַרשווייגן דעם מאָרד!
איבער די יעניקע וואָס שאדלען דעם מאָרד מיט זייערע מיילער, אָבער פרייען זיך איבער אים אין זייערע הערצער.
איבער די יעניקע וואָס קלערן זיך אין זייערע טמא-הערצער, עס פּאַסט טאַקע צו זאָגן, אַז ער איז שלעכט, דער צורר, אָבער ער טוט אָפּ פאַר אונדז אַ שטיקל אַרבעט, פאַר וועלכער מיר וועלן אים שטענדיק דאַנקבאַר זיין.
עס איז געשריבן אין דיין תורה, אַז אַ גנב דאַרף האַרבער באַשטראָפט ווערן ווי אַ גזלן, כאָטש דער גנב באַפאַלט ניט פיזיש זיין קרבן און פּרובירט נאָר באַראַבעווען אים אין דער שטיל, ווייל דער גזלן באַפאַלט זיין קרבן אין מיטן העלן טאָג און האָט אַזוי מורא פאַר מענטשן ווי ער האָט מורא פאַר ג-ט.
דער גנב האָט מורא פאַר מענטשן אָבער ניט פאַר ג-ט, און דערפאַר איז זיין שטראָף אַ גרעסערע ווי דעם גזלנס.
עס וואָלט מיר ניט געאַרט ווען צו די מערדער באַציסטו זיך ווי צו גזלנים, ווייל זייער באַציאונג צו דיר און צו אונדז איז די זעלביקע, און פון זייער מאָרד און פאַרברעכן מאַכן זיי קיין סוד ניט.
אָבער צו די פאַרשווייגער פון מאָרד, צו די יעניקע, וואָס האָבן פאַר דיר ניט קיין מורא און האָבן אָבער מורא פאַר דעם וואָס מענטשן וועלן זאָגן (נאַראָנים, זיי ווייסן ניט, אַז די מענטשן וועלן גאָרנישט זאָגן!), וואָס האָבן רחמנות אויף דעם וואָס טרינקט זיך און זאָגן זיך אָפּ אים צו ראַטעווען – זיי, אַ, זיי, באַשווער איך דיר, ג-ט, זיי זאָלסט באַשטראָפן ווי גנבים!

דער טויט קאָן מער ניט וואַרטן און איך דאַרף ענדיקן מיין שרייבן, פון די אייבערשטע שטאָקן איבער מיר ווערט דאָס פייער שוואַכער פון מינוט צו מינוט, עס פאַלן אַצינד די לעצטע פאַרטיידיקער פון אונדזער פעסטונג און מיט זיי פאַלט און שטאַרבט די גרויסע, די שיינע, די ג-טספאָרכטיקע אידישע וואַרשע. די זון איז שוין ביים אונטערגיין און איך דאַנק ג-ט וואָס איך וועל זי מער ניט זען, אַ רויטקייט פון שריפות שלאָגט אַריין דורכן פענצטער, און דאָס שטיקל הימל וואָס איך זע איז רויט און צעכוואַליעט ווי אַ וואַסערפאַל פון בלוט. העכסטנס אין אַ שעה אַרום וועל איך שוין זיין מיט מיין ווייב און קינדער און מיט מיליאָנען אַנדערע אומגעקומענע פון מיין פאָלק אין יענער בעסערער וועלט, וואו עס זענען מער קיין ספקות ניטאָ און וואו ג-ט איז דער איינציקער הערשער.
איך שטאַרב אַ רואיקער, אָבער ניט קיין באַפרידיקטער, אַ געשלאָגענער, אָבער ניט קיין פאַריאושטער, אַ גלייביקער, אָבער ניט קיין בעטנדיקער, אַ פאַרליבטער אין ג-ט, אָבער ניט קיין בלינדער אמן-זאָגער זיינער.
איך בין אים נאָכגעגאַנגען, אַפילו ווען ער האָט מיך דערווייטערט פון זיך, איך האָב געטאָן זיין געבאָט, אַפילו ווען ער האָט מיך געשלאָגן דערפאַר, איך האָב אים ליב געהאַט, איך בין געווען און געבליבן פאַרליבט אין אים, אַפילו ווען ער האָט מיך צו דער ערד דערנידעריקט, צום טויט געפּייניקט, צו שאַנד און צו שפּאָט געמאַכט.

מיין רבי פלעגט מיר שטענדיק דערציילן אַ מעשה וועגן אַ איד, וואָס איז אַנטלאָפן מיט זיין פרוי און קינד פון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע און האָט זיך אויף אַ קליין שיפל איבער אַ שטורמישן ים דערשלאָגן צו אַ שטיינערנעם אינדזל. איז געקומען אַ בליץ און דערהרגעט זיין פרוי. איז געקומען אַ שטורעם און אַריינגעוואָרפן זיין קינד אין ים אַריין. אַליין, עלנט ווי אַ שטיין, נאַקעט און באָרוועס, געשלאָגן פון שטורעם און געשראָקן פון דונערן און בליצן, מיט האָר צעשויבערטע און הענט צו ג-ט אויסגעשטרעקטע, איז דער איד ווייטער געגאַנגען זיין וועג אויפן וויסטן פעלדזן-אינדזל און האָט זיך געווענדט צו ג-ט אַזוי צו זאָגן:
״ג-ט פון ישראל, איך בין אַנטלאָפן אַהער, כדי איך זאָל דיך קאָנען אומגעשטערט דינען, טאָן דיינע געבאָטן און הייליקן דיין נאָמען, דו אָבער טוסט אַלץ, אַז איך זאָל אין דיר ניט גלייבן. קוים אָבער פאַלט דיר איין, אַז דיר וועט געראָטן מיט די דאָזיקע נסיונות מיך אַראָפּצופירן פון ריכטיקן וועג, מעלד איך דיר, ג-ט מיינער און ג-ט פון מיינע עלטערן, אַז דו וועט עס גאָרניט העלפן, מעגסטו מיך שלאָגן, מעגסטו אַוועקנעמען פון מיר דאָס טייערסטע און בעסטע וואָס איך האָב אויף דער וועלט מעגסטו מיך צום טויט פּייניקן – איך אין דיר וועל שטענדיק גלויבן, איך דיך וועל שטענדיק ליב האָבן, שטענדיק – דיך אַליין אויף צו להכעיס!״
און דאָס זענען אויך מיינע לעצטע ווערטער צו דיר, מיין צאָרנדיקער ג-ט: עס וועט דיר גאָרניט העלפן! דו האָסט אַלץ געטאָן כדי איך זאָל אין דיר ניט גלויבן. איך שטאַרב אָבער, פּונקט ווי איך האָב געלעבט, מיט אַ פעלדזיקן גלויבן אין דיר.
געלויבט זאָל זיין ביז אייביק דער ג-ט פון די טויטע, דער ג-ט פון נקמה, דער ג-ט פון אמת און פון דין, וואָס וועט ווידער באַלד באַווייזן זיין פּנים פאַר דער וועלט און וועט צעטרייסלען אירע יסודות מיט זיין אַלמעכטיקן קול —
שמע ישראל! ה׳ אלקינו, ה׳ אחד!
בידך ה׳ אפקיד רוחי!



קאפירט פון אלגעמיינער אן רשות
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:09 am

ווי באוואוסט האט די הערליך שטיק מייסטער ווערק געשריבן דער שרייבער צבי קאליץ פון ארגענטינע באלד נאכן קריג.

די עיקר רעיון ווי דער מענטש זאגט צו גאט איך שרעק זיך נישט פון דיינע יסורים, איך גלייב על אפך וחמתך שטאמט פון חובת הלבבות וואס ברענגט חכם אחד האט געזאגט צו גאט (בערך מזכרוני) "הרעבתני, וערום הושבתני, אבל אמונתך לא אעזוב.
אין ספר פון רבי יהודה בן הרא"ש ברענגט ער שטארק די נקודה ווען אין די פינסטערע מינוטן פון "אדבר עמך קשות" און זיך אויסטענהן מיט גאט, זאגט ער אז דווקא יסורים שטארקט אים, א מאמין להכעיס אזא...
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4224 מאל

הודעהדורך משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:13 am

געליינט אמאל אז קאליץ האט זיך גאר גערגבערט אז די וועלט האט אנגענומען די בריוו אלטס אטענטיש אנשטאט אים צו געבן די פולע קרעדיט פאר דעם מייסטערווערק.
אלפאנס, א שיינעם דאנק פאר'ן איבערדרוקען די צוואה.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2760 מאל

הודעהדורך משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:34 am

אגב, דער צוואה דערמאנט מיר אביסל פון דעם הערליכן 'הגלה נא' פאזעיע.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2760 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:14 am

משה געציל האט געשריבן:אגב, דער צוואה דערמאנט מיר אביסל פון דעם הערליכן 'הגלה נא' פאזעיע.


און די הערליכע פאזיע דערמאנט מיר וואס איך האב לעצטענס געזאגט א טעם פארוואס באראפארקע יודען עסען זויערע איגערקאס אין די הייליגע טעג..

ווייל ס'איז גוט! הראיני נא חסדיך, זאגט די הייליגע בעל שם, ווייז אונז דיין גוטס, מ'זאגט פאר גאט, אלעס איז לטובה, אבער "ווייז אונז" די גוט, געב גוטס וואס אונז פארשטיי מיר.

מילא עסט מען מכל מיני מטעמים, אזויווי ס'איז געשמאק א גאנץ יאר. גוטס וואס אונז פארשטיי מיר.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט

cron