דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי

שליחה דורך הרב_שלום »

דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי, איז ווי פארשטענדליך אלץ געווען א "וואקאציע" פאר זיך און פאר די קינדער, וואס מען האט אויסגענוצט פאר רואיגקייט און מנוחה, און אזוי ארום האט מען הנאה געהאט דערפון ברוחניות ובגשמיות.
און מיט א בליק אויף צוריק, איז די קאנטרי במשך לאנגע יארן באטראכט געווארן ווי א 'גרויסע מצוה' און א 'קליינע אויסגאבע'...

א "גרויסע מצוה" - ווייל אין שטאט במשך די זומער חדשים איז זייער שווער צו זיין אפגעהיטן, די גאסן זענען מער שמוציג ר"ל, און עס ווערט אלץ ערגער און ערגער, און צו בלייבן אין שטאט קען זיך גרעניצן מיט פארשידענע מכשולות.

א "קליינע אויסגאבע" - ווייל מ'האט אלץ געוואוסט אז די זומער הוצאות זענען בדרך כלל ווייניגער ווי אין די ווינטער חדשים. מ'איז דאך פאקטיש נישט אינדערהיים, און מ'דארף נישט זיין אזוי באקוועם ווי אינדערהיים. מ'האט זיך באגנוגנט מיט א קליינע באנגעלאו, ביליגע מעבל, גאנץ פשוט'ע קליידונג, אן איינפאכע נאכטמאל א.א.וו.

אבער, דער גאנצער מושג פון די קאנטרי ווערט געטוישט פון יאר צו יאר, ס'איז שוין היינט א גאנץ נארמאלע און לכתחילה'דיגע זאך, אז זונטאג זאל די גאנצע משפחה אינאיינעם זיך ארויסלאזן און ארומפארן "שאפינג" אין די גרויסע גוי'שע דעפארטמענט סטארס, סופערמארקעטס, א.ד.ג., וואו מען קען זיך ליידער אנזען מיט אלע ראיות אסורות, פונקט ווי אין שטאט, און אפשר נאך ארגער.

דאס גיט א שטיקל טרייסל דעם גאנצן "צוועק" פון פארן אין קאנטרי. ווייל אויב איז מען גרייט צו צאלן געלט, און אוועקפארן פון שטאט, צוליב די מצוה "שמירת עינים", וויאזוי קען מען פארגעסן פון אלעם און זיך ארויסלאזן "שאפינג" אדער סתם פארוויילן אין גוי'אישע פארקס, וכדומה?

ווייטער ווען עס רעדט זיך פון גשמיות, איז שוין היינט בכלל נישט ביליגער דער זומער ווי דער ווינטער, נאר עס איז גאר געווארן פונקט פארקערט. די זומער-קאסטן זענען היינט פילפאכיג מער, און אנשטאט צוריקצוקומען נאכ'ן זומער אויסגערוהט, מיט פולע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע באגאזשן, נאכ'ן פארברענגען אין א רואיגע און ריינע אטמאספערע 8-9 וואקאציע-וואכן, קומט מען צוריק מער אויסגעמוטשעט און דערצו גאר מעגליך מיט גרויסע חובות, וואס באדראעט דעם צוקונפט, אזוי אז ס'איז יצא שכרו בהפסדו, און דער "געשעפט" לוינט זיך נישט.

דער פאקט איז ליידער, אז יאר יערליך נאכ'ן זומער באקומט - "קרן עזר" פרישע קעיסעס, פון יונגעלייט און בעלי בתים, וועלכע זענען אריינגעפאלן אין פינאנציעלע פראבלעמען, זיי זעען נישט קיין וועג ארויס, און זיי שטייען ביים שוועל פון אונטערברעכן ה"י, וואס נאכ'ן גרונטליך שטודירן איבערצייגן מיר זיך קלאר, אז ביי רוב פעלער איז דער אנהייב, דער אומסטאביליזירטער "זומער סעזאן", די אומזיסטע און איבערגעטריבענע אויסגאבן, וואס דאס ברענגט שוין נאכדעם א קייט פון חובות און עגמת נפש, וואס מען ווערט נישט אזוי שנעל פטור דערפון. ס'האט אונז פארציילט א יונגערמאן, וואס בדידי' הוה עובדא, ביים וויילן דאס ערשטע יאר אין קאנטרי, אז ער האט פון אנהייב גערעכנט אז זיינע קאסטן "ברייטערהייט" וועלן אנקומען צו א סך הכל פון 6,000$ , אבער למעשה האט ער זיך אחרי ככלות הכל דערזען מיט חובות פון 11-10 טויזנט דאלאר! יא, איר ליינט גוט...! א יונגערמאן מיט בערך עלף טויזנט דאלאר "חובות"!!! אלעס פון "איין" זומער סעזאן...!!!

זייענדיג בעז"ה אין אט די 'ליין', וואס אונזער אויפגאבע איז ארויסצוהעלפן און צוריקשטעלן פארפלאנטערטע אידן אויף די פיס, איז נאכ'ן שטודירן און גוט אדורכלערנען די אלע קעיסעס און דערגיין דעם שורש פון די פראבלעמען, שפירן מיר פשוט אלס א חיוב און אחריות "צייטליך" ארויסצוהעלפן, דאס מיינט: אינפארמירן און אויפמערקזאם מאכן דעם ציבור, אז מ'זאל וויסן און האלטן פאר די אויגן אין וואס מ'לאזט זיך דא אריין, מ'זאל נישט האבן קיין טעות, מ'זאל וויסן דעם אמת וואס דאס מיינט "קאנטרי"!

"איזהו חכם הרואה את הנולד", א קלוגער מענטש איז דער וואס קוקט אביסל אויף פאראויס. אין אונזער פאל: קוקט נישט בלויז אויף די "יעצטיגע" רייץ און גוטן אפעטיט, זיך צו געפינען אין א געשמאקע אטמאספערע צווישן שיינע גרינע ביימער. נאר קוקט אביסל אויף פאראויס, און זעהט וואספארא קאסטן דאס קען אומווילנדיג צוברענגען, און מיט וויפיל חובות מענטשן קומען ליידער צוריק פון די קאנטרי!

איר קענט אויך זיין א "חכם הרואה את הנולד", דורכ'ן זיין אייער אייגענער און אויפריכטיגער בוכהאלטער. געדענקט און נעמט אין אכט, אז דער זומער לויפט גאנץ שנעל אדורך, און נאך די גרויסע זומער הוצאות קומט אט דער ימים טובים סעזאן, וואס באדייט פרישע גרויסע הוצאות, און זעהט אז איר זאלט ח"ו נישט פארשפילן אייער "שמחת יום טוב" און "שמחת החיים"!

און אז מ'רעדט שוין פון "חכם הרואה את הנולד", איזאין פלאץ ארויסצוברענגען א הויפט נקודה בכלליות איבער דעם ענין, נישט דייקא בשייכות מיט'ן זומער סעזאן.

אמת, מ'קען נישט טוישן די וועלט. מענטשן זוכן צו לעבן אנשטענדיג, פראקטיש און באקוועם און נישט מצומצם, אבער אויך אין פאל פון א "באקוועם לעבן" איז שטארק אקטועל דער "חכם הרואה את הנולד", מ'דארף זיין רעאליסטיש און קוקן אויפ'ן מציאות. דער פאקט איז, אז "רוב" מענטשן זענען נישט קיין עשירים, און מ'מוטשעט זיך שטארק אין די שפעטערע יארן ביים חתונה מאכן וכדו', וואס א הויפט סיבה דערצו איז דער ברייטער לעבנס סטאנדארט. דעריבער, ווי מער באקוועם, פראקטיש און רואיגער איז, ווען מ'ווייסט דאס פון פאראויס, און מ'לייגט אוועק ביסלעכווייז א דאלאר אויף א דאלאר, איבערהויפט יונגע יונגעלייט, ביי וועלכע די הוצאות זענען אויף א נידריגן שטאפל, און שפעטער האט מען גאר שטארק נוצן דערפון, און מ'איז נישט קיין "בעל חוב" ווי יענער "באקוועמער" איד... יא, פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול. אז מ'שפארט כסדר געלט - פון "באקוועמע" הוצאות - קען מען שפעטער זיך דערזען מיט א גרויסן סכום אפגעשפארטע געלט אין די באנק. נו אדרבה זאגט איר אליין, איז דען נישט מער געשמאק און באקוועם אזא סארט לעבן, ווי איידער צו לעבן אן קיין מחשבה און ריכטיגע התבוננות, און אויסגעבן די געלט אויף "צייטווייליגע" באקוועמליכקייטן, און שפעטער זיין א "בעל בתי'שער" ארימאן?!...

דעריבער, אנשטאט מ'זאל נאכגיין דעם שטראם בלינדערהייט; אנשטאט עס זאל זיין א פשוט'ע און זעלבסטפארשטענדליכע זאך אז "מען פארט אין קאנטרי"! זאל מען ענדערש אריינטראכטן בעפאראון זיך פרעגן: "מען פארט טאקע אין קאנטרי"?....

אַן אחריות'דיגער ראש המשפחה אדער עקרת הבית דארף זיך אפשטעלן א מינוט און טראכטן: זאל איך בכלל פארן? ס'פעלט מיר טאקע אויס? האב איך גענוג געלט דערצו? בין איך גרייט פאר די אלע זייטיגע הוצאות וואס די קאנטרי וועט מיר ברענגען?... באמת גערעדט, אן אחריות'דיגער מענטש, וואס ווייסט וואס ס'מיינט א דאלאר און ווי שווער מ'פלאגט זיך דערויף, וועט אוודאי וויסן און געדענקען אז ווי שווערער מ'פלאגט זיך אויף געלט, אלס מער דארף מען זיין א שטארקער בעל הבית אויף זיין געלט, צו וויסן וויאזוי זיי צו קאנטראלירן, וואס אט דער "יסוד" איז דער מהלך המחשבה פאר'ן זומער סעזאן, דהיינו טראכטן: צי זאל איך בכלל אריינשפרונגען אין אזא קאסטבארע פראיעקט, וואס איז שווער אויסגעהאלטן לויט מיין בודזשעט?

על אחת כמה וכמה, א יונגערמאן וואס האט שוין ליידער היבשע חובות פון די גאנציעריגע הוצאות, דארף פיל שטארקער און טיפער טראכטן פאר'ן זומער סעזאן, און נישט זיך לאזן נארן און איינרעדן פאלשע געדאנקען, אז מ'האט שוין סיי ווי אפאר טויזנט דאלאר חובות וועט שוין נישט אויסמאכן נאך אפאר טויזנט דאלאר....!!! חס ושלום! מ'דארף געדענקען דעם כלל: פרוטה ופרוטה מצטרפת... איבערהויפט חובות אָן קיין חשבון וואקסן לחשבון גדול מיט גרויסע פראצענטן.... החכם עיניו בראשו...!

אט דאס זענען די ערשטע יסודות וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט, איידער מען פאסט א באשלוס איבער "קאנטרי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הרב_שלום, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר