קוריאזן, קאפריזן און גלאט משוגעת ביים מקיים זיין מצות חג בחג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

קוריאזן, קאפריזן און גלאט משוגעת ביים מקיים זיין מצות חג בחג

שליחה דורך נהורא נפישא »

ס'איז זייער א געווענליכע זאך ביי אונזערע עמך אידן אז מ'זאל האבן א פרעפרענץ אין געוויסע סארט מצוות איבער אנדערע, ספעציעל אזעלכע סארט מצות וואס איר קיום איז אפהענגיק איינמאל א יאהר, וואס דאן וועלן מאנכע דאס טוהן מיט מער ברען אפילו ס'זאל נאר זיין עפעס א באבע מנהג ווי זיי טוען ווען א דאורייתא וואס איז שייך יעדן טאג פון יאהר, ס'איז נישט קיין סתירה אז מענטשן וואס כאפן אפ א ברכת המזון און אפשר ערלויבן זיי זיך צו טעקסטן און ארומווינקען דערביי, מיט דעם וואס ווען ס'האנדעלט זיך אבער פון א געפירעכץ וואס איז פארבינדען צום ביישפיל מיט ימים טובים אדער יומי דפגראות ווי ט"ו בשבט, ל"ג בעומר, דאן זענען זיי נהפך לאיש אחר, און גייען צו מער באוואוסטזיניק פון איין זייט, אבער צו די זעלבע צייט איז איראניש אז אנדערש ווי ס'וואלט געווען ערווארטעט אז זיי זאלן צוקומען דערצו מיט אביסעלע עדיוקעישאן כאטש האבנדיג אדורכגעבלעטערט דעם קיצשו"ע צו האבן די מינימאלע בעיסיק איידיע פון וואס די מצוה באשטייט, אבער וואס ווען וואו, א נעכטיגן טאג, זיי גייען צו דערמיט מיטן זעלבען פוסטקייט און לעהרקייט און מצות אנשים מלומדה'דיגע צוגאנג ווי א גאנץ יאהר.

צום באדויערען זענען א גרויס טייל פון די געפירעכצער וואס זענען אטראקטיוו פאר די סארט עולם דוקא אזוינס וואס אויב מען זאל זיי איבערהיפן וועט דאס נישט שאפן די מינדעסטע חרון אף בשמי מרום, ווי אנטוישט וועלן זיי זיין ווען ארויפקומענדיג בעלמא דקשוט און מ'וועט זיך שטעלן ביים הימלישן געריכט און די מלאכי רחמים וועלן אפירקראצן אלע סארט זכיות דאס ארויפצושליידערן אויפן וואגשאהל אבער ולא קם ולא זע ס'רירט זיך נישט פון פלאטץ, וכל כך למה? גאנץ פראסט און איינפאך, ס'אלטץ גרויסע זעק מיט לופט, באט וועיט דעיר איז עי העיפי ענדינג, מיר ווייסן וואס דער סוף לאזט זיך אויס מיט אזא איינעם, דער אב הרחמן גיט אים אין די ענד אן איינטריט קארד צום גן עדן אינעם היכל ווי ס'געפינט זיך א שטייגער ווי יענער דארפס אינגעל וואס האט געפיפען מיט זיין פייפער בכל כוחו מיטן גרעסטען מאס תמימות און נאאיוויטעט יענעם יוה"ק אינעם שולעכל פונעם הייליגן בע"ש, אויף וואס דער בע"ש אליין האט מעיד געווען אז דאס האט שוין איינמאל געשפאלטן הימלען, און ס'איז דא א שטארקע סברא צו זאגן אז אין דעם היכל שטעלט מען אריין די אלע וואס מ'קען מלמד זכות זיין אויף זיי די אינסענעטי פארטיידונג, אבער ווי האט נאר געזאגט דער אדמו"ר החכם מראפשיץ, בעסער צו פארברענגען מיט חאכאמים אין גיהנם ווי איידער מיט נעראנים אין גן עדן.

כלפי מה דברים אמורים, די נאכט טוט זיך א געקויפעכץ פון הושענות פאר די גאנצע בני בית אנשים נשים וטף מקיים צו זיין דעם תקנת נביאים, זענען דען נישט נשים פטור פון א מצות עשהז"ג (בפרט ווען די מצוה האט נישט קיין ברכה) און קטנים שלא הגיעו לחינוך זענען ווייטער אויך פטור און נאכדערצו דוקא פינעף ריפטלעך ס'זאל זיי שטימען ע"פ סוד, יא, אמת ס'קאסט טאקע א נישטיגע פיר טאלער א בינטעל וואס איז נישט עפעס אזא הון תועפות, אבער פארוואס זאל א נאאיווער אינגערמאן נישט האבן די געלעגנהייט אליין בוחר צו זיין צו ער שטייט אין די מדריגה פון מקיים זיין אלע חומרות אין מילי דחסידאות און טיילמאל מילי דשטיות.

כ'האב געזעהן די משוגעת גייט אזוי ווייט אז מ'נעמט אפילו פאר עוברות אויך, איך וואלט פארגעשלאגען אז אין אזא פאל זאל מען נעמען צוויי סארט, קאליפארניער ערבות פאר א זכר און כמו-צפת'ער הדסים פאר נקיבות, אין פאל מ'ווייסט פון אן אולטראסאונד וואס מ'ערווארט זאל מען אנפרעגן ביי הגאון ר' חיים קאניעווסקי וואס וועט אפשר ענטפערן, אולי?

יעצט אז ס'זאל מיר ברענגען איינער אז ס'שטייט ערגעצוואו וועט עס מיר נישט זיין קיין גרויס נייעס, ס'איז פרידיקטעיבל אז שטייט ערגעץ ארויס מפורש שחור ע"ג לבן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר