סאיז לכאורה א מאדנע פסק וויבאלד ס'איז למעשה לשמו ולזכרו פאר דעם וואס זיי זענען משתתף באמונתם, אבל כבר הוה זקן.
געפילטע פיש האט געשריבן:משיחי שקר איז געווען לרוב אין יענע צייטן, די מצב איז געווען שמאל אונטער די רוימער, און די פאלק האט געלעכצט צו חיזוק, hope, און וואו זיך אנצוהענגען. ישוע איז געווען גאנץ א פאפולער נאמען, און די רוימער האבן געהאנגען רעכטס אויף לינקס, ווער ס'האט נאר געמאכט א שטיקל ווינט. בחיים חיותו איז אונזער בחור'ל נישט געווען קיין רשכבה"ג, און די רעביסטעווע און מופתים דערציילעכטסער האבן זיך אנגעהויבן לאחר מותו.