"דער איד" איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

"דער איד" איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]דעם שבת נאכמיטאג נאכן טשאלענט האב איך גענומען אין האנט אריין 'דעם שופר פון אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום' 'דער איד'. אזוי דרוכבלעטערנדיג דעם צייטונג האב איך מיך אנגעשטויסען אין דעם 'עולם הפאליטיקע' קאלום ווי דער שרייבער באשרייבט דאס פטירה פון הרב עובדיה יוסף, און וואס עס באדייט אלץ פארן היינטיגן ש"ס פארטיי. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי אן אומאפהענגיגע צייטונג דעקט דעם פארליסט פון אזא מנהיג און גדול.
וואס איך האב געזען דארט האט מיר שאקירט.

באמת האב איך משער געווען אז כדרכם וועט דער שרייבער שרייבען א קליינע לחש: אז מיר קענען זיך נישט אינדענטעפעצירן מיט הרב יוסף'ס דעות און שיטות און נאכדעם אנגיין מיטן באשרייבן דעם פאליטשן חלק מיט ריספעקט און נארמאלקייט כדרכם ביי אלע ישראלישע פרעסע באריכטן. אבער נישט דאס איז געווען די קעיס דא.

מתחילה איז דער קאלומעניסט מסביר פארוואס ער קען נישט באשרייבן דעם עצם פארליסט פונעם גאון ווייל:
"א צייטונג דער איד וואס איז דער קול שופר פון ערליכען קנאי'שע לאגער איז עס נישט די ריכטיגע זאך".

איר הערט ווערטער! קודם האבן מיר אן הודאת בעל דין אז 'דער איד' איז מער נישט 'די שופר פונעם אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום' ווי זיי פראקאלאמירן אויפן הויפט בלאט. הייבט זיך נישט אן, דאס איז נישט די שופר פון אן אומאפהענגיגען איד און אודאי נישט פון קיין ארטאדאקס. דאס איז דער שופר פון אן ענגן קרייז וואס רופט זיך 'קנאישען לאגער'. איז במטותא מינייכו פון היינט און ווייטער הערט אויף מיט די קרעפלעך און טוישט אייער סלאגאן אויפן הויפט בלאט צו עפעס וואס שטימט מיטן מציאות.

נאדעם שרייבט ער ווייטער אז הרב יוסף איז אבער אויך געווען א פאליטישע פיגור, און אלץ אזא איינעם מעגן מען אים באשרייבן אפילו אין אזא קנאי'שע בלעטעל ווי 'דער איד'. און אנדערע ווערטער מען ברויך פארנידערשיידען סטעיטס פון רעליגיע.
ביז אהער אז עס נאך בחסד.

אבער דאן קערט זיך ווידער דער שרייבער צו הרב הרב יוסף'ס פערזענליכקייט און דיסקרייבד ווי אזוי זיין לבוש האט אויסגעקוקט:
"געקליידעט אין עהרנפולע באגילדעטע מונדירן מיט א ספרדישע פאטשיילע אויפן קאפ און טינקעלע ברילן אויף די אויגן..."

שטעלט אייך פאר מען זאל שרייבן אין 'דער איד' אזוי: דער רבי איז אריינגעקומען שמחת תורה ביינאכט צו הקפות זיין פנים האט געפלאמט און געלאכטן, דער רבי איז געגאנגען געקליידעט מיט א באגילדעטע מונדיר און שווארצע קעצי גלעזער אויף די אויגן..."
ביז היינט האב איך געוויסט אז א רבי גייט מיט א בעקיטשע און א חכם גייט מיט א גלימה און סאלדאטן אויפן פראנט אדער קינדער אין פורים גייען אין מונדירן. אבער דער שרייבער האט מחדש געווען ניין! מיר חסידים גייען אין בעקעטשיעס רעקלעך רעזשוואלקעס און סטראקעס אבער די ספרדים זיי גייען אין מונדירן און טינקעלע ברילן.

אבער צו אזעלעכע סארט מים המאררים זענען מיר געוואוינט און מיר וואלטן עס נאך געקענט אראפשלינגען. אבער דער שרייבער באגנוגט זיך נישט מיט די ביליגע ליצנות וואס ער לאזט הערן אויפן חשבון פונעם גרעסטען גדול וואס די ספרדישע אידן האבן פארמאגט אין די לעצטע פופציג יאר, ער איז ממשיך זיך פארענטפערן פארוואס ער מעג שרייבן איבער דעם פאליטישע חלק פון אזא פיגור:

"נישט נאר מדינת ישראל קליינע פאליטישע וועלט נאר טאקע די גארער וועלט פירער האבן געפענט א פאר אויערן צו הערן וואס דער ספרדישער כאַכאַם האט צו זאגן (מערקט אז ער קען נישט שרייבן חַכַם מיט א חי"ת ווייל מען וועט נאך חלילה מיינען אז ער איז באמת געווען א חַכַם און ביי אזא ציוני איז גילטיג דעם חשש פון שאני מינות דמשכי) נישט ווינציגער ווי זיי האבן נאכגעפאלגט די רייד פון -להבדיל- איראנ'ס אַיאַטאָלאַ'ס און כומעיני'ס..."

און אנדערע ווערטער פונקט ווי איר האט נישט קיין טענות ווען מיר שרייבן וועגן אַיאַטאָלאַ'ס און כומעיני'ס זאלט אייך נישט באנג טוען ווען מיר שרייבן וועגן הרב יוסף'ן. און אלץ חשש אז דער ליינער וועט נישט כאפן דעם רמז האט דער שרייבער גענדיגט מיט ... דריי פינטלעך ווי איינער זאגט: איר כאפט דעם וויץ?

יא איך כאפ דעם וויץ! און טאקע וועגן דעם וויל איך מוחה זיין א מחאה נמרצת. צו פארגלייכן דעם גאון הגאונים הרב עובדיה יוסף צו אַיאַטאָלאַ'ס און כומעיני'ס, אלעס כדי זיך צו פארענטפערן פאר זיינע קעלבלעך פארוואס ער מעג שרייבן איבער דעם פאליטשן כאראקטאר פון הרב יוסף איז בזיון תלמיד חכם אויפן העכסטן גראד שאנדפול און עקעלדיג. דאס איז געלעסטערט גא-ט און געשענדעט א תלמיד חכם.

אידן החרדים לדבר ה' ווארפט ארויס 'דער איד' פון אייערע הייזער, הוציא את המקלל מחוץ למחנה. דאס איז נישט קיין צייטונג דאס איז א שונד בלאט! א שונד בלאט וואס מען וואלט ווען געדארפט ארויסקומען אקעגן דעם בחרב ובחנית, ארויסווארפען פון יעדע געשעפט אין ווילאמסבורג און בארא פארק. עס וואלט שיין געווען ווען די רבנים און עסקנים וואס זענען געוועון פארנומען צו אסר'ן דעם שטערן און דער שפאקטיוו וואלטן ווען איינשפאנט זייער גאנצער טעראר מאשין אקעגן 'דער איד', מאכן אסיפות אין קאנטינענטעל , מושב בית דין'ס אין התאחדות, און קול קורא'ס אויף יעדע קאנסטראקשען געביידע אין וויליאמסבורג. נאר מאיזה סבה ערווארט איך נישט קיין פיפס אדער מחאה פון קיין איינע פון די אויבן דערמאנטע עסקנים און מנהיגים. אפשר ווייל הרב יוסף איז געגאנגען מיט מונדירן און טינקעלע ברילן.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 94 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר