די שטיבל האט געראטעוועט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טשולענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 am
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

די שטיבל האט געראטעוועט

שליחה דורך טשולענט »

שוין יארן וואס ער דרייט זיך ארום מיט א שווער הארץ
אלעס ארום קוקט אויס צו זיין גאר טונקל און שווארץ
צובראכן און דערביטערט זיין מנוחה עס נעמט
דערציילט נישט קיינעם ס'איז אין איהם פארקלעמט

אזוי פיל יארן שוין אריבער פון יענעם מאמענט
ווען מ'האט איהם מיט געוואלד פארפירט זיינע הענט
ווען א מזיק האט זיך נאכגעגעבן די תאוות צו דער זעט
אויפן חשבון פון דעם בחור'ל שלא טעם טעם חטא

ער שפירט זיך אינגאנצן צוקלאפט און דערנידערט
פארוואס בין איך פארכאפט געווארן, די שאלה שטערט
יארן גייען אריבער אונטער די ביטערע קאשמארן
מ'רעדט נישט צו קיינעם דער מוח טוט פארנארן

שוין היינט א יונגערמאן אבער האט נישט קיין מנוחה
עס שטייט איהם פאר די אויגן יענעמס טפה סרוחה
צו ארויסזאגן פאר עמיצן וואס דרוקט זענען דברים קשין
ער וויל זיך אויסרעדן זיינע צרות אויף מאמע לשון

אבער...... איין זיכערע פלאץ האט ער ענדליך געטראפן
וואו ער קען זיך עפענען דאס שווער הארץ ברייט אפן
א פלאץ וואו ער וועט באקומען עצה, הדרכה, און חיזוק
יענער איז דער רשע און די ביסט דער צדיק דער ניזק

ער רעדט זיך אויס, דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים
יעדער פרובירט איהם ארויסצוהעלפן באסיפת חברים
מ'שטארקט איהם ער זאל נישט האבן קיין פאראיבל
וואו איז דאס? טאקע דא ביי אונז אין "קאווע שטיבל"

מיט אזויפיל מחשבה הארץ און געפיל אינאיינעם
באלייכט מען יענעם, וואס ער האט נישט פון קיינעם
צומאל יענעם ראטעווען פונעם ארגסטן, ממוות לחיים
דאס קענען אפאר חברים טוהן, באסיפת רעים

ארויסצונעמען א צווייטן פון זיין ביטערן קלעם
ס'נישט דא א גרעסערע קידוש השם פון דעם
זאלן אונז קיינמאל נישט אנקומען צו די שוועריגקייטן
נאר טוב וטוב זאל אונז שטענדיג באגלייטן
Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
רעאגיר