שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

עס טיצעך א גרופעריי. דר'עולם האט "וואטסעפפ" גרופס אין די מאסן, און אגאנצן טאג פליען בילדער און ווידיאו'ס פון איין גרופ צו די אנדערע.

באמת א שיינע זאך, און עס פארמערט אהבה אחוה ורעות. איך אליין באטייליג מיך אין אזא גרופ, און כאטש ס'קומט נישט צו קיין כי הוא זה צו די געשמאקע שמועסן פון קאווע שטיבל (די גרופ'ס זענען בעיקר פאר פאני בילדער, דזשאוקס, וכדומה) איז עס אבער אויך א פלאץ ווי חברים וואס קענען זיך ליינען די זעלבע שטותים, און אמאל גייט מען אויך ארויס צוזאמען פארברענגען ביי א וואכט נאכט.

עס איז אבער דא א שרעקליכע פראבלעם. אנדערש ווי דא אין שטיבעל, ווי אלעס איז אויף א העכערע לעוועל, איז אזא וואטסעפפ גרופ אן קיין שום קאנטראל, און מענטשן קענען לייגן וואס זיי ווילן. און ליידער זענען דא מענטשן וואס רעכענען זיך נישט מיט אנדערע, און לייגן בילדער פון פריוואטע מענטשן.

יעדע מענטש טוט אמאל א פאני זאך אין פאבליק, קיינער וויל נישט אז מ'זאל לייגן א בילד פון אים ווי אזוי ער טוט עס. פון ווי נעמט זיך די רשעות פון א מענטש צו לייגן אזא בילד פון א צווייטן?! מה דעלך סני לחברך לא תעביד!

איך געדענק אמאל איז געוועהן אן ארטיקל פון הרב אשר לעווין וועגן דעם, און זייער שיין ארומגערעדט וועגן די רשעות און רציחה וואס מ'טוט צו מענטשן. אבער איך וויל נישט דא איבער'חזר'ן די עצם נקודה פון פארשפרייטן אזעלכע בילדער אדער ווידיאוס. איך וויל יעצט רעדן צו דעם יחיד.

ליידער איז שוין די מחלה אזוי פארשפרייט אז אפילו נארמאלע מענטשן האלטן אז זיי האבן א תירוץ. "יעדער שיקט אזעלכע בילדער עניוועי – אז איך וועל עס נישט שיקן ווייטער, וועט עס א צווייטער שיקן, און יעדער זעהט עס עניוועי. איז וואס טוה איך אויף אז איך האלט עס ביי מיר?"

מענטשן זאגן אויך, אז יענער האט געמאכט א פאני פיקטשער פון זיך אליין אין זיין הויז, און עס איז ארויסגערינען צו די פאבליק, איז ער זיך אליינס שולדיג. ער האט עס מסתמא געשיקט צו איינעם און יענעם "אנגעווארענט" עס נישט צו שיקן ווייטער. אבער ער האט געדארפט וויסן אז עס ארבייט נישט היינט. אז מ'שיקט עס אפילו פאר איין מענטש גייט עס ווייטער. און ווייל ער איז זיך אליין שולדיג איז טו בעד פאר אים.

אמת'דיג? "טו בעד"? זייט ווען מאכסטו נישט קיין טעותים?? אז איינער מאכט א טעות מעגסטו אים באגראבן? און אפשר האט ער ניטאמאל געמאכט א טעות? אפשר איז זיין קאמפיוטער געווארן גע'העק'ט? אפשר האט ער פארלוירן זיין קעמרע און א שייגעץ האט פארשפרייט דעם בילד?

אבער לאמיר בעיקר זעהן די "עניוועי" תירוץ. דער תירוץ אז "יעדער שיקט עס עניוועי" איז א גרויסע מיסטעיק. דער מענטש וואס מ'זעהט אין די בילד ווערט פארשעמט יעדע איינציגע מאל וואס יעדע איינציגע מענטש זעהט עס. עס איז נישט דא קיין איין סינגל בילד וואס יעדער איינציגער היימישער מענטש אויף וואטסעפפ האט געזעהן. אמת, רוב פיקטשערס קומען רוב מאל אן צו רוב מענטשן פון די היימישע גרופעס, אבער נאר צו "רוב" – נישט צו יעדעם. יעדעס איינציגע מאל וואס איינער שיקט אזא בילד איז ער טאקע נישט שולדיג אז ס'ווערט ברייט פארשפרייט – ער איז אבער שולדיג אז נאך א מענטש האט עס געזעהן, אדער נאך דריי מענטשן האבן עס געזעהן. עס קען זיין אז די מענטשן וואלטן עס למעשה געזעהן פון א צווייטן, אבער עס קען זיין אז נישט! און אויב דו שיקסט עס פאר צוואנציג מענטשן וואלטן אפשר טאקע 17 פון זיי עס עניוועי געזעהן, אדער אפשר 18 אדער 19. עס איז אבער דא זייער א גרויסע טשענס אז נישט אלע צוואנציג מענטשן וואלטן עס באקומען פון א צווייטן.

אין די צייט וואס עס איז אמת אז זייער אסאך מענטשן שיקן ליידער אזעלכע בילדער, דארף מען אבער געדענקען אז עס איז נישט אמת אז עס קומט אן צו יעדעם. ווען דו שיקסט אזא בילד ווייטער איז דא זייער א גרויסע מעגליכקייט אז א געוויסע צאל מענטשן – מעגליך אפילו נאר איינס אדער צוויי – וועלן זעהן דעם פארשעמענדן בילד נאר אדאנק דיר. און דו האסט פארשעמט דעם מענטש אין פראנט פון אנדערע מענטשן.

לייג נישט די בילד אין קיין גרופ. "אויב איך וועל עס נישט לייגן אין די גרופ וועט עס א צווייטער עניוועי לייגן." אויב א צווייטער וועט עס עניוועי לייגן – לאז יענעם עס לייגן! פארוואס זאלסטו עס טוהן? אפילו אויב עס איז 99% זיכער אז א צווייטער וועט עס לייגן, איז נאך אייביג דא די קליינע טשענס אז פונקט די בילד וועט קיינער נישט לייגן אין די גרופ. דו ווילסט זיין דער רשע? דו ווילסט זיין דער וואס שיקט דעם פריוואטן בילד אדער ווידיאו פאר אזויפיל מענטשן?!

רבותי געדענקט, בדרך שאדם מודד מודדין לו. אז מיר וועלן אלע לעבן נאך 60-70 יאהר אויף די וועלט, וועלן מיר אלע האבן א טשענס אז א פריוואטע בילד פון אונז (אדער אונזערע ווייבער אדער קינדער) זאל ארויסרינען. מיר ווילן אלע אז עכ"פ אונזערע חברים זאלן זיך צוריקהאלטן פון עס ווייטער שיקן. דו וועסט וועלן אז דיינע חברים זאלן מאכן דעם חשבון אז אפילו "יעדער" שיקט עס עניוועי ארום, וועלן זיי עס נישט שיקן ווייטער, ווייל אפשר וועלן זיי גורם זיין אז אפאר מענטשן וואס וואלטן עס נישט באקומען זאלן עס יא באקומען. דיינע נאנטע חברים וואס געדענקען ווי דו האסט געשיקט יענעמ'ס פריוואטע בילדער און געמאכט דעם חשבון אז יעדער שיקט עס עניוועי, וואספארא חשבון וועלן זיי מאכן וועגן דיר? יעדער שיקט עס עניוועי, הא?

אבער אפילו אן די אייגענע חשבונות. טראכט פשוט פון דעם פאקט. עס איז אמת אז ליידער שיקן אסאך מענטשן ארום פריוואטע בילדער פון אנדערע מענטשן. אבער קיין איין בילד קומט נישט אן צו "יעדעם". דו זיי נישט דער מעגליכער גורם אז עטליכע מענטשן זאלן עס זעהן נאר וועגן דיר. מיר זענען אלע וואוילע מענטשן, מיר זענען זיך מורה היתר צו שיקן אזעלכע בילדער ווייל מיר רעדן זיך איין אז "מיין שיקן וועט נישט מאכן קיין שאדן." אבער אז מ'טראכט אריין זעהט מען אז יעדע עקסטערע מאל וואס מ'שיקט אזא בילד האט מען א גרויסע טשענס יא צו פארשעמען דעם צווייטן.

געדענקט, פונקט ווי איר וואלט יענעם נישט פארשעמט אין פראנט פון אנדערע מענטשן, פארשעם אים נישט דורך שיקן די בילד ווייטער. און געדענק אויך אז מה דעלך סני לחברך לא תעביד!

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר