שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

הודעהדורך וויליאמסבורגער » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 5:12 pm

עס טיצעך א גרופעריי. דר'עולם האט "וואטסעפפ" גרופס אין די מאסן, און אגאנצן טאג פליען בילדער און ווידיאו'ס פון איין גרופ צו די אנדערע.

באמת א שיינע זאך, און עס פארמערט אהבה אחוה ורעות. איך אליין באטייליג מיך אין אזא גרופ, און כאטש ס'קומט נישט צו קיין כי הוא זה צו די געשמאקע שמועסן פון קאווע שטיבל (די גרופ'ס זענען בעיקר פאר פאני בילדער, דזשאוקס, וכדומה) איז עס אבער אויך א פלאץ ווי חברים וואס קענען זיך ליינען די זעלבע שטותים, און אמאל גייט מען אויך ארויס צוזאמען פארברענגען ביי א וואכט נאכט.

עס איז אבער דא א שרעקליכע פראבלעם. אנדערש ווי דא אין שטיבעל, ווי אלעס איז אויף א העכערע לעוועל, איז אזא וואטסעפפ גרופ אן קיין שום קאנטראל, און מענטשן קענען לייגן וואס זיי ווילן. און ליידער זענען דא מענטשן וואס רעכענען זיך נישט מיט אנדערע, און לייגן בילדער פון פריוואטע מענטשן.

יעדע מענטש טוט אמאל א פאני זאך אין פאבליק, קיינער וויל נישט אז מ'זאל לייגן א בילד פון אים ווי אזוי ער טוט עס. פון ווי נעמט זיך די רשעות פון א מענטש צו לייגן אזא בילד פון א צווייטן?! מה דעלך סני לחברך לא תעביד!

איך געדענק אמאל איז געוועהן אן ארטיקל פון הרב אשר לעווין וועגן דעם, און זייער שיין ארומגערעדט וועגן די רשעות און רציחה וואס מ'טוט צו מענטשן. אבער איך וויל נישט דא איבער'חזר'ן די עצם נקודה פון פארשפרייטן אזעלכע בילדער אדער ווידיאוס. איך וויל יעצט רעדן צו דעם יחיד.

ליידער איז שוין די מחלה אזוי פארשפרייט אז אפילו נארמאלע מענטשן האלטן אז זיי האבן א תירוץ. "יעדער שיקט אזעלכע בילדער עניוועי – אז איך וועל עס נישט שיקן ווייטער, וועט עס א צווייטער שיקן, און יעדער זעהט עס עניוועי. איז וואס טוה איך אויף אז איך האלט עס ביי מיר?"

מענטשן זאגן אויך, אז יענער האט געמאכט א פאני פיקטשער פון זיך אליין אין זיין הויז, און עס איז ארויסגערינען צו די פאבליק, איז ער זיך אליינס שולדיג. ער האט עס מסתמא געשיקט צו איינעם און יענעם "אנגעווארענט" עס נישט צו שיקן ווייטער. אבער ער האט געדארפט וויסן אז עס ארבייט נישט היינט. אז מ'שיקט עס אפילו פאר איין מענטש גייט עס ווייטער. און ווייל ער איז זיך אליין שולדיג איז טו בעד פאר אים.

אמת'דיג? "טו בעד"? זייט ווען מאכסטו נישט קיין טעותים?? אז איינער מאכט א טעות מעגסטו אים באגראבן? און אפשר האט ער ניטאמאל געמאכט א טעות? אפשר איז זיין קאמפיוטער געווארן גע'העק'ט? אפשר האט ער פארלוירן זיין קעמרע און א שייגעץ האט פארשפרייט דעם בילד?

אבער לאמיר בעיקר זעהן די "עניוועי" תירוץ. דער תירוץ אז "יעדער שיקט עס עניוועי" איז א גרויסע מיסטעיק. דער מענטש וואס מ'זעהט אין די בילד ווערט פארשעמט יעדע איינציגע מאל וואס יעדע איינציגע מענטש זעהט עס. עס איז נישט דא קיין איין סינגל בילד וואס יעדער איינציגער היימישער מענטש אויף וואטסעפפ האט געזעהן. אמת, רוב פיקטשערס קומען רוב מאל אן צו רוב מענטשן פון די היימישע גרופעס, אבער נאר צו "רוב" – נישט צו יעדעם. יעדעס איינציגע מאל וואס איינער שיקט אזא בילד איז ער טאקע נישט שולדיג אז ס'ווערט ברייט פארשפרייט – ער איז אבער שולדיג אז נאך א מענטש האט עס געזעהן, אדער נאך דריי מענטשן האבן עס געזעהן. עס קען זיין אז די מענטשן וואלטן עס למעשה געזעהן פון א צווייטן, אבער עס קען זיין אז נישט! און אויב דו שיקסט עס פאר צוואנציג מענטשן וואלטן אפשר טאקע 17 פון זיי עס עניוועי געזעהן, אדער אפשר 18 אדער 19. עס איז אבער דא זייער א גרויסע טשענס אז נישט אלע צוואנציג מענטשן וואלטן עס באקומען פון א צווייטן.

אין די צייט וואס עס איז אמת אז זייער אסאך מענטשן שיקן ליידער אזעלכע בילדער, דארף מען אבער געדענקען אז עס איז נישט אמת אז עס קומט אן צו יעדעם. ווען דו שיקסט אזא בילד ווייטער איז דא זייער א גרויסע מעגליכקייט אז א געוויסע צאל מענטשן – מעגליך אפילו נאר איינס אדער צוויי – וועלן זעהן דעם פארשעמענדן בילד נאר אדאנק דיר. און דו האסט פארשעמט דעם מענטש אין פראנט פון אנדערע מענטשן.

לייג נישט די בילד אין קיין גרופ. "אויב איך וועל עס נישט לייגן אין די גרופ וועט עס א צווייטער עניוועי לייגן." אויב א צווייטער וועט עס עניוועי לייגן – לאז יענעם עס לייגן! פארוואס זאלסטו עס טוהן? אפילו אויב עס איז 99% זיכער אז א צווייטער וועט עס לייגן, איז נאך אייביג דא די קליינע טשענס אז פונקט די בילד וועט קיינער נישט לייגן אין די גרופ. דו ווילסט זיין דער רשע? דו ווילסט זיין דער וואס שיקט דעם פריוואטן בילד אדער ווידיאו פאר אזויפיל מענטשן?!

רבותי געדענקט, בדרך שאדם מודד מודדין לו. אז מיר וועלן אלע לעבן נאך 60-70 יאהר אויף די וועלט, וועלן מיר אלע האבן א טשענס אז א פריוואטע בילד פון אונז (אדער אונזערע ווייבער אדער קינדער) זאל ארויסרינען. מיר ווילן אלע אז עכ"פ אונזערע חברים זאלן זיך צוריקהאלטן פון עס ווייטער שיקן. דו וועסט וועלן אז דיינע חברים זאלן מאכן דעם חשבון אז אפילו "יעדער" שיקט עס עניוועי ארום, וועלן זיי עס נישט שיקן ווייטער, ווייל אפשר וועלן זיי גורם זיין אז אפאר מענטשן וואס וואלטן עס נישט באקומען זאלן עס יא באקומען. דיינע נאנטע חברים וואס געדענקען ווי דו האסט געשיקט יענעמ'ס פריוואטע בילדער און געמאכט דעם חשבון אז יעדער שיקט עס עניוועי, וואספארא חשבון וועלן זיי מאכן וועגן דיר? יעדער שיקט עס עניוועי, הא?

אבער אפילו אן די אייגענע חשבונות. טראכט פשוט פון דעם פאקט. עס איז אמת אז ליידער שיקן אסאך מענטשן ארום פריוואטע בילדער פון אנדערע מענטשן. אבער קיין איין בילד קומט נישט אן צו "יעדעם". דו זיי נישט דער מעגליכער גורם אז עטליכע מענטשן זאלן עס זעהן נאר וועגן דיר. מיר זענען אלע וואוילע מענטשן, מיר זענען זיך מורה היתר צו שיקן אזעלכע בילדער ווייל מיר רעדן זיך איין אז "מיין שיקן וועט נישט מאכן קיין שאדן." אבער אז מ'טראכט אריין זעהט מען אז יעדע עקסטערע מאל וואס מ'שיקט אזא בילד האט מען א גרויסע טשענס יא צו פארשעמען דעם צווייטן.

געדענקט, פונקט ווי איר וואלט יענעם נישט פארשעמט אין פראנט פון אנדערע מענטשן, פארשעם אים נישט דורך שיקן די בילד ווייטער. און געדענק אויך אז מה דעלך סני לחברך לא תעביד!
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:20 pm

סנאר די טרענזישען דור וואס האט די פראבלעם. די קומענדיגע דורת וועט זיי א נארמאלע זאך אז סזאל ארום פארן א פאני בילד פון דיר. סוועט זיין פון יעדן סוועט זיין אויס אינטערסאנט.
אטמאטיש וועט די עקסייטמענט פון שיקן בילדער אויף פאלן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3659
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1723 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:33 pm

כיהודה ועוד, בפרט ווען ס'איז בילדער פון רעים אהובים המתעלסים באהבים.
פון איין זייט האט מען טענות, פארוואס מעג איך נישט זיצען מיט ווייב במקום פלוני בצורה פלונית? און ווען איינער לאזט זיך שוין יא וואוילגיין שיקט מען ארום בילדער פון אים און איר, עפ"י רוב נגד רצונם.

היינט אליינס האב איך באקומען, אין עטליכע גרופ'ס, א בילד פון יצחק און רבקה וכו'. ס'נישט עטיש.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8397 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:44 pm

סדא די אטאמאטישע ריספאנס מעסעדזשס.
אויב איינער וואלט געקענט פארשרייבן א גוטע reply וואלט איך דאס ציריקגעשקיט יעדס מאל כ'בקאקום א פריוואטע בילד.
אז דער עולם וועט דאס ציריקשיקען פארן די גאנצע גרופ אנשטאט די לאל וועט זיך די שיקער אביסעל שעמען. און טראכטן צוויי מאל פאר ער דריקט שיק.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3659
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1723 מאל

הודעהדורך פאריז » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:31 pm

שיק א לינק צי די אשכול..
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:

אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך חד גדיא » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:33 pm

א גרויסע ישר כוח @וויליאמסבורגער. איך האב שוין באקומען די ארטיקל פון עטליכע וואטסעפפ גרופס. און ב"ה עס איז עושה רושם.
איך האב שוין אויך מקיים געווען @פאריז'עס עצה, און געענטפערט מיט א לינק צו די אשכול...
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:45 pm

עס איז לעצטענס פארגעקומען א געפערליכע געשיכטע אז ס'האט ארויסגעליקט בעדרום בילדער פון א היימישע פרוי, און די בילדער זענען ארומגעפארן אין גאר אסאך היימישע וואטסעפ גרופעס. איך רעד שוין נישט וועגן די פראבלעם פון ראיות אסורות, נאר ווי איז די ביסעל מענטשליכקייט?? ווי אזוי קען א מענטש שיקן אזא בילד פאר אנדערע מענטשן. ער טראכט נישט אפילו איין רגע וואספארא צער ער מאכט פאר דעם מענטש?!!
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מאנטאג יוני 02, 2014 5:19 pm

Lately the pictures and video clips going around the WhatsApp groups have gotten very inappropriate. It looks like people don't know what type of pictures are normal and okay to send around and what are just not normal to send around. For instance there's a picture of a certain musician who was very sick and you see him with this tefilin. He looks like he's about to die and somehow people thought it was okay for to send around that picture. Imagine if it were you. Would you like it if your picture went around like that and people sitting in the bathroom looking through whatsapp are checking you out on your death bed?

There are always people out there who do and say things that are inappropriate. They might say something stupid to someone sitting shiva, or they might ask inappropriate personal questions, but it seems that even normal people who wouldn't act this way in the real world somehow on WhatsApp the forward button is just so easy to press that when they get a picture even if they know what's wrong and they wouldn't want their own picture to go around like that, they don't think twice before forwarding it to five groups.

Do you really think it's okay to take a private moment someone thought he had and publicize it to the whole community?

Is it okay for people to ogle at someone's video of their mitzvah tantz, or personal family pictures?

And if you think for one moment that one day this idiocy won't come biting you in the ass you're making a big mistake. One day it'll be you, your daughter, your son, your father, or your mother who will be on display for every 15-year-old bucher, every bored housewife and every yenta in town to look at, think about, debate, and discuss... But then it'll be too late. Because you didn't say anything when they forwarded someone else's picture, someone else's son or daughter, someone else's private life.

Let us try to hold on to the little privacy we have left. Let us be allowed to have a little dignity, a little respect, for the living, and of course for the dead.

C/P
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:09 pm

און שיק נישט די ווידיאו ווייטער!! וואס וואלסטו געטוהן ווען ס'איז ווען דיין זוהן???
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג אוגוסט 03, 2014 3:31 pm

וויליאמסבורגער האט געשריבן:און שיק נישט די ווידיאו ווייטער!! וואס וואלסטו געטוהן ווען ס'איז ווען דיין זוהן???

אדער פון דיר בימי נעוריך
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 999 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 03, 2014 5:18 pm

וויליאמסבורגער האט געשריבן:און שיק נישט די ווידיאו ווייטער!! וואס וואלסטו געטוהן ווען ס'איז ווען דיין זוהן???

לאמיר האפן אז דער פאטער האט נישט קיין וואטסעפפ.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 858 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:41 pm

Regarding the clip about the 2 bachirim: a short while ago there was a public trial here in NY on a college roommate who recorded 2 other roommates having gay sex and posted it online for the public to view, after the victim found out about it he climbed up on top of the George Washington bridge and jumped to his death..... im not sure of the outcome of that case.
What we all should think about before forwarding this clip and enjoying on someones blood and feelings is that who will take responsibility if chas v'shulom something happens to one of these young innocent boys as they wont be able to face anyone????
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

הודעהדורך דריידל » זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:00 pm

צדיקים האבן אונז מגלה אז יעדע זאך האט עפעס גוטס אין זיך. אולי קען מען זאגן אז וואטסעפ (און איך מיין נישט דווקא וואטסעפ, נאר סאשעל מידיא בכלליות) האלט אפ פון אסאך עבירות. א מענטש דארף היינט זיין גערישט אז וואס ער טיט אדער ווי ער גייט קען ווערן פארשפרייט אין נאו טיים.

עס איז רציחה ממש צו פארשפרייטן שמוץ אויף א צווייטן בפרט ווען ס'איז בין אדם למקום. אבער ליידער זענען דא גענוג רשעים און טיפשים וואס פאר אביסול עטענטשאן וועלן זיי עס טון.

חכמים הזהרו בדבריכם
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

Re: שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:15 pm

פארוואס באקום איך נישט די אלע בילדער און קליפס? עפעס פארשטיי איך נישט דא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5468 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:26 pm

לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס באקום איך נישט די אלע בילדער און קליפס? עפעס פארשטיי איך נישט דא.

עס זענען דיינע בילדער וואס פארן ארום.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7668 מאל

Re: שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:27 pm

נו, זאלן אידען הנאה האבען. אבער פארוואס פארגינען זיי מיר נישט דער תאוות הפירסום?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5468 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:29 pm

אפשר האבן זיי מורא אז נאכדעם וואס דו וועסט עס זען וועסטו מיר נישט לאזן עס ארומשיקן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7668 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מאנטאג יוני 12, 2017 6:43 pm

פון צייט צו צייט דארף מען מעורר זיין
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך חקרן » דינסטאג יוני 13, 2017 2:10 pm

עניני דיומא...
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 855 מאל

הודעהדורך בן אדם » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 1:29 am

דערמאנונג!!!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 2:01 am

בן אדם האט געשריבן:דערמאנונג!!!

וואו קען מען נעמען די אייער?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 654 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מיטוואך פעברואר 14, 2018 8:07 pm

ש'קויעך מאמענט און אידישע ווינקעל פאר'ן נעמען מיין מערכה א שטאפעל ווייטער
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך אפריל 25, 2018 1:44 pm

וויליאמסבורגער האט געשריבן:שיק נישט דעם בילד ווייטער!!


א גרויסע סגולה אז א בילד אדער סיי וואס זאל ארופ פליען די גאנצע וועלט אין אפאר מינוט איז אוב מען שרייבט צו, שיק נישט ווייטער
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך אפריל 25, 2018 6:29 pm

עס געפעלט מיר ווי די אידישע מידיא טעלעגראם טשענעל האט יעצט געפאוסט דעם ארטיקל, פארשטייט זיך מארגן וועט ער ווייטער שיקן יעדע קליפ אויף וואס ער קען נאר לייגן די האנט, און נישט נאר אויף א גרופ נאר אויף א געהעריגע פאבליק פלאץ.
אונטער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 395 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 25, 2018 7:53 pm

רבותיי: איך בין אויך געווען א ..."וויקטים"... פון א וואטסעפפ שיקונג פון מיר. איך האב געהאט צו טון מיט איינעם, א היימישן ליידיגייער, א לאו לייף. און ער האט מיך אפגעפיקטשערט ווי איך געב איהם ברכות לרוב...! אלע מיינע באקאנטע און משפחה האבן מיך געפרעגט דעריבער.. אבער איך האב מיך ב"ה אויסגעלאכט. אבער ס'איז דא מענטשן ביי וועם ס'איז ממש שפיכות דמים...!
ערשט לעצטנס האט מיך איינער געפרעגט וועגן דעם . האביך איהם צוריקגעענטפערט מיט א שמייכל...ערשט יעצט האסטו געזעהן דעם קליפ...?! יענער רשע האט עס ארויפגעלייגט אויף...כ'ווילל נישט זאגן וואו. משום גילוי...! :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11561
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7413 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט