האט עס עפעס מיט מיר??

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

האט עס עפעס מיט מיר??

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:56 pm

איך וויל פארשטעלען דריי צענעס פון פאסירונגען און איך וויל הערען וואס די עולם האט צו זאגן איז די ריכטיגע זאך צו טוהן.
עס איז דא א גרופע פון צען נאנטע חברים: ראובן, שמעון, לוי, יהודה, יששכר, זבולין, דן, נפתלי, גד, אשר. זיי אלע האבן א אייגענע מנין, ווי מ'דאווענט צוזאמען יעדן טאג שחרית און אלע תפילות שבת.


1)
לוי און גד זענען איין טאג געוועהן אין א אנדערע שטאט, און דארטען איז געשעהן א מחלוקת צווישן זיי. לוי האט גע'טענה'ט אז גד האט אים פארשעמט ברבים, און גד האט גע'טענה'ט אז לוי האט אים ערשט פארשעמט. ביידע האבן געשריגן אז די אנדערער איז שולדיג.
די אנדערע אכט חברים הערן פון די מעשה, און די שאלה איז וואס דארפן זיי טוהן? איין צד איז, וויבאלד עס איז א קליינע גרופע פון חברים און צוויי פון זיי האבן טענות איינער אויפ'ן צווייטען איז דא א פליכט אויף יעדעם מברר צו זיין וואס דא איז געשעהן און זעהן ווער עס איז גערעכט, און זיך אננעמען פאר זייער חבר וואס איז גערעכט.
די אנדערע צד איז, די מחלוקת האט גארנישט מיט די גרופע, עס איז געשעהן אינגאנצן ערגעץ אנדערשט און איז א פריוואטע מחלוקת צווישן די צוויי. יעדער קען ווייטער זיין א חבר מיט ביידע, און קיינער איז נישט מחיוב זיך אריינצומישן. יעדער קען זאגן עס האט גארנישט מיט מיר.


2)
לוי און גד זענען איין טאג געוועהן אין א אנדערע שטאט, און דארטען האט לוי פארשעמט גד ברבים על לא עוול.
וואס דארפן די אנדערע אכט טוהן? איין צד איז, וויבאלד עס איז א קליינע גרופע פון חברים און עס איז קלאר אז איינער פון די גרופע, לוי, האט בא'עול'ט א אנדערער פון די גרופע, גד, איז דא א פליכט אויף יעדעם זיך אנצונעמען פאר זייער חבר וואס איז געווארן בא'עול'ט.
די אנדערע צד איז, עס איז טאקע אמת אז לוי האט בא'עול'ט גד, אבער למעשה איז עס געשעהן אין א אנדערע שטאט, און קיינער פון די גרופע איז נישט דארטען געוועהן. און ממילא האט עס גארנישט מיט קיינעם פון די גרופע, און יעדער פון די גרופע קען זאגן איך בין א חבר מיט ביידע, און איך דארף מיך נישט אריינמישן דערין.


3)
זיצענדיג אין די גרופע'ס אייגענע מנין איין שבת האט לוי פארשעמט גד על לא עוול.
וואס דארפן די אנדערע אכט טוהן? איין צד איז, עס איז געשעהן א עולה דא ביי אונז אין די גרופע, איינער האט דא אין אונזער מנין פארשעמט א צווייטן, דארף יעדער זיך אננעמען פאר דעם בא'עול'טן און אויסדרוקן פראטעסט קעגן די עולה.
די אנדערע צד איז, עס איז טאקע אמת אז לוי האט בא'עול'ט גד, און עס איז אמת אז עס איז געשעהן דא אין די גרופע. אבער עס איז נאך אלץ א זאך וואס איין מענטש (לוי) האט געטוהן קעגן א איינצעלע מענטש (גד), און עס האט גארנישט צוטוהן מיט די גאנצע גרופע. און יעדער פון די גרופע קען זאגן איך בין א חבר מיט ביידע, און איך דארף מיך נישט אריינמישן דערין.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 5:58 pm

איך, אלץ נפתלי, וואלט פארארבעט א שלום צווישן לוי און גד.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:13 pm

אוודאי אזוי. אז איינער קען מאכן שלום דארף ער אייביג טרייען עס צו טוהן.

אבער דאס איז דאך נישט מיין שאלה
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך אביגדור » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:18 pm

מיין שאלה איז, וויאזוי קען איך מאכן א דאללער אויף זייער מחלוקה'לע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 7:01 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1713 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:36 pm

פליז ענטפערן ערענסט. וואס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן אין אלע דריי פעלער?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:43 pm

ווענט זיך וואס די קאנסיקווענסעס וועט זיין פאר די וואס דריקען אויס זייער פראטעסט.
אויב לוי איז א פארשטענדליכער מענטש איז כדי עם צי מעורר זיין.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3799
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4652 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1879 מאל

הודעהדורך סמארט פאון » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:58 pm

@ראשעקאל, ערשטנס, וואו האסטו זיך בכלל אנגעקלאפט אין אזאלעכע עפיזאדן וואס די דערציילסט דא? איז עס בלויז א דראמאטישער חלום וואס די ווילסט -פאר סיי וועלכע סיבה- שפינען ווייטער? אדער ביסטו מעגליך part פין א גרופ ווי עס שפילט זיך אפ יעצט אזא סארט געשיכטע? צי האסטו אפשר מיטגעהאלטן אזא פאסירונג ערגעצוואו אין די ביסט סתם נייגעריג וויאזוי דער המון עם וואלט רעאגירט ווען מען טרעפט זיך אין אזא סיטואציע?... די דארפסט עט ליעסט ערקלערן פארוואס דאס זאל בכלל זיין אינטערסאנט צו ווערן דיסקוסירט... כ'מיין מען קען דאך נישט סתם טרינקען קאווע און מאלן וואסער.. עפעס תכלית.. (ביטע אנטשולדיג מיר אויב איך טשעפע דיר, נאך אלעם ביסטו דאך דער ראשעקאל....)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סמארט פאון אום פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:53 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סמארט פאון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:09 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:55 pm

סמארטפאון... פארוואס ציטירן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך סמארט פאון » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:49 am

איך האב ציטירט ראשעקאל'ס ווערטער וויבאלד עס איז שוין געווען א גוטע פאר תגובות וואס האבן פרובירט צו פארענטפערן ראשעקאל'ס שווערע דילעמע... איז האב איך געוואלט צוריקקומען צו זיינע ווערטער אין נישט ווייטער פירן די דיסקוסיע ..אבער יעצט זע איך די ביסט גערעכט ס'האט נישט אויסגעפעלט צו ציטירן.. איז דא א וועג צוריקצוציען א ציטאט?
סמארט פאון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:09 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:53 am

פששש... א מין טיפקייט, א מין עמקות. דער אשכול געהער אין די 'תורה און מחשבה' אפטיילונג.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3712 מאל

הודעהדורך סמארט פאון » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:55 am

אראפגענומען...
סמארט פאון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:09 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:35 am

איך וואלט זיך צוריק געלייגט שלאפן אויף דער אנדערער זייט.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל

הודעהדורך זאל_זיין » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 8:48 am

מרעד נישט דא פון teen age מיידלעך רייט? ווייל ס'סאונד מער פאר זיי צו האבען אזעלעכע פראבלעמען

וואס זאגסטו? סהאט זיך שוין אריינגעכאפט און די "יונגעל קעמפ"? ווי אלט? מער ווי 17 יאר אלט? אוייייי

(:
באניצער אוואטאר
זאל_זיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך sefish » מאנטאג יוני 09, 2014 1:13 pm

נו וואס איז געבליבן?
נישט דא א דיין דא? מ'קען דאך נישט אנגיין אזוי
אזא געוואלדיגע טיפע שאלה
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מאנטאג יוני 09, 2014 3:10 pm

שוין במקום שאין איש וועל איך נעמען די מיי"ק אין האנט
ביי 1. און 2. האט עס גארנישט מיט ענק מיינ"ד יא"ר אה"ן ביזנע"ס
ביי 3. אז ער איז אים מבזה בפניכם דארפן ענק זיך אהן נעמען פאר אים פארשטייט זיך אויף א נארמאלע אופן נישט סתם אויפפלאקערן א פייער
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 24 געסט