מיין וויזיא פאר ריטעיל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

מיין וויזיא פאר ריטעיל

שליחה דורך פרישער »

מיין וויזיא אויף ריטעיל

איך אנעלעזיר דעי וועלט, און איך זעי א געוואלדיגע פראבלעים, עס איז נישט קיין סוד אז טעקנאלאגי האט געכאפט א שטויס פאראויס, און עס לויפט מיט א גאלאפ פון וואס עס קען זיך נישט אפשטעלן, און עס איז גענוי אזוי ווי א סאטעליט אין אויטער ספעיס, עס פליעט מען קען עס נישט אפשטעלן, און קיינער פראבירט טאקע נישט.

לאמיר אריינקיקן פון בראשית ברא, פון ווען עס האבן זיך אנגעהויבן מעס מארקעטס, א שטייגער ווי האם דיפא און וואלמארט, עס זענען געוועין און יעדע געיגנט א מעין סטריט, איבעראל בכדי צו האבן א אנשטעל פון א שטעיטלע האט מען געברויכט האבן א הארדווער סטאר, א פארמאסי, א דר. אפיס א שיסטער, א שעינק, קאפי האז ועוד, ווי גרעסער דער שטעיטל איז געווארן אלס מער איז מעין סטריט געשטיגן, ווען עס האט זיך אנגעהויבן דו קאר עפאכע, האט עס מיט געברעינגט א נייע וועיג פון האנדלען, א שטייגער עס זענען ארויסגעוואקסן גרויסע געשעפטן, ווי פערגעמענט קרעיזי עטי עלעקזענדער'ס ועוד, ווער עס געדעינקט נאך בכלל, ווייל מען האט נישט געמיזט מער מאכען א שטאל פאר דעים פערד, מען איז געפארן שאפינג מיטן קאר, אדער א באן, מיט דו צייט זענען זיי פארוועקסלט געווארן מיט האם דיפא וואלמארט און לאה'ס, עס זענען ווי שווארמן ארויפגעוואקסן אויף סטראטעיגישע ערטער מאלל'ס, עס האט געוועינטלעך מיט וויפיל קאר'ן פארן אריבער, וואדבערי קאמאן, פאלעסעיד'ס מאל, למעשה זענען געבליבן עטליכע קלענערע געוועלבער, וואס האבן באקימען א צינאמען מאם ענד פאפ שאפ'ס, לכאורה פארן עלטערן מאן וואס האט נישט געהאט קיין געדילד צו גיין קריכן און א מאלל, אדער אויב איינער האט געברויכט וויכטיג עפעס א אייטעם למשל א שיך אדער א קלייד, אדער א געוועלב וואס פארקויפט מציאות פאר אינטער א טאלער, דו זענען געבליבן און געשעפט, אבער א טיב טוב וואס פארקויפט הארדווער, א לאמבער יארד, איז בטול געווארן מיטן אויפקים פון דו מעס טשעין סטאר'ס א שטייגער ווי טרעידינג פאסט ועוד, וואס זענען אויך בטול גאווארן דורך גרעסערע פון זיי וואס האבן זיי איינגעשלינגען.

ווען איך בין געפארן און קאנטרי למשל האב איך אלס געקיקט מיט פאראכט אויפ דו גרויסע סטארס, אז זיי האבן איינגעשלינגען דו קליינע, ולא נודע כי באו על קרבנה, עס איז קיינעם נישט אנגעגאנגען, דו גרויסע האבן געמאכט געלט, ביז עס זענען אפיר געקימען גרעסערע און איינגעשלינגען דו קלענערע, און דו ארבייטער האבן געברויכט גיין ארבייטן פארן אנדערן געשעפט, מאלל'ס האבן געבומט, חסידים האבן עס געבויט, אלעס איז געפארן ווי א שווייצע באן, ביז.

אמעריקע אנליין, א קאמפאני וואס נאר דו עלטערע צווישן דו זשען עקס געדעינקען האט אנגעהויבן א שטארקע מהפיכה, דו קאמפיוטער האט זיך צינעזאמען געטשעפעט מיטן טעלעפן ווייער, און באשאפן א נעטווארק, צים פארדאנקען שמיציגע קעפ האבן עס דו המון עם אויפגעכאפט, דערנאך מיט געלויף און פארלאנג פאר שנעלערע סערוויס, האט דו טעלעפאן נעטווארקס אנגעהויבן לאזן קריכן דעיטע אויפ זייערע ווייערס, און דו ביזנעס וועלט האט אנגעהויבן מאכן ניצן דערפין, דו וואס האבן זיך באצייטנס געכאפט, האבן אינוועסטירט אינעם דבר שלא בא לעולם, און עס האט זיך אויסגעצאלט, א שטייגער ווי עמעזאן, גוגל, דו וואס האבן נאר געצילט אויף אימעיל, זענען ארויס געפלויגן אזוי שנעל ווי בלעקבערי, און יאהו, אפילו ווערייזאן האט זיך געזעצט שבעה אויפ זייערע ווייערס און אריבער ווייערלעס, כאטשיג מיר זעיען נאך ווייערס, איז זייער עיקר פאקעס אויפ ווייערלער, נעטפליקס מיט האָלאָ בָּומען, און דו צייט וואס בלאקבאסטער איז אינדער ערד, בארן'ס ענד נאבעל איז געווארן א גל של עצמות יבשות, אמאל פלעיגט זיין שארפ רעדזשיסטערס, היינט מיט קאמפיוטערס איז אלעס פארביי, מען ניצט נישט קיין אלט מאדישע מאשינדלעך נאר אין אזעלכע געשעפטן וואס ווילן נישט מען זאל וויסען וויפיל זיי פארדינען ווייל ער ברויך מעדיקעיד.

אבער וואס איז מיר אביסל אינטערעסאנט איז אז מיט דעים אלעם כאטשיג עס פעילט נישט אויס קיין בעינק מער, איז נאך אלס דא א איבער פלוס פון נייע בעינק, איך מיט טשעיס פארשטייען זיך על פי רוב דורך'ן קאמפיוטער, איין ווינק און מיינע בילס זענען באצאלט, א מאך מיט דו האנט און אלע טשעקס זענען דעפאזיטעד, ממש אז איך האב כמעט נישט בארטויטן קיין שוועל פון קיין באנק פאר יארן, איז הלמאי עפענען זיך נאך אלס בעינק אן קיין שיעור, ווער באצאלט דערפאר, זיי נעמען זיך דו שענסטע לאקאציא'ס אויפ דרייצען, צו סערווירן אלע בארא פארקער אנדער קאווער עשירים, וואס קימען בעיטן א טובה אז דער מענעדשער זאל האלטן דעים טשעק ביז ער קימט אריין פאר עלעווע, און דאן ווען ער וועט שוין דארט זיין, וועט ער אליין קענען צוזעין דעים פראצעס ווי דער טשעק קראכט, ער ווייס נאך נישט אז ער מיז בכלל נישט דארט זיין ווען ס'קראכט, פארדעים ברויך מען א שיינע לאקאל.

דעיס איז נאר בדרך אגב, וואס מיין פינקט איז, אז היינט איז א צייט וואס יעדען לאפען טאטער מיט זיין טאטערקע, האבן טעלעפאנען וואס זענען קליג, און יעדער ווייסט פון עמעזאן.קאם, קיינער קויפט נישט גארנישט איידער ער באקיקט דארט צי מען קען עס האבן פאר א צענט בילכיגער, על כן ווי אזוי קענען דו ריטעילערס מאכן געלט, מען גייט צי טויזאר אס מען סקענט דעים טוי, און איידער דער סעילעס מאן קען ענטפערן אייער פראגע, איז עס שוין אינדערהיים דורך עפעס א וועפסייט, דער יאָקל וואס שטייט און סטאר ענפערט נאך אזוי שיין, ער ווינדערט זיך פארוואס נאכן זיך אפגעיבן מיטן קונדט פיפצן מיניט, זאגט אים דו יענטע אז זי קימט ציריק און אפאר מיניט מיטן שוויגער, און ווערט נעלם, ווי אזוי האלטן עס דו ריטעילערס אויס, אזא סטאר וואס פארקויפט נישט קיין היימישע פראדוקטן ווי למשל פיצא, אדער חסידיע אינטערוועש, אדער קוטשמס, אדער פעפעטע הויזן, ביבר היטן, קען מען מער נישט פארקויפן און א סטאר, עס קאסט דאך ביטערלעך טייער אויפצוהאלטן מענטשען רענט און גוים צי דערליווערן, מען בעיט נאך א דיסקאנט אן קיין בושה, ווען מען ווייסט וועין אז דער מוכר בליטיגט אויס צים טויט וואלט מען עס נישט געטיען, אבער מען קען זיך נישט איינהאלטן,

דו לעצטע איבערגעבליבענע געשעפטן, זענען עסן געשעפטן, מיט גראסערי'ס, ביי דו גוים און מענהעטן איז א פרעס געשעפט א גרויס ארטיקל, מען לייזט שיין על פי רוב, גראסעריס כמעט נישט ווייל עס זענען דא גרויסע טשעין סטארס, און דו נייע עסן אויפן טראק, וואס מען קויפט אויפן קאמפיוטער, פרעש דירעקט דרייען זיך ווי שווערמן ארים גאנץ נו יארק, בלייבן מיר איבער מיט וואן סטאפ קאשער, וואס א לייטיש מייזל בויקאטירט אים שוין, אדער הצלחה וואס גיבט כל אשר לו צין לענדלאר, ני בלייבן מיר איבער מיט אפאר לוזערס וואס קענען נישט ציילן ביז דריי, און זיי פארשטייען נישט אז ווען מען מאכט סעילס פון טויעזנט דולר האט מען מאקסימום פארדינט נאר פיפציג דולר און פאר דעים פיפציגער ברויך ער זיך איינשטעלן דאס לעיבן מיט שמואל דער גראבער, איך זעי באמת נישט מער קיין פיוטשער פאר ריטעלערס, און מיט דעים מיין איך דו גרויסע טשעין'ס א שטייגער ווי אלע מאלל'ס מיט וואל מארט און פארמעסי'ס, בעינק, אלעס דערלייגט נישט קיין חיליק וואס מען וועט מיר איינרעדן, מאכען געלט איז נאר דו וואס פארקויפן ספעציעלע זאכן פאר א געוויסע קאמיוניטי, אזוי ווי קליידינג פאר אידישע קינדער, פרעס געשעפטן ביי גוים, שעינק הייזער, ספרים געשעפטן, אויב זיי פארקויפן טויס מיט לעידערנע סידורים, און אויב וויל מען א ספר ברויך מען עס באשטעלן, אויב האט ער ספרים אויפן פלאץ דאן דערלייגט ער שוין.

ביז נישט לאנג ציריק האבן זיך מענטשען ארויפ געכאפט אויפן וועב וואגען, מען האט אפילו מצליח געוועין, מען האט ג'עפענט א וועפ סייט מען האט באצאלט צעין אלפים פאר א דעזיינער, און אלעס איז געפארן, יעדע זאך וואס מען קען פארקויפן און א באקס האבן אידעלעך פארקויפט, אלעס ביז עמעזאן.קאם האט גענימען אינסטאלירן עפפס אויפ אינזערע ווייבער'ס טעלעפאנען מיט איי פעדלעך, אלל אווער פאר רוב וועפ סייץ, מען קען נישט קאמפיטן מיט זיי, זיי שיקן א פריזשידער וואס קאסט הינדער פיפציג דולר צו שיפן פאר פרי שיפינג, ווער קען מיט דעים קאמפיטן, ני לעץ דזשוין דעם, מען הייבט אן ווערן א סעללער פאר עמעזאן, עס פאָרן ארדערס לעיבעדיג, מען קויפט שוין מפטיר יונה, מיט א לעקסעס, ביז איינמאל לאזט איין אים מענשט א שלעכט ווארט, פאר גארנישט בלויז ווייל זיין גיסטע איז נישט ווי ס'געהער צו זיין, און עס העלפט נישט קיין תשובה, מען ווערט אויס קאפעליטש מאכער און א העירע פייען, מען קען שפייען בליט, געיבן פאר רב מאיר בעל הנס, מען קען מער ווי גם זו לטובה נישט זאגן, סך הכל עס איז ביג מעס.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר