מענטשלעכע קאמפיוטערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 682 מאל

מענטשלעכע קאמפיוטערס

שליחה דורך סופר ומונה »

דער זוך-ריז גוגל האט היינט געפייערט דעם געבוירן-טאג פון שאקונטאלא דעווי, אן אינדיאנישער פרוי וועלכע האט געקענט דורכפירן אין איר קאפ אומגלויבלעך-קאמפליצירטע חשבונות. זי האט אין סעקונדעס געקענט געבן דעם ענטפער אויף אסטראנאמישע מאטעמאטישע חשבונות.

אין דעם 'גינעס בוך פון וועלט רעקארדס' ווערט דערמאנט אז אין 1980 איז זי ביי א דעמאנסטראציע געפרעגט געווארן אויף דעם ענטפער פאר 7,686,369,774,870 × 2,465,099,745,779. אין בלויז 28 סעקונדעס האט זי ריכטיק געענטפערט 18,947,668,177,995,426,462,773,730.

אין געוויסע פעלער האט זי זיך פארמאסטן מיט א קאמפיוטער, קענענדיק צוקומען צו אן ענטפער נאך שנעלער ווי דעם קאמפיוטער.

בילד
--
ביי א 'טעד'-רעדע אין 2009 האט דער מאטעמאטיקער ארטור בענדזשאמין געוויזן ענלעכע קונצן, רעכנענדיק גאר גרויסע ציפערן אין זיין מוח.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=M4vqr3_ROIk[/youtube]
רעאגיר