בלאט 1 פון 1

ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:26 am
דורך רויטע וואנצעס
אין די סעריע פון פאזעטיווע אשכולות: (קרעדיט: [tag]שמעקעדיג[/tag])

איך האב שוין געשריבן אויף אנדערע פלאץ (viewtopic.php?p=157153#p157153) אז אנשטאט בלאבלען און בלאבלען איבער אונזער אידישע פראבלעמען, איז דא יחידים אדער ארגענעזאציעס וואס טוען צו די זאך. די אלע באבלערייען איז זייער גוט, אבער ווערטלאז למעשה. איך וויל מיט דעם אשכול ברענגן אויפמערקזאמקייט צו די וואס טוען למעשה, ווייל דאס איז די איינציגע עצה פאר די אלע פראבלעמען. מיינע ווערטער דא זענען אויך בעצם געבלאבעלט, אבער די ציל איז אז די עושה לשמה זאלן באקומען אנערקענוג און סופארט.