בלאט 1 פון 1

אוי חנוכה

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 4:04 pm
דורך פרישער
עס איז שוין חודש כסליו, איך גיי אין גראסעריי און מען זעיט שוין דעים חנוכה אויסלאגע, יעדעס מאל ווען עס באווייזן זיך דו דאנאטן אויפ דו פאליצעס, גיבט עס מיר א ציפ, ווער ווייסט און ווער פארשטייט אז איך ברויך עס האבן, פאר וואס אזוי פרי, ווער האט נישט וואס צו טיען מיט דו צייט אזש אז איין טאג און חודש און מען פארקויפט שוין דאנאטן פאר ביליג, עס איז נישט נארמאל ווי אזוי ראבאטיש מיר זענען, צו ווייסן זיי נישט אז עס איז נאך דא עטליכע געהויבענע חגאים פאר חנוכה, קודם איז נאך דא י"ט כסליו, דעיס איז דאך ראש השנה פאר חסידות לעבאוויטש, דאן כ"א כסליו, דאן איז דאך געלייגט געווארן דער גרינדשטיין פאר דו גרעסטע חסידות און דו וועלט, און מען פארקויפט מיר שוין אויל פאר מיין מנורה.

בכלל אז מען רעדט שוין פון אויל פאר מיין מנורה, פארוואס אויב איך האב פיר אינגלעך און פיר מיידלעך מיז איך קויפן ביי יעדעס קינד אויל וואס זאל קלעקן פאר מיין גאנצע משפחה, פאר אכט טעיג יום טוב, פאר וואס מיז מיין קינד פון פינף יאר ווערן א אויל סעילעסמאן פארן חדר, אויך א זאמלער, און אוועק געיבן זיין גאנצע חנוכה געלט וואס ער זעקלט, פארן מוסד כדי ער זאל אריין גיין און א גורל אויף א פארקער פען, דעיס איז דאך נישט אויסגעהאלן מיט דו לעיבער דעפארטמענט,

איך האלט אז דעיס וואס מען ברעינגט מיר א צעטל פינם מלמד אז דו מוסד האט זיך אריין געלאזט און דו אויל מארקעט, און איך זאל זיי צו העלפן און זייער געשעפט, איז נאר א שפיצעל אז איך זאל זיך דערמאנען, אז היות ער לערנט אויס מיין זין פין פינף יאר דו קשיא פון בית יוסף על כן זאל איך אים אריין ריקן עפעס אפאר גילדן, אקעי איך נאב געכאפט דעים רמז, אבער וואס זאל איך טיען אז כ"א כסליו לקח את הכל, זיי לאזן מיר נישט איבער קיין פעני.

אויך איז דא נאך עטליכע צוועקן וואס רויבן אויס כל אשר לי, נעמלעך אז תולדות אהרן'ער רבי מאכט חתונה און עס זענען געוועין פילע פליגערס מיט ישראלים, און אז זיי זענען שוין יא דא ממילא, פארוואס נישט מאכן עטליכע רינגלעך אויך איינעמען פאר שפעיזן, עס איז דאך ממש א שאד איבער לאזען עפעס פאר דו אמעריקאנער אנגעפאשעטע בירגער, און א צייט וואס מיר ישראלים זענען דאך דו וואס זענען זיך מוסר נפש, מיר זענען נישט כורע לבעל, מיר נעמען נישט קיין געלט פון דו מדינה חתונה צו מאכן דו צאצאים.

עפעס א חזקה האבן דו מוסדות געמאכט, אז זיי לאזן ארויס דו קינדער אויפן יארכה, זיי קימען יעדער מיטן קרן מרבה חכמה ביך, קען מיר איינער זאגן ווי דאס געלט גייט, זיי זאמלען שוין יארן פארן קרן, אלע קינדער אויב וויל מען גיין אויף א טריפ, מיטן שעיפער שיף אריבער דעים איסט ריווער, דאן מיז מען ברעינגען געלט, און דו חדר וואס ברעינגט אריין דאס מערסטע, דו חדר גייט פארן מיטן שיף, אלזא ווי איז דאס געלט, וואס טיען זיי דערמיט, א מלמד זאגט מיר אז דעיס גייט פאר מתנות פארן קינד, וועלכע מתנה רעדן זיי פון, אה אפשר פינעם ספר רחמי האב וואס מיין זין ברעינגט אהיים וואס ער געווינט אויף א גורל אויב ער גייט זיך פארהערן גאנץ ש"ס מיט תוספות, איך זעי נישט קיין שום שפע מיט מתנות, ווען מיר גייען צי אבות ובנים יעדן מוצש"ק געווינען מיר כסדר, עס איז דא א אויסלייג פון צוואנציג דרייסיג מתנות יעדע וואך, און זיי האבן נישט קיין קרן, זיי האבן לייטזעיליגע נדבנים אן קיין פראבלעים, איך קלער אז דו קרן גייט אריין אלס באנוס אינעם באדזעט, אדער אין אנדערע ביזעם קעשענעס, אבי עס קימט אן אין אידישע הענט, איך האף אז כאטש מיין זינ'ס מלמד, נעמט אראף א חומש, איידער ער גיבט עס איבער פארן מנהל,

צים ענין, חנוכה איז מיר עפעס נישט אזוי צים הארצען, עס איז מיר נאר א עקספענס, און עס גיבט מיר נישט קיין שום הנאה גשמי, און עס איז נישט יושר, הלל מיז איך זאגן דו גאנצע, ווייל דו זאמלער זאלן האבן געניג און נאך צייט, נישט אויסלאזן קיינעם נישט, איך מיז גיין ארבייטן געהעריג, איך מיז מיך ציבינדען צים מנורה פאר א האלבע שעה, איך מעיג נישט אפילו אראפ נעמען קיין אויג, ווייל מיין זין האט מען אויסגעלערנט אז עס איז דארט באהאלטן דו ליכטיקייט פון ששת ימי המעשה, איך בין אלע מאל הינגעריג, עס שמעקן מיר אריין דו לאטקעס און מיין נאז, אבער איך מעיג נאר עסען א סעודות עראי, מיינע קינדער האבן געקויפט א טיימר וואס נר מצוה האט ציגעשטעלט, און איך מיז בלייבן ביים מנורה ביז עס פייפט, און זיי שטעלן עס ערשט אן ביי מעוז ציר, יושב בסתר פלעיג איך איבער היפן, פשוט ווייל איך פלעיג זיך פארמישן ביים זעקסטען מאל, און מיין געוויסן האט מיר געזאגט אז אויב זאגט מען עס אכט מאל שאדט עס, אבער מיין זין האט באשטעלט ביי נר מצוה א יושב בסתר ציילער, מיז איך שוין זאגן.

ני שנעלער, באבי מאכט א פארטי, הייבט זיך אן א מלחמה מיט דו מיידלעך, אבער דו אינגלעך לאזן נישט נאך, איך קיק בכלל נישט ארויס אויפן פארטי, איך זעקל נישט ממילא, אלע מיינע נעפיוס און ניסעס ברויך איך געיבן חנוכה געלט, און דעיס איז שוין חוץ וואס איך מיז זיך משתתף זיין מיט זייערע צוועקן, דארט העלפט נישט קיין אין לי, אויך אז איך האב שוין געקויפט דעים ראפעל העלפט אויך נישט, יעדעס יאר שפילט זיך איבער דו זעלבע געים, פינקט אינמיטן דו פארטי, און פליצלינג באווייזט זיך א פרייז וואס מען האט געקויפט פאר דו שוויגער, זי האט זיך בכלל נישט געראכטן דערויף, זי פארגעסט אז שוין פיפצן צוואנציג יאר שפילט מען דו זעלבע שפיל, אבער אלע מאל פרייט זו זיך, און באדאנקט זיך ווי זי איז נאך און שאק פונעם פרעזענט, ווי אזוי האט מען אזוי געקענט אויסבאהאלטן פון איר, אלע מאל בלייבט יעדער מיר שילדיג דאס געלט, יעדער פארגעסט מיר צי צאלן, אפילו איך נעם זיך פאר עס מער נישט אויסצולייגן, קען זיך מיין ווייב נישט גובר זיין, און מען קויפט איר אינטער מיט א חניפה'לע, אז זי האט א זעלטענע טעיסט.

כאטש ביי מיין שווער איז דו תורה געזאגעכץ נישט קיין גרויס ארטיקל, קיינעם שטערט נישט דארט דעיס וואס ר' תנחים האט אנגעמאכט מיט וואס ער האט פינקט גענעינט צוויי מאמרים, אבער דאך רעיגט ער זיך אלע מאל, פארוואס מיר זיצען אלע צינעזאם, יעדער איינער מיט זיין סעלפאן, דא דארט לאכט איינער פון א וויץ, דא איז איינער פארטיפט און א שמיעס אוין טאן צעין, וועיגן וואס מען מיז עסן אריזאנע ווייץ, איינער איז נאך אויפגערעיגט וועיגן דעים ארמארי, איין איידעם וואס גלייכט פאליטיק, האקט נאך אויף בּאָש, ער קען אים נאך נישט מוחל זיין פארוואס ער האט אריין געשלעפט אמעריקע אין דו מלחמה מיט סאדאם, קיין נארמאל ווארט אינטערעסאנט איז דארט נישט דא, נאר לאטקעס מאכט מיין שוויגער מורה'דיג, דאנאטען אירע ברויך נאך א תיקון, ווייל איך גלייך נאר דו ראציגע, נישט מיט פערזשעך.

א טאג דערוף איז דא א פארטי ביין מיין טאטע, קודם מאכט מיך מיין ווייב גליקלעך אז זו קימט בכלל, מיר זיצען שוין דארט, האב איך כאטש גיטע פאטעיטא קיגל, אבער דארטן איז מען געפערלעך פארפלאגט מיטן קשיא פון דו בית יוסף, דו קשיא פרעסט פון מיין טאטען שטיקער, פארוואס האט מען געמאכט אכט טעיג יום טוב, איך פראביר מסביר זיין, אז דעיס איז ספעציעל וואס שנארערס האבן מוסף געוועין מדעתם, און א בת קול האט אזוי געפאסקענט להלכה, מיין טאטע שיסט מיר שיער נישט אויס דו ציין, ווען איך זאג אים אז איך וואלט געמאכט 9 טעיג יום טוב, ווייל איך זעקל עפעס אויסער געוועינטלעך, מיין ברידער האט א גאנצע פשעטל פארוואס דו מחלוקה פון בית שמאי און בית הילל וויפיל ליכט מען צינט אן דעים ערשטן טאג, ווענט זיך און דו מחלוקה פון יוסף הצדיק מיט דו שבטים, צו זיי זענען בני נח אדער בני ישראל, איך פראביר אים צו פארשטיין, איך בין מוסף אז מיט זיין פשעטל איז אויך פארענטפערט, קשית בית יוסף, ער הרג'ט מיך ווייל דעיס איז געוועין זיין שפיץ, און איך האב עס ארויסגשווינדעלט אזוי ווי יעקב מיט דו בכורה.

יעדע אייניקל וואס איז שוין ארויס מכלל נפל, זינגט אוי חנוכה אוי חנוכה, יעדער מיז זאגן ווי זיס זיי זענען, איינע א גראטענע קען אפילו אוי לאטקעלע האפ, אבער נאר אויב מען זאגט איר אינטער, עס זעיט אויס ווי מיין בעל קורא, יעדער שרייט אריין, און מיין שוועסטער שעלט אז קיינער זאל נישט אינטערזאגן ווייל זי קען עס, איך וויל אריין זינגען, אבער זי זאגט אז דעיס איז א חנוכה פארטי, נישט דו בת מצוה, פאר א גיט יאר קען נישט קיינער אויפקימען מיט א נארמאלען קינדישן זמר, וואס איז דאס מיטן לאטקעלע וואס טאנצט אין טעפ, פאר וואס ברויכען מיר לערנען אינזערע קינדער אז מיר שמיסן מיט לאטקעס, מיר ווארענען דו לאטקע בשעתן פרעיגלען אז עס זאך זיך אפ פרעיגלען זייער זייער שיין, שרייט דו לאטקע מיט דו לעצטע כוחות פאר וואס, ווייל איך וויל דו זאלסט זיין שיין איבעת אימא פיין ואידך גיסא מיין, אה זאגט דו לאטקע, פארוואס זאגסטע נישט, איצט קען איך בריען מיט א ריאיגען געוויסן.