אם בארזים נפלו שלהבת....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

אם בארזים נפלו שלהבת....

שליחה דורך שמעקעדיג »

די פארשוואונדענע ניקס אשכול איז שוין צו בארינג און נישטיג אויסצושרייען מיין ווייטאג.

מאכנדיג א חשבון הנפש, זעען מיר אז די לעצטע פאר חדשים האבן מיר פארלוירן די סאמע שענסטע און בעסטע שרייבערס, מסלתה ומשמנה פון אונזער שטיבל. און מיר דארפן זיך בארעכענען, בשל מי הרעה הזאת. און וואס קענען מיר טון זיי צוריקצוברענגען.

[tag]יידל[/tag] איז כמעט נישט געפינען. און וואו איז [tag]קופערניקוס[/tag] אונז צו שאפן א שמייכל? [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] פלעגט אונז וועכנטליך מחי' זיין, ועתה אהה! האט געשריבן א מחי', שיינע מליצות צוזאמענגעווארפן, און מיר זענען געבליבן שטיקן אינעם ברויזענדן ים אנעם געניטן קאפיטאן. [tag]מאראנצןזאפט[/tag] איז אוועק פאר א קורצע וויילע אבער ער האט גענצליך פארגעסן צוריקצוקומען. [tag]חכם באשי[/tag] האט אויסגעזעהן זייער פראמיסינג, אבער כאשר בא כן הלך ועקבותיו לא נודעו. [tag]קאווע טרינקער[/tag] פלעגט אמאל צאמזויפן קאווע און מחבר געווען יואל בדוי'ס און תולדות פון צדיקים און געשריבן שיינע ארטיקלען, אבער לעצטנס גיט ער פון צייט צו צייט א זיפ דא און דארט און פוצט תיכף ארויס, נישט קיין ערנסטע חידושים. [tag]משה געציל[/tag] וואס פלעגט מחבר זיין חיבורים מחוכמים טוט אונז סתם אזוי איגנארירן. [tag]זר זהב[/tag], אונזער #1 ניק האט פילייכט פארלוירן זיין אינטערנעט קאנעקשאן אדער האט מען אים געקידנעפט. עס קען נישט זיין ער האט זיך סתם אזוי געזעגנט פון אונז אן א צאתכם לשלום! און ווי קען מען פארגעסן פון דעם טאפ אויספלאצער [tag]יואב[/tag] וועלכער איז ממש אונטערגעגאנגען פון איין טאג אויפן צווייטן?

די ליסטע איז נאך א לאנגע, סיי וועמען איך האב דא אויסגערעכנט און סיי וועם נישט, ווילן מיר בעטן בכל לשון של בקשה ותחנונים, חזור בך! קומטס צוריק און דראגט אייך אן מיט די אדיקטישע קאווע און לאזט אונז מהנה זיין, א שאד אז אייערע טאלאנטן זאלן באגראבן ווערן! אויב וועט איר נישט קומען מיט גוטן וועלן מיר רופן צימערמאן און אלטר משה און מיט מיקראפאנס ענק לעכערן די אויערן ביז איר וועט באוויליגן און צוהערן אונזערע בקשות.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר