א רואיג ווינקל פאר כופרים...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

א רואיג ווינקל פאר כופרים...

שליחה דורך ונבנתה העיר »

געקומען זענען זיי אין אלע שעות, אין לאנגע שורות זענען זיי געשטאנען, יונג און אלט פון אלע סטאנציעס און שאו'ס, די שאלות זענען אבער געווען די זעלבע, ווי צו 'סאלאמאן דע ווייז' האבן זיך זייערע מיילער צוגעריקט צו מיין אויער; וואלט איהר באוויליגט ר' ונבנתה, אנטשולדיגט ר' ונבנתה, איהר האט דאך עפעס אפגעשריבן א טויזנט תגובות אין קאווע שטיבל, וואס האט איהר צו זאגן? וואס איז אייער מעסעדזש פאר אונזערע\אייערע כ'ווייס וואס?

האביך זיי אלע אריינגערופען צו מיר אין שטוב, נאכ'ן זיך באקוועם מאכן הייב איך אהן: לאמיך אייך איבערגעבן מיינס אן אבזערוואציע; האט איהר אמאל באטראכט די פיהלע יחידים וואס שטעלן צוזאם קאווע שטיבל? האט איהר אמאל באמערקט אז איהרע חברים באשטייען פון סאטמאר'ער, באבוב'ער, ליובאוויטש'ער, פאפא'ער, מתנגדים, ספרדים, סליפקין'ער, רב הראשי דבריטניה'ער, סלונים'ער, ניקלשבורג'ער, מיללער'ער, סלאנים'ער, בעלזא'ער, משפיעים'ער, ברסלב'ער ועוד ועוד.

יעצט שטעלט זיך די פראגע וואס ברענגט זיי אלע צוזאמען לפונדק אחד? כ'מיין דערווייל האבן ר' מאטל זילבער און דער פריים מיניסטער פון אוגאנדא נאכנישט געבויעט א סייט צוזאמען, עס מוז דאך עפעס זיין א צד השוה ביי די אלע, עפעס האבן זיי א קאמאן נקודה וואס פאראייניגט זיי?

פון אלע ווינקלען שאקעלט מען מיט'ן קאפ, יא, ער פרעגט דאך גוט, און ווילאנג זייערע אויגן פאלגן נאך מיינע לעפצן ווי היפנאזירט הייב איך אהן אזוי:

איך וועל אייך זאגן, און דא ציה איך ארויף די שטימע צו א דראמאטישן טאן פאר מאקסימום אימפאקט, די צד השוה צווישן די אלע איז אז זיי זענען אלע כופרים!...

כופרים?! יא, גוט געהערט; כופרים!

די גמ' זאגט כל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי, וויסן זאלט איהר אז רוב פון די מענטשהייט דרייעט זיך ארום מיט קליינע געטשקעלעך אין טאש, איין געטשקע הייסט סיסטעם, איינע הייסט שווער\שוויגער, איין געטשקע רופט זיך איך-האב-נישט-קיין-געדולד-צו-טראכטן, געוויסע מאדעלס געטשקעס הייסן שכן\שכנה, לאמיך-טוהן-היינט-ווייל-כ'האב-געטוהן-נעכטן, און זיי קומען אין אלע מאדעלס און סייזעס.

איהר וועט עס נישט גלייבן, אבער רוב מענטשן האבן קיינמאהל אין לעבן נאכנישט געטראכט פון א בורא פון די בריאה; ווער איז ער, וואס איז ער, וואס וויל ער פון מיר, ווען זיי דארפן עפעס טוהן כאפן זיי שנעל די רעלעוואנטע געטשקע און געבן זיך א שנעלן ביק, איינער שרייעט אויס 'בעלי בעלי', א צווייטער קרעכצט 'שכנתי שכנתי', מען טוהט אפ די צערעמאניע, און נעקסט - וועלכע געטשקע קומט יעצט, אויף דעם וועלן זיי זיך מוסר נפש זיין, אוועקגעבן די לעצטע פרוטה און דאס געזונט, רודפ'ען די ווייב און קינדער – ויתגודדו כמשפטם בחרבות וברמחים עד שפך דם עליהם.

האבן זיך ארויסגעשטעלט געוויסע אידן - אחד הי' אברהם, אנשים אשר רוח בהם, און געזאגט מיר זענען אידן! מיר זענען כופר אין עבודה זרה, מיר ווילן וויסן פון א בורא, מיר ווילן האבן א קשר מיט זיינע מצוות, מיר ווילן אריינעמען זיינע הדרכות, אט די אידן, די פליישיגע אידן, אויך אידן, טאקע אידן, זיי זענען די שרידים אשר ה' קורא וואס טראכטן נאך אמאל פון א באשעפער.

אט דאס איז די בריח התיכון וואס איז זיי מאחד – פיהר איך אויס מיט פאטאס – עליהם אמר הכתוב בעסער אונזערע כופרים ווי שיטה'ס יושבים...

ווי זאגט מען נאך, ביים גירוש נוי יארק האט מען עס געזעהן בחוש, די אלע וואס האבן געטוהן ווייל כ'האב נישט קיין געדולד צו טראכטן, ווייל דער שכן טוהט, ווייל די פארטיי טוהט וכו', די האבן זיך נישט געהאלטן – זיי זענען געפאלן ווי די פליגן, אויב עבודה זרה'ס איז שוין דא בעסערע, געהאלטן האבן זיך נאר די עטליכע אידן כופרים בע"ז וואס האבן צוגעלייגט אביסל קאפ און הארץ צו זייער אידישקייט.

--------------------

זיצט דער אייבערשטער ארומגענומען מיט סאנטא'ס און דער שמש שרייעט אויס: נעקסט! ונבנתה האט אפגעשריבן טויזנט תגובות, לאמיר זעהן וואס דארטן טוהט זיך.

דער שמש מישט און נישטערט, פלוצלינג רופט ער אויס בשמחה: יא! ער איז א היימישער, א כופר!

אם יש עליו מלאך מליץ אחד מיני אל"ף, ויחוננו ויאמר: פדעהו מרדת שחת, מצאתי כופר!

והקב"ה מה הוא אומר? הדין דידי!...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ונבנתה העיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר