מאכלי שבת ליסט לפי סדר האותיות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

מאכלי שבת ליסט לפי סדר האותיות

שליחה דורך sefish »

זיצענדיג ביים שבת טיש ביידע סעודות זענען מיר דורכגעגאנגען אלע מאכלים וואס זענען דורך אויפן טיש אריין אין די מיילער און פון דארט ווייטער. מיר האבן געטראפן מאכלים פאר יעדן אות פון די כ"ב אותיות האט מיין בחור'ל געזאגט איך זאל עס אראפשרייבן למען ידעו דורותיכם כי בשבת הפרסתי. א שיינע ליסט צו נעמען ווען מ'גייט שאפינג לכ' שבת. יעדער קען צולייגן צום ליסט.

א' ~ אייער/אליוו-איילבירטן דיפ

ב' ~ בילקעלעך/באבאגנוש-דיפ/ביר

ג' ~ גרעיפ-דזשוס/גאלא

ד' ~ דילל-דיפ/דיפס בכללליות

ה' ~ האט-פעפער-דיפ

ו' ~ וויין/ווייהט-פיש

ז' ~ זופ/זויערע-פיקל

ח' ~ חלות/חריף

ט' ~ טשולענט/טאמעטא-דיפ/טשיק-פיעס

י' ~ יאפטשיק/ירושלים-קוגל

כ' ~ כריין

ל' ~ לאקשן/לעבער/לימא-בונדלעך

מ' ~ מעיל-קוגל/מייערן

נ' ~ נאשעריי

ס' ~ סעלמאן-פיש/סאדע

ע' ~ עגג-סאלאד/עגגפלענט-דיפ

פ' ~ פיש/פלייש/פערפעל/פאטעטא-קוגל/פצעי/פרוכט

צ' ~ צוויבל/צוויבל-קוגל/צימעס (אוי ווער קלאפט דארט ביים טיר? אה, זלמן זאפיר? נו רופעם אריין. ס'דא גענוג)

ק' ~ קניידעל/קוגלען/קאולסלא/קאמפאוט

ר' ~ רעטעך

יעצט בענטשט מען און מ'גייט צום רבי'נס טיש און מ'כאפט

ש' ~ שיריים

און מהערט אויס די

ת' ~ תורה

גוט טשאנבעס גוט טשאנבעס
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר