קאשמארן אין לעבן.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאשמארן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

קאשמארן אין לעבן.

שליחה דורך קאשמארן »

שלום עליכם חשובע ליינער און שרייבער. ווען כ'בין דורכגעגאנגען היינט צופרי אין אלט וויליאמסבורג אויף דיוויזשען נאך א צייט אפשניט פון א צוויי יאר איז מיר ארויפגעקומען צוריק די שרעק וואס ס'איז אויף מיר ארויפגעפאלען אזוי אומגעריכטעט אלץ בחור אין דערישע בית הכנסת אינעם בית הכבוד דארט אונטען וואו ס'איז אויך דא אפיסעס. איז מיר פייגעבאלן צו מאכן א ניק דא אין אייוועלט "קאשמארן" און פרעגן אנדערע וואס זיי זענען אמאל אריבער פלוצלינדיגע שרעקן ווען זיי זענען געשטאנען גאר אומבאהאלפן מיט ציטער און וויאזוי זיי האבן זיך ארויסגעזען. ס'הערט זיך מסתמא ווי נארישע עפיזאד אבער דאס שרעק? דער שרעק האט דערגרייכט עד לב השמים!! א שוידער נעמט מיר איבער ווען עס קומט מיר אריין די אומבאהאלפענקייט פון דאן. און די דמיונות וואס ס'וואלט געקענט פאסירן אויב ח"ו פונקט געשעט עפעס דאן. ווייל כ'בין געווען אין א תפיסה אן א גואל פאר גאנצע 8 שעה דארט אינעם דערישע בית הכסא שושן פורים ביינאכט, ס'איז געווען ארום 5 יאר צוריק. און דער רשע דער גוי קלינער האט פארגעסן צו קוקן צו איינער איז אונטן אין בית הכסא, דאס איז געווען ארום 10 ביינאכט איך בין געזיסן דארט מיט א קליינע וואלקמען ראדיא פארטון אין ספארטס, ווי איז דאס געאייגענסטע פלאץ פאר א בחור צו הערן ראדיא?... 12 אזייגער בערך וויל איך אהיימגיין אבער ווי ווען ווער... איך צו מיר אזוי ארויף די הויזן נישט וויסענדיג אז דא גיי איך נעכטיגן דעם נאכט!!! אין דעם קליינעם ד' על ד' הערמעטיש פארשלאסן. און קיינער אויף דער וועלט וועט נישט וויסן ווי איך בין. איך גיי ארויס וואש די הענט און גיי דעם האלוועי ביז צום טיר און ס'פארמאכט! ס'איז אזא שרעקעדיגע שטארקע אומרירבארע שלאס וואס געט ניטאמאל א מקום פארן דמיון צו טראכן אז מ'קען דאס אויפברעכן! איך האב געהאקט און געזעצט! איך האב זיכער געמאכט צו איך בין אויף, איך בין טאקע פארשפארט? איך האב געזעצט און געשריגן מיט באנימענע קולות אפשר איז איינער אויבן נאך אין ביהמ"ד. איך געדענק שוין נישט וואס דארט איז פארגעגאנגען קיינער האט זיך נישט אנגערופן און איך בין צוריק א רעזיגניטער אין טוילעט. נאך אפאר מינוט בין איך צוריק צום טיר און געהאקט און געבאכעט געשריגען און געשטויסן, אבער גארנישט זעט אויס אז יענע נאכט איז מען שוין געגאנגען שלאפן נאך זיך אויסצוניכטערן פונעם פורים. זאכן האבן אנגעהויבן אויסצוזען זייער שווארץ מיין מח האט אנגעהויבן צו רעזיגנירן צום פאקט אז איך בין אסור בבית הכבוד. די ערשטע זאך וואס האט מיר צורידערט געמאכט איז וואס גייען מיינע עלטערן טון? ס'האט אסאך גרינגער געמאכט אז ס'איז מוצאי פורים און זיי קענען קלערן אז איך האב גע'שיכור'ט און געבליבן ביי איינעם, און אזוי איז טאקע געווען זיי האבן טאקע געקלערט אז איךבין זיכער ביי א חבר געבליבן.

איך זיץ מיר צוריק אראפ אויף איינע פון מיינע נייע 5 בעטן (בתי כבוד, ס'איז דא דארט 5 שטיק) און איך קוק אויף מיין נייעם פריינד מיין קליינע ראדיא, ער זאגט מיר וויפיל אזייגער ס'איז און יא ער האט מיר אויך געזאגט צו מ'רעדט פון מיר אין די נייעס! ווייל אלע שרעקן וואס מ'קען זיך פארשטעלן זענען דורכגעשווימען אין מח. אינמיטן בין איך איינגעשלאפן אנגעלענט אויפן ווענטעל. איך האב געציטערט אז מיין בעטערי זאל מיר נישט אויסגיין! איך האב זיך דערוועקט יעדע האלבע שעה, אינמיטן בין איך דערציטערט געווארן וואס געשעט אויב א פייער ברעכט אויס? נישטא ווי צו לויפן!! ביזט פארשפארט און קיינער ווייסט נישט פון דיר! איך האב זייער געבוכה'ט, ס'איז מורא'דיג שרעקעדיג טראכט אריין. ביזט אליינס און דו ווייסט אז קיינער ווייסט נישט ווי דו ביזט! איך פארגעס צו שרייבן אז יעדע שטיק צייט וואס איך בין געווען אויף האב איך פריש געהאקט און געזעצט אפשר איז פונקט איינער אריינגעקומען אויבן און וועט מיר הערן. איך האב אויסגעהערט די נייעס פון ראדיא זען אויב איינער רעדט אויב מ'זוכט מיר איך האב געציטערט אז אפשר דרייט זיך איבער א שטאט!! אוי ווען איך האב ווען נאר א נארישע סעלפאן! דאן האבן נאך 18 יעריגע בחורים נישט געהאט סעלפאנס.

דא בין איך זיכער צוריק איינגעשלאפן... אן ענד אףף בין איך געווען אויף און געשלאפן אויף און געשלאפן. איך האב פרובירט אלע פאזיציעס זיך באקוועם צו מאכן צו קענען שלאפן די נאכט זאל שנעלער אריבער. איך גיי ענדיגן איך בין אויפגעשטאנען און געקוקט אויפן ראדיא און געזען 5:30 האב איך זיך אויפגעהויבן פרובירן נאכמאל צו האקן און זעצן אולי ירחם. אה שרייבענדיג יעצט ווערן מיינע אויגן נאס ווייל ס'איז געווען א קאשמאר גלייב מיר. איך הער ווי א טיש רוקט זיך און איינער שרייט עפעס איך האב געזעצט שטערקער אה אה איינער קומט אראפ ער פרעגט ווער איז ווער איז, איך זאג איך בין איינגעשפארט דא פון נעכטן ביינאכט. ווער איז דער מציל המושיע? איינער איז געקומען אזוי פרי לערנען אבער איז באמת געקומען פאר א אנדערע סיבה... ער שרייט צוריק אז ער גייט טרעפן ווי ער קען האבן א שליסל! און איך האב נאך אזא גוטע מינוט נישט געהאט. נאך 10 מינוט קומט ער צוריק און איך בין באפרייט. א וואוילער איד איז ער, ער הייסט וואגשאל פון לאנצעטע משפחה, איך קען נישט זיין ערשטע נאמען. ער שטייט פארוואונדערט איז אלעס אקעי? וויאזוי האסטע דא פארברענגט אזוי לאנג. איך האב אים נישט געוויסט וויאזוי צו באדאנקען און אהיימגעלאפן בארואיגן מיין מאמע וואס איז אויך נישט געשלאפן יענע נאכט.

אזא אומבאהאלפענקייט ארומגענומען מיט שוידער שרעק האב איך נאך קיינמאל נישט און האף וועל קיינמאל נישט האבן, אויף קיין שום איד, יש"כ פאר'ן אויסהערן און נישט מיר אויסלאכן.


וואס קענט איר פארציילן?
רעאגיר