פעטיציע קעגען די סדר פון שבת'דיגע מאכלים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

פעטיציע קעגען די סדר פון שבת'דיגע מאכלים

שליחה דורך טיטאניק »

מען זאגט נאך פון דער קרעטשניפער רבי ע"ה אז יעדע באנדעל פון די טשאלענט האט א מלאך, און מוצאי שבת קוידעש טוען אלע מלאכים זינגען שירה,
מיין הוספה איז "די מלאכים גייען אויך ארויס אין א קאדאשטקע טאנץ ביי די שירה"

יעדע וואך פון פריש, צו עסט מען ביים שוויגער, צו עסט מען אין שטוב, צו עסט מען אין האטעל, צו עסט מען ביי א שבע ברכות, נישט קיין חילוק, איבעראל זענען די מוצאי שבתדיגע יסורים די זעלבע
איך האב שוין פראבירט אלע סארטען רעצעפטען פון שטולענט, בונדלעך מיט קארטאפל, קארטאפעל אליין, בונדלעך אליין, בהמה פלייש, טשיקען פלייש, ווייניג ספייסעס, און להיפך, אבער די רעזאלטס זענען די זעלבע ווייעדיג און שמעקעדיג
א שרעק

איך בין קיין דאקטער נישט אבער "קישקאָ'סי" זאגט מיר אז עס שטאמט פון די פארריקטע סדר, מען לייגט זיך שלאפען פרייטאג צו נאכטס מיט א פולע טראק מיט עסען,
שבת צופרי פאסט מען ביז 12 דערנאך ריקט מען אריין הייסע קוגעל הערינג, און פארגעסט נישט! מען מאכט קידוש ווי א ראפשיצער חסיד אויף גטע שנאפס, און פון דארט קומט מען אהיים, און מען ווארפט אריין אגאנצע טראק מיט עסען,
און דערנאך זאלן זיי זיך נישט לאזען הערען און שמעקען??

איך וויל הערען וואס איר זאגט, אולי זאל מען מאכען א טויש, מען עסט פארן דאווענען לעבען מיט באנאנע,
נאכען דאווענען עסט מען טשיז קעיק מיט א גלעזל מילעך
די סעודה זאל זיין העכסנס א נארמיילע שטיקל סטעיק מיט לאקשן און שוין
ווער דארף די אלע דיפס? גאלע? לעבער (געמאלענע און שטיקלעך) אייער צוויבל, צוויבל קוגל, אויש טאטע זיסער איך ווער נאוישעס

העלפט מיר ארויס!!!!!!!!!!!!!!!

דער אשכול פארמאגט 69 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר