קונטרס "קאווע בלעטער" - ליקוט אשכולות מובחרים להדפסה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2270 מאל
קאנטאקט:

קונטרס "קאווע בלעטער" - ליקוט אשכולות מובחרים להדפסה

שליחה דורך פישלע העררינג »

[justify:tdu143ph]איך בין ניי דא אין קאווע שטיבל, און זיך באקענענדיג מיט'ן פלאץ האט מיך געכאפט וואספארא שלל פון שיינע שמועסן עס קומען דא פאר. פארשטייט זיך אז די שמועסן געשעהן נישט פון זיך אליינס, נאר דורך נדבת לבם הטוב פון די חשוב'ע ניקס וואס געבן אוועק צייט מהנה צו זיין די קוראים הנכבדים.

פארשטייט זיך, אז אשכול רודף אשכול, און עס איז נישטא קיין צייט דורכ'ן טאג צו לייענען אלעס וואס מען שרייבט דא. שבת, ווען עס איז יא דא אביסל מער צייט, קען מען דאך נישט קוקן קאווע שטיבל.

על כן, קמתי ועליתי, און כעמיר גורנה האב איך צאמגענומען מהני מילי מעליותא וואס מען האט דא געשריבן איבער די פארגאנגענע 2 וואכן, חצי טבת בערך, און זיי צאמגעלייגט אל פונדק אחד אויף א אופן וואס מען קען עס ארויסדרוקן און האבן שבת צו דער האנט.

איך ווייס אז טייל חומר איז נישט געמאכט צו ברענגן אין בית המדרש, אדער לאזן ארומליגן דארט ווי דער בחור'ל אדער ווייב קען לייגן אן אויג דערויף, אבער החכם עיניו בראשו און יעדער זאל פאר זיך טוהן ווי איהם טויגט.

א זייטיגע טובה וועט ארויסקומען האפענטליך פון דעם ליקוט, אז מאנכע קריטיקירער וועלן האבן די געלעגנהייט צו זעהן שחור על גבי לבן אז דא אין קאווע שטיבל ווערן געשריבן אינהאלטסרייכע מאמרים, הומאריסטישע ארטיקלען, פאעזיא'ס, א געמישעכטס פון טעמים, לעשות כרצון איש ואיש.

פארשטייט זיך אז ביי יעדן מאמר שטייט קלאר די קרעדיט מבטן מי יצאו הדברים, און איך זוך נישט אויף קיין וועג צו זיין א מתעטף בטליתו של חבירו.

אויב האב איך אויסגעלאזט א געלונגענע בכבוד'יגע מאמר פון א ניק וואס איז לעצטענס געשריבן געווארן, איז עס מן הסתם געוועהן בטעות, ואתו הסליחה.

נ.ב. לאזט מיך וויסן אויב עס איז טאקע דא א מבוקש פאר דעם ליקוט, כדי צו וויסן אויב עס לוינט ממשיך צו זיין.[/justify:tdu143ph]

https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%93.pdf
(- - -)

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר