בלאט 3 פון 3

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:36 pm
דורך שרייבער
טעפל האט געשריבן:ממש נישט, איך בין געווען אין ארץ ישראל, אסאך מער ווי אייך, און געגאנגען אין אסאך מקוואות אין אסאך שטעט, נישט קיין זכר פון קיין קינדער..

איך בין געווען אין סאטמאר סיי אין ירושלים און סיי אין בני ברק, און ס'גייען די זעלבע צאל קינדער ווי דא אין אמעריקא בערך
די אמת איז, פריוואטע מקואות גייט מען נישט אזוי שנעל עפענען, א מקוה אויפצוהאלטן קאסט א געוואלד, אבער ס'איז דא א עצה, וכן אני נוהג, מ'גייט פרי, ווען דו האסט ס"ה נאך 2 3 שכנים מיט דיר, און ס'איז שטיל ס'איז רואיג און ריין

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:50 pm
דורך דעת תורה
וואס האט מקוה ערב שבת מיט יונגעלייט אדער בחורים? מען גייט אין מקוה ערב שבת לכבוד שבת, קינדער איז דא דער זעלבער ענין, בפשטות.

וואסערע חורבן איז דיר ארויסגעקומען פון גיין אין מקוה אלס קינד? מען קען מיינען יעדער ווערט נפגע. מסכים, עס איז דא א געוויסער פראצענט מאלעסטערס און מאלעסטירטע, און א מקוה איז מער אויסגעשטעלט עס זאל געשען ברויך עס זיין מיט מער השגחה. איר שיינט צו זיין אביסל אבסעסט אויב נישט קראנק מיט דעם ענין, כך הוא ברייתו של עולם און עס ברויך נישט שטערן פאר קיינעם. ווען דו גייסט אריין אין בור האסטו א תאוה צו געבן א שטופ א קליין קינד ער זאל ארויסגיין און דורכדעם באפרידיגסטו דיינע יצרים? טאמער יא, גיי דו נישט אין מקוה. ברויך דאך נישט דער גאנצער ציבור ליידן.

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:26 pm
דורך berlbalaguleh
דעת תורה: איך בין מסכים מיט דיר 100%. דער עיקר נקודה איז אז ס'דארף זיין עפעס אן השגחה, נישט אז ס'זאל זיין הפקר. אבער דער עצם ענין פון קינדער גיין אין מקוה איז נישט קיין פעילער. פארשטייצעך. אז א יעדער טאטע און מאמע דארפן פארשטיין ביי וועלכע עידזש צו לאזן די קינדער גיין אין מקוה . :| .

א שיינע קליפ פון חיים שאולזאן

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:43 am
דורך טיטאניק

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:23 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2013/12/blog-post_6442.html

ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק און קליפ. מיין פילטער בלאקט אפ רוב פון חיים שאולזאנ'ס בלאג. ווער איז דער בעל דרשן. אזאלכע דרשות זאגט ער? איך בין נייגעריג צו הערן זיין שבת תשובה דרשה. 8-) :roll: :D :oops: (קוילערט פאר געלעכטער) :lol: :lol:

טראמאטייזט ?

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:11 pm
דורך גאנצל
shem-tov האט געשריבן:דאס לאזן גיין קליינע קינדער אין מקוה איז א גרויליקייט שאין כמוהו בעולם. וואס האבן די קינדער דארטן פארלוירן. סאיז קלאר אז די קינדער ווערן דארט טראמאטייזט.

איך ווייס נישט וועגן אנדערע קינדער דו קוקסט מיר זיכער אויס אז דו ביזט געווארן טראמאטייזט.... :D

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:49 pm
דורך למדן
אידאס נישט דער ראה"ק צו וואטעווער (פארגעסן אז דאס איז דער מאוסט ענויאינג ווארט פונ'ם יאר) פון דעם שטיבל