דירות קריזיס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

דירות קריזיס

שליחה דורך פרישער »

מיר קינדער וויי איז אינז

מיין הארץ ווערט ציריסן ווען איך קלער אריין וואס מיין שטיב מיט קינדער ווארט אפ ווען זיי וועלן גיין פאר זיך תיקף נאך די חתונה אי"ה, מיר זענען שטארקע סאסייעטי מענטשען מיר זענען געהעריג וויליאמסבורגער איינוואוינער, מיר פרעיגן נישט קיין שאלות חלילה, מיר צאלן ערליך צי זיין אינעם שטאט, מיר שרייבן אלעס אינטער פארן מוסד, מיר וועלן גיין און אלע דרכים וואס מען האט אינז געלערנט, מיר שטעלן צי פארן סאסייעטי אלעס דינג, מיר זאגן נישט אפ קיין שום צוועק וואס קימט אינזער וועיג, מיר נויטן נישט אפ און צניעות, אינזערע קניען און שעסל איז אויס געהאלטן ככל החומרות, מיר שמירן נישט די אויגן חלילה, מיר גייען נישט קיין ווייסע היטן, מיר טראגען נישט מיט קיין עירוב, אינזערע קינדער דרייון נישט קיין שייגץ בייקס, מיר שפילן נישט קיין באל ככל הגוים, מיר גיבן אפ אינזרע שטימעס גענוי ווי אזוי אינזערע עסקנים וואס בליטיגן אוועק הייסן אינז, אלעס אינעם נאמען פון סאסייעטי, כדי די עסקנים זאלן האבן א גרינגע פעלד ווען עס קימט צי באקימען אויף ציריק פין די באערדע, די אלע גיטע זאכן וואס זיי זאגן צי.

מיר לאזען נישט אינזערע ווייבער דרייוון, מיר עסען נאר זאכן אינטער די שטרעינגע השגחה פון התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא, מיר גאלן זיך מענער און פרויען, מיר טויבלן זיך נאר און היימישע מקוואת, מיר הערן נישט קיין ראדיא אדער חלילה קיקן טעלעוויזן, אדער ווידיא, מיר האלטן זיך איין פון גיין צו קאנצערטן, מיר ליינען ערליך אלע מופסים די כוללים תהילים וחצות, מיר שיקן חי רוטל ערליך, מיר נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה, מיר האלטן אויס אלע רבישע קינדער און אייניקלעך עד כי יבוא שילו, כאטש זיי טיען ליידיג גיין, מיר מישען זיך נישט פסח אפילו מיט גיטע השגחות, נאר מיט התאחדות, פרנסה שאני, און אזוי ווייטער.

אזוי זענען די יארן דורך געלאפן, און אים באמערקטערהייט, האט זיך מיר אינטער געריקט א דור וואס הייבט אן חתונה האבן, און איך האב זיך אויף געכאפט ווי פון א טיפער שלאף וואס האלט שוין אן באלד צוואנציג יאר, איך אליין האב געהאט א דירה ב"ה, על כן האב איך גיפא נישט געליטן פינעם מאנגל און דירות, אבער מיינע קינדער זענען אלע אויף צרות רח"ל, איך קען זיי נישט העלפען, יעדע איבריגע פעני ווערט דאך אפגענימען ביי אזויפיל נויטבאדערפיגטע, ווי אזוי קען איך אנהאלטן מיין געלט ווען דער עולם און א"י האט נישט פארן מינימאל צרכים, אפילו נישט אויף ברויט און וואסער, קען איך אויסגעיבן אויף דירה געלט פאר די קינדער בשעת עס זענען דא אזויפיל וואס ווארטן פאר קינדער בכלל און בוני עולם, אדער ארסי סיעס, ווי קען איך זיין א חי-ה און אפזאגען איינעם וואס שטרעקט א האנט ווען מיין קינד איז נאך נישט קיין חתן כלה, דער באשעפער וועט דאך העלפן, מען ברויך גלויבן, והא ראיה ונתנו גייט דאך הין און ציריק, איז עס דאך סך הכל א גיטע אינוועסטמענט, סתם א נערישקייט אוועקצילייגן געלט און א באנק, ווען אזויפיל קענען עס ניצן יעצט, אריין כאפן מצות און מעשים טובים איז מען דאך אראפ אויף די וועלט, נישט צי זאמלען געלט ווי א נער, איין דאקטאר ביל נעמט דאך אלעס צי, וויפיל מענטשען האבן נעבעך אלעס פארלוירן, נאר די נערנים לייגן אוועק, ווייסן מיר דען נישט אז מען לעיבט נאר איין מאל, שיינע קלידער, קאנטרי'ס, און אנדערע שווענדעראציא'ס איז זייער וויכטיג פאר שלום בית, און ווי עס שטייט דאך ימחה שמי על קידוש שמו, די אלע רעטאריק טיט דאס זייעריגע, און איז מוצא אלעס פאר אלע צוועקן און נערישקייטן, אבער ווען עס קימט די זמן החתונה און קיין דירה איז נישט דא, וואכט מען זיך אויף, יעדער באשילדיגט זיך אליינס, ווי איז געוועין מיין שכל, עס איז נאר דא אוועילעבל מיט גרויס פראטעקציט א סעלער, ווי דער סעליאלאר און די זין שטראלן כאפן זיך שוין נישט דארט אריין, אבער סיז א מציאה, אקעי די פאמפ פינעם בנין האלט און איין מאכן נויז, אבער דער עולם געוויינט זיך שנעל צי דערצי, ווען מען שלאפ שוין הערט מען עס דאך שוין נישט, און ווען מען איז אויף ברויך מען דאך לערנען אין שיל, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, והגיתם בו יומם ולילה, און סמוך לזה שטייט דאך והם לא ידעו דרכי, מיז מען דאך גיין און שיל, על כן פאר צוויי אלפים א חודש איז די דירה דיינס אויב די צאלסט פאראויס א יאר.

איך באשילדיג נישט מיט די מאמר די אלע לענדלארס מיט די דירות, ווייל מיין מיינינג איז אז ווי מער זיי בעיטן אויב צאלט מען זענען זיי בארעכטיגט צי בעיטן וויפיל זיי ווילן, אזוי ארבייט די וועלט, דושינסקי וויל וועין און אמת'ן בעין טויעזנט דאלר איין סקווערער פיס, נאר וואס דען דער עולם וויל נאר צאלן פיר הינדערט פינף און צוואנציג, על כן בעיט ער נישט מער, אבער לי יצייר דער עולם וויל יא צאלן טויעזנט וואלט ער זיכער געבעיטן טויעזנט.

אלזא וועימען איך קלער צי באשילדיגן איז אינזערע עסקנים וואס האבן קאנטראל אויפן געיגנט אויף יעדע זאך וואס איז זיי נוגע, אבער אז א חתן כלה ברויך נידערען א דירה טיף אינדער ערד די נאכט פון זייער חתונה, זיי מיזן האבן א נעוועגעישן סיסטעים צי געפינען זייער דירה און עס גייט ארויס פון רעינדש, ווייל עס איז אויפ א פארבארגען ארט וואס אלע סעטעלייטס כאפן עס נישט אויף.

ווי זענען די עסקנים וואס זענען מיט אלע אינזערע באדערפענישן פארנימען, ווען זיי ווילן עפעס נעמען זיי איין אלע זייטן פון א צייטינג, זיי קענען האבן גאנץ קרוינהייץ אויסטיילן פאפירן פאר אחים לדעה, זיי קענען ארים ריפן פערזעינליך יעדען טויעזנט מאל א טאג, אבער אויף למעשה איז קיינע האפענינג נישט דא פאר קיין דירות, פאר קיין נארמאלע פרייזן, און פאר דעים איז דא איין תירוץ, ווייל עס איז נישט דא קיין דירות, האט איינעם געשטערט אז די וואך איז געוועין 21 זכרים און וויליאמסבורג אויפן דבר יום'עלע אליינס, ווייסט איינער וואס דעיס מיינט און דירות, רבותי דעיס גייט פאר יעדע איינציגע וואך, א גאנצע קלאס א וואך, עטליכע פיפציג מאל א יאר, זענען מיר דען אזוי בלינד, אז מיר נעמען זיך נישט ערענסט מיטן דירות קריזיס, נאך אמאל מיינע חבירים, יעדער שטייט גלייך גילטיג צים פראבלעים, בשעת עס איז דא היינט ציטאג און וויליאמסבורג קע"ה דרייסיג כיתה אלף'ס און חדר בלי גוזמא, צווישן אלע תלמיד תורות, פארוואס שטערט אינדז מער די בייק לעין ווי דעיס אז מיר וואוינען ווי קעץ און ראטן, פארוואס שפיר איך אז מיר ברויך אנגיין אז מען גרובט און בית שמש, מער ווי אז מיר באגראבן זיך אליינס דא לעיבעדיגערהייט, מיר ברויכן מאכן אסיפות יעדען טאג אויף דעים, פליקאטן מיט די ריזיגע רעטאריק ברויך אויסשרייען אז אינזערע ביינער ליגן כדומן על פני השדה לעיבעדיגערהייט קום קרא אל אלקיך, מען מאכט פון אינז שפאס ווען מען גייט נאך געלט פאר כולל בוקר און אלט שטאט, אדער אנדערע מוסדות און רוסלאנד, אדער בויען א נייע מקוה טהרה און ראהד איילאנד, בשעת אינז זענען און א מלחמה צישטאנד.

אויב איינער מיינט אז איך טרייב איבער זאל ער מוחל זיין און ציגיין צי די לעצטע צוואנציג חתנים וואס האבן חתינה געהאט מיט זייער באשערטע למזל טוב, און פרעיגן ווי זיי וואוינען, און וויפיל זיי צאלען רענט, און אויב איז שייך אז זיי זאלן אזוי אנגיין פאר אייביג, וועט איר זיכער הערן דעים קרעכץ, אז עס איז עק וועלט, קימען דערנאך די וואס האבען געקויפט דירות פאר צוואנציג יאר ציריק, און פארדרייען מיר דעים קאפ אז מיר זאלן ארויסהעלפען א חשובה איד און ארץ הקדושה וואס איז געבענטשט מיט א גרויסע שטיב מיט קינדער, זענען זיי נארמאל, מען ברויך זיך נישט לאזן.

רבותי איך זעי נאך א ווייטיגליכע זאך, די עשירים וואס פארשטייען נישט דעים פראבלעים מיט דירות, ווייל זיי האבן שוין א דירה און זענען מער ווייניגער באקוועימט, גייען דערנאך און בויען גרויסע שילן פאר מיליאנען דאלארן, קטונ'ען אוועק געלט ווי עס וואלט געוועין מיסט, אבער די זעלבע חברה וואס טיילן צדקה, וועלן נישט פארשטיין אז זייער מצוה איז נישט וויכטיג, מיז דען דער יאוואשנער האבן א שיל און א ווערט פון זיבן מיליאן, און מיר אלע מיזן פאטשען מיט די הענט פאר די אלע נדבנים וואס לאזן זיך אויסריפן פאר די אלע צוועקן, בשעת מיר קליינע ווערן ציטרעיטן אויף שטיקער.

ווען קרית יואל האט זיך געבויעט האט דער רבי ז"ל ציזאמען גענימען מיליאנען דאלארן, און געבויט א קרי-ה מיט בליט און שווייץ, יעדער וואס האט געוואלט א ברכת קדשו פינעם רבי'ן האט געברויכט געיבן פארן קרי-ה געלט, היינט נעמט מען ציזאמען די מיליאנען און מען בויעט בנינים און וויליאמסבורג, נייע סקולס, און חדרים, אלעס אז דער צד שכנגד זאל פלאצען מער, אבער מיר קליינע נערנים ציטרעיט מען אויף שטיקלעך, מיר אינגעלייט האבן נעבעך נישט קיין האפענינג, וויי איז יעדעס קינד וואס ווערט דא געבוירן.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר