אינטערנעט, אסאך מאל רעדט איר נישט צום זאך!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

אינטערנעט, אסאך מאל רעדט איר נישט צום זאך!

שליחה דורך אפטעמיסט »

גארנישט איז אוממעגליך, קיין שום זאך איז נישט שווער, אלעס, ממש אלעס, קען מען אויסגעפינען אין אן אויגן בליק. ב"ה אונזער דור איז געבענטשט געווארן מיט די סם החיים המכונה 'אינטערנעט' וואס געבט אונז צוטריט צו א שלל פון אינפארמאציע און ידיעות, און האט שוין געראטעוועט טויזענטע אידן פון זינקען בים הבורות והאיגנארינ"ץ.
אבער...
אבער מ'איז געווארן אזוי פארגלייבט אין די אינטערנעט אז מ'האט פארגעסן אז הרב גוגל קען אמאל רעדן שטותים אויך. מ'גייט אסאך מאל ווי בלינדע אין די וואנט אריין אן אריין קלערן, ווייל וואס הייסט? גוגל זאגט אזוי.
לאמיך דא ברענגן אפאר דגמאות ווי די אינטערנעט פארדרייט א קאפ און ווען א בשר ודם שטייט ווען אונטער די טיפשות'דיגע רייד וואלט מען שוין לאנג געגרינדעד אן אשכול קעגן אים אין צימעס.

1)וויקיפידיע שעמט זיך נישט צו קרוינען די פאלגענדע וויץ אלס די בעסטע וויץ אין די וועלט: צוויי יעגער זענען געגאנגן פאנגן אין די וואלד ווען איינער איז געפאלן באוואסטלאז. דער צווייטער האט שנעל גערופען הילף און געשריגן אז זיין חבר איז טויט, די פרוי אויף די אנדערע זייט ליניע האט אים פראבירט צו בארוהיגן און געזאגט אז מ'קען אים העלפן אבער ער זאל מאכן זיכער צי ער איז טאקע טויט. יענער נעמט זיין ביקס, שיסט אפאר קוילן אין דעם באוואוסטלאזער חבר אריין און זאגט פאר די פרוי, "יא, ער איז זיכער טויט"...
ע"כ הוויץ. ווערטער זענען איבריג.

2) דער משוגע'נער האלט אז קראצמעך איז די אידן'ס בעסטע יום טוב. ס'איז ניטאמאל כדי אראפצוברענגן זיינע ווערטער. אבער גוגל האלט ס'איז יא כדאי. פרעג פארוואס.

3) בין איך א איד? כ'האב מורא אז נישט ס'דא וואס האלטן אז ריכטיגע אידן זענען שווארץ הויטיג. איך מיין נישט טינקל הויטיג, אזוי ווי די ספרדים, ווייל דאס קען איך הערן. רבי עובדיה יוסף ז"ל האט אויך אזוי גע'טענה'ט. אבער שווארץ? שחורים? צו דעם בין איך נישט מסכים.

איך וועל דארפן אנהייבן קלערן צוויי מאל פאר איך גלייב די אינטערנעט. ווי עס שיינט קען ער אויך אמאל נישט רעדן צום דבר.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר