קומזיץ: דו שרייבסט זייער גוט. נאר דו דארפסט שרייבן אפטער. אונז זענען לעצטנס שטארק פאריתומ'ט געווארן. כיתומים היינו. ואין אב...! דער שטיבל איז געווארן נאך ליידיגער. וועם האמיר אונז דא...? סך הכל. בערל בעל עגלה.. (וואס מ'איגנארט ממילא רוב פון זיינע תגובות און אשכולות. ס'בלייבט שטיין כאבן שאין לו הופכין...!). מיט דעם ליטוואק פון בודאפעסט. וועלכער איז טאקע איינער פון די גדולי חכמי השטיבל (פון וועלכן שטיבל זאג איך נישט...

)
ס'איז ב"ה צו געקומען א גרויסער חכם לב. ער פארשאפט אונז א סאך תענוג און נחת מיט זיינע שארפזיניגע רעיונות און תגובות. הני מילי, אויב אונז וואלטן געווען לינקע נארישע, נאאיווע ליבעראלן. אבער אזוי ווי אונז זענען דאך נישט. האמיר שטארקע בויך ווייען פון זיינע תגובות...!
דער (אפגעפארענער) וויזשניצער רבי פון סטעטן איילענד. בערני סענדערס' מיניסטער פון פינאנץ און גערעכטיגקייט. ה"ה הרב שבת אחים שליט"א. זיינע מאמרים זענען אייביג זיס און פול מיט חן. די איינציגע חיסרון איז אז אונז זענען נישט מסכים מיט 99.9% פון זיינע דיעות און עצות...!
מילא פון דעם אנ'געמוישעווט'ן מושב זקנים רעדט מען דאך נישט. ער האטציך אריינגענומען אין קאפ אריין אז ער גייט אונטערברענגען חרדי'זם. און ער ארבעט טאקע שווער אין די דאזיגע ריכטונג. נאר ער איז אזוי ווי דער דאן קיכאטע (קוויקזאטע, פאר די עמי הארצים.) פון די מעשה ביכלעך. וועלכער איז געווען א דיפלאמאט און אן אידעאליסט. און ער האט געדרייט ווינד- מיללן. פונקט אזוי איז דער מושב. ער וועט אויפטאן דאס זעלביגע...!