בלאט 27 פון 49

פורסם:
מיטוואך מאי 01, 2013 4:10 pm
דורך זר זהב
טשעפעסט (מיט רשות...) פרענטש און איך זאל עס נעמען פערסאנאל?

פורסם:
מיטוואך מאי 01, 2013 4:34 pm
דורך פרענטש וואנילע
לעמיל האט געשריבן:פרענטש איך מעיג טשעפענען?
עס קוקט אויס ווי דו זוכסט די וועיג צו צימעס
כ'בין עס מקבל באהבה..

פורסם:
פרייטאג מאי 03, 2013 5:22 pm
דורך מאראנצןזאפט
יאיר איז פארשוואונדן, ווי אין וואסער אריין. זעט אויס ער האט וויכטיגערס אין לעבן.

פורסם:
דינסטאג מאי 07, 2013 3:38 pm
דורך יאיר
רבותי, זייט נישט באזארגט אויף מיין וואוילזיין. איך בין אפגעקומען מיט גאר לייכטע וואונדן אין די שרעקליכע באסטאן באמבינג אטאקע, און איך האב זיך אונטערגענומען נישט צו באזוכן די אלע א. ג. "אידישע" וועבזייטלעך לזכותי. זייט ווייטער מתפלל פאר יאיר בן קריינדל, און פאר זיין קי באורד וואס איז אויך פארוואנדעט געווארן אין די אטאקע און ווארט צו ווערן ריפלעיסד דורך א מלאך אלקים פון עיטש פי.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

פורסם:
דינסטאג מאי 07, 2013 3:42 pm
דורך טאמבל סאס
איך וועל ליבערשט מתפלל זיין אז די געשעפטן אין דיין געגנט זאלן אריינבאקומען קי באורד'ס און דו זאלסט זיך צאמפאקן דיינע זיבן זאכן און גיין אפאר טריט צו קויפן א נייעם קנעפל קוועטשער.
זיכער בעסער ווי מתפלל זיין אז דער עיטש פי מלאך זאל באקומען פליגלען און דיר עס ממטיר זיין אין הויז אריין.

פורסם:
דינסטאג מאי 07, 2013 3:42 pm
דורך קאווע טרינקער
WOW
ס'היינט די 40'טע טאג וואס איך בין מתפלל אויף דיר.
נושעתי!

פורסם:
דינסטאג מאי 07, 2013 4:29 pm
דורך יידל
יאיר האט געשריבן:רבותי, זייט נישט באזארגט אויף מיין וואוילזיין. איך בין אפגעקומען מיט גאר לייכטע וואונדן אין די שרעקליכע באסטאן באמבינג אטאקע, און איך האב זיך אונטערגענומען נישט צו באזוכן די אלע א. ג. "אידישע" וועבזייטלעך לזכותי. זייט ווייטער מתפלל פאר יאיר בן קריינדל, און פאר זיין קי באורד וואס איז אויך פארוואנדעט געווארן אין די אטאקע און ווארט צו ווערן ריפלעיסד דורך א מלאך אלקים פון עיטש פי.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
וויפיל ווערסטו באצאלט פון די קאנספיראטארן צו שפילן פארוואונדעט?

פורסם:
דינסטאג מאי 07, 2013 7:45 pm
דורך מאטי
שא שא! אויב ווערט ער uncovered קריגט ער גארנישט.

פורסם:
מיטוואך מאי 08, 2013 3:42 pm
דורך קאווע טרינקער
זר שלאפט.

פורסם:
מיטוואך מאי 08, 2013 3:47 pm
דורך בעל הבית
ניין. ער איז ביזי מיט די קאמפיין פאר
כאצימאטידית

פורסם:
מיטוואך מאי 08, 2013 3:55 pm
דורך ידען
גלעזעלע איז זייער ווייניג דא
איך קעניש טרינקען קאווע אן א גלעזעלע.

פורסם:
מיטוואך מאי 08, 2013 6:52 pm
דורך מאטי
קוק אויף די האלב פולע גלאז

פורסם:
דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:46 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז עת קציר חטים... קופרניקוס ווישט די שווייץ פון די שניידער...
וואו איז ער?

פורסם:
מוצ"ש מאי 11, 2013 11:07 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין א שעה נאכן זמן, און בנימין פרענקלין האט זיך נאך נישט באוויזען ...
אפשר איז ער ביי די לויה (באגלייטען בלע"ז) ?

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 1:17 am
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס כראפעצט אוועק.
שוין באלד לענגער ווי חוני המעגל.

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 1:21 am
דורך אביגדור
ממש.

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 9:17 am
דורך מאראנצןזאפט
לעמאן דשוס האט מען שוין באוויינט?
חבל על דאבדין, אבער ולא משתכחין, מיר פארגעסן נישט פון אייך.

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 10:26 am
דורך מאטי
@מאראנץ
"אבער" לאתויי מאי? ליגט דאס נישט אינעם מימרא זעלבסט ? ביסט דאך א בעל דקדוק.

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 10:34 am
דורך מאראנצןזאפט
נישט ריכטיג, ולא משתכחין שילדערט אויף וועמען ס'איז חבל על דאבדין, ווי איינער זאגט א שאד אויף וועמען מ'וועט נישט פארגעסן פון אים.
איך זאג צוויי זאכן, א שאד אויף די פארלוירענע און א הבטחה אז אי"ה מיר וועלן נישט פארגעסן.
כ'האף האסט פארשטאנען.
און בנוגע די קשיא פארוואס מאראנצןזאפט האט אן ענדע נון אינדערמיט, דער תירוץ איז פשוט, ווייל ס'איז באמת 2 ווערטער, געשריבן אן א ספעיס.
עי' ערך מאראנצן זאפט בוויקיפדיה.

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 11:01 am
דורך מאטי
פארשטאנען יש״כ הגם שיש לי עוד תשובה בדבר באלאנגט דאס אבער אין מיין
נייער אשכול

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 12:54 pm
דורך אביגדור
שמעתי בזה טעם נכון ואכה"ל.

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 2:56 pm
דורך שמעקעדיג
"ניקס" תרתי משמע?

פורסם:
דינסטאג מאי 21, 2013 6:06 pm
דורך אביגדור
יא.

פורסם:
מיטוואך מאי 22, 2013 6:06 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:קופערניקוס כראפעצט אוועק.
שוין באלד לענגער ווי חוני המעגל.
נו קופיניקי... עצל עצל, עד מתי תשכב! וויפיל וויין האסטו אריינגעריקט בעפאר דיין לאנגע טיפע בערן שלאף?

פורסם:
מיטוואך מאי 22, 2013 6:13 pm
דורך קאווע טרינקער
אזא קאפ? שמה קא גרים.