ווען דער לב פירט צום דמיון פון מוח שליט על הלב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

ווען דער לב פירט צום דמיון פון מוח שליט על הלב

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

כ'האב אמאל געהערט פון עמיצן באקאנט מיט פסיכאלאגיע און אנדערע ענינים ארום דעם מענטש און מוח, אז רוב החלטות וואס א מענטש מאכט זענען באזירט אויף הרגשים. די עמאציעס, האט יענער גע'טענה'ט, זענען זייער שטארק, סך שטארקער ווי דעם שכל. די הרגשים געפינען זיך אויך אויף א טיפערן פלאץ אין דער באוואוסטזיין ווי דעם שכל, און די עמאציעס זענען אויך "איידעלער" ווי לאגיק. הגם דער געווענליכער מענטש טראכט פאר'ן מאכן א החלטה, כאפט ער זיך נישט אז בסופם של דברים שפילט דער הרגש די עיקר ראלע. די הרגשים דיקטירן אפילו וואספארא מחשבות צו טראכטן, אין וועלכער ריכטונג, און אויף וועלכן אופן.

זענען דא פאראן ניקס וואס פארשטייען צו די זאכן בעסער ווי איך, אבער מיינע אבסערוואציעס מיט זיך און אנדערע באשטעטיגן יענעמס ווערטער. צום שארפסטנס האב איך עס לעצטנס געזען ביי א באקאנטן, מיט וועמען כ'האב געהאט עטליכע לענגערע שמועסן. יענער איז, ווי מ'זאגט, טיף אין וויאזוי-הייסט-עס הגדול. דעם אמת געזאגט איז זיין לעבן נישט אזוי שווער ווי ער טענה'ט. כ'קען די פרטים; כ'ווייס וואס באדערט אים, און מיין מסקנא איז: איך פארשטיי וואס און פארוואס ס'טוט אים וויי; כ'זע אבער נישט פארוואס ער מיינט אז ס'עק וועלט. פארשידענע זאכן אין זיין לעבן זענען נישט אינגאנצן כשורה; די אומשטענדן זענען אויך נישט איי-איי-איי. אבער, וועמען גייט דען יא אלעס אין לעבן מיט'ן רעכטן פוס? יתכן, אז זיין לעבן איז שווערער און ביטערער ווי א סך אנדערע. אין מיינע אויגן איז זיין מצב נישט מיט אזויפיל ערגער ווי זייער א סך אנדערע.

דער אמת איז אז מ'קען אזעלכע חשבונות נישט מאכן. יעדער מענטש איז אנדערש, און זאכן וואס זיי זענען ביי מיר בגדר נארמאלע שוועריגקייטן, קענען פאר א צווייטן זיין עק וועלט. יעדער מענטש איז אנדערש, מיט אנדערע תכונות הנפש, אנדערע איבערלעבענישן, אן אנדערער פארגאנגענהייט, און אנדערע דערווארטונגען אין לעבן. אין מיינע אויגן איז אים אפשר נישט אזוי שרעקליך; אבער ער איז דאך נישט איך, און ס'איז זיכער מעגליך אז לפי ראות עיניו איז זיין מצב יא א ביטערער און אומגליקליכער. ס'איז זייער מעגליך, אפילו מסתבר, אז ער קוקט אן מיינע לעבנס-שוועריגקייטן אויף אן ענליכן אופן ווי איך זיינע.

איז אבער די מעשה, אז איך קען יענעם. איך קען זיין נטיות און טבעיות און איך ווייס, אז ער איז נישט דער סארט מענטש וועמען די פראבלעמען מיט וואס ער ספראוועט זיך זאלן שטופן צו יאוש. נאך מער: איך ווייס אויך, אז ער האט שוין געהאט מערערע געלעגנהייטן זיך צו העלפן פארגרינגערן די פראבלעמען. ער איז געווען ביי ספעציאליסטן, און פארשידענע מענטשן האבן אים שוין פארגעשלאגן טאקטישע און פראקטישע הילף. מחמת איזה סיבה שהיא האט פון אלעם זיך אויסגעלאזט א בוידעם. יענע האבן געוואלט העלפן, אבער ער איז געבליבן מיט'ן זעלבן פעקל.

יעדער קען דעם אויסדרוק: "ער לאזט זיך נישט העלפן." מענטשן ווארפן זיך לייכט ארום מיט דעם זאג. נישט זעלטן ווערט ער געניצט אלס אויסרייד אויף עמיצן וואס מוטשעט זיך טאקע מיט א פראבלעם, פאר וועלכער ס'איז נישט פאראן קיין גרינגע לעזונג. ס'זענען אבער פאראן מענטשן, וואס לאזן זיך טאקע נישט העלפן. זיי ווילן זיך נישט ארויסזען פון דעם לאך, אין וועלכן מצבים און אומשטענדן האבן זיי אריינגעפירט. נישט אייביג -- אייגנטליך, כמעט קיינמאל -- קומט עס נישט פון שלעכטקייט אדער שגעון. אפטמאל געפינט זיך עמיצער אין א טיפער דעפרעסיע, א שווארצן יאוש, וואס נאגט אויס די כוחות און ממש שטערט עמיצן זיך צו רירן פון פלאץ. עס זענען אבער פאראן פאלן, ווען די סיבה זיך נישט וועלן העלפן ליגט אין עפעס אנדערש.

ווען יענער באקאנטער מיינער האט אנגעהויבן גיין זוכן הילף, האבן די ערשטע דיאגנאזעס (נישט דווקא פראפעסיאנאלע) אנגעווארפן די שולד אויף אים -- אז די פראבלעם, עכ"פ א גרויס חלק דערפון, ליגט ביי אים און ער דארף עפעס טאן ביי און מיט זיך. מיין חבר איז זייער שטאלצער מענטש. מ'רעדט נישט דא פון יענעם טיפישן בעל גאווה וועמען מיר אלע קענען. פארקערט: ער שטעלט אן א פנים פון א צוגעלאזענעם מענטש וואס האט א שפראך מיט יעדן און וואס מאכט נישט פון זיך קיין גרויס וועזן. איך קען אים אבער און ווייס אז זיין גאווה איז אויף אזא גרויסן פארנעם, אז אפילו דאס, זיין צוגעלאזנקייט און פשטות, איז א חלק פון דער שפיל. ס'איז נישט אז ער פרובירט צו פאפן אנדערע מענטשן -- ער פאפט זיך אליין. ער זעט זיך באמת ווי יא, טאקע א געלונגענער מענטש, אבער אויך א בעל מידות טובות. ("יעצט אז כ'בין שוין אן עניו, מעגסטו מיר ווען זיכער אנטראגן עפעס א בעסערן שידוך…")

יענער איז באמת א מהיכי-תיתי געלונגענער מענטש מיט פארשידענע מעלות, אבער אויך חסרונות. יעדער מענטש האט נגיעות צו זיך אליין און פאפט זיך ווען עס קומט צו די אייגענע שוואכקייטן. רוב מענטשן וועלן זיך מינימיזירן, אפילו לייקענען די אייגענע שוואכקייטן. יענער אבער וועט פון זיי מאכן מעלות. אין בעסטן פאל, וועט א צווייטער מענטש, צי די אומשטענדן, זיין שולדיג אין אלעם. ער איז גענוג קלוג, דער באקאנטער מיינער, דאס אלעס נישט ארויסצוזאגן מיט'ן מויל. ער איז אויך גענוג בעל גאווה, דאס נישט מודה צו זיין פאר זיך אליין. ער וועט איינרעדן קודם זיך און שפעטער יענעם; ער וועט ביי זיך אין קאפ גוט אויסארבעטן די איינצלהייטן; ער וועט חשבונ'ען וואס דער און יענער באטרעפנדער וועט לכאורה זאגן/מיינען/טראכטן, און לויט דעם אויסרעכענען וואס ער אליין וועט זאגן/עקטן/טראכטן/אונטערשיקן אא"וו -- כמעט ווי מיט א שאך-שפיל.

די תוצאה פון אזא רעצעפט אין זיין פאל איז אזוי. ווען ער האט געהערט אז די שולד ליגט ביי אים, האט ער עס אוודאי נישט אנגענומען -- הגם ער האט אייביג מיטגעשפילט כאילו ער הערט און וועט טאקע מיטארבעטן. אים אליין פאסט אבער נישט צו אנערקענען אז די פראבלעם ליגט ביי אים. דאס קלאר זאגן וועט ער אבער נישט, ווייל ער פארשטייט דאך (ער פארשטייט עס אליין און זיינע פריערדיגע דערפארונגען האבן עס איבערגעוויזן) אז ער וועט מיט אזא מהלך פארלירן אלעמענס סימפאטיע. וואס ער טוט יא איז, אויפבלאזן די פראבלעם ביי זיך אליין אזוי גרויס, און מאכט עס אפילו אביסל אנדערש ווי ס'איז למעשה, איז דער אנגעגעבענער דיאגנאז און מיינונג פון אנדערע זאלן פשוט נישט שטימען מיט'ן מציאות…

נאכ'ן שפילן דעם געים פאר א שטיק צייט האט ער אליין זיך אנגעהויבן "כאפן" אז "ס'קען נישט זיין" אז זיינע "גרויסע פראבלעמען" קומען פון אזא "פשוט'ער סיבה". אלא מאי, יענע וואס געבן די אלע עצות "הייבן נישט אן צו פארשטיין" דעם "אמת'ן" שורש פון זיין מצב און דאס עמקות פון זיינע שוועריגקייטן.

איינמאל ער האט באוויזן דאס צו פועל'ן ביי זיך, איז אלעס פון דארט און ווייטער געזען געווארן דורך אזעלכע ברילן. יעצט איז דאך זיין שוועריגקייט שוין געווען עפעס גרויס און ריזיג, און די קומענדיגע עצות זענען דאך זיכער צו פשוט און טרוקן פאר "אזא" גרויסער פראבלעם. אזוי האט זיך אנגעהויבן א סדרה פון לעזונגען, וואס קענען זיכער און בהחלט נישט זיין קיין תרופה צו אזא ריזיג-מאנסטערהאפטער פראבלעם -- און דער ציקל, וואס האלט אין איין גרעסער ווערן, האלט ווייטער אן ביז היינט ועד בכלל.

זיצט ער נעבעך אין (אמת'ע) יסורים, אבער קען זיך פון זיי נישט ארויסזען. די לעזונג צו זיינע צרות איז גארנישט אזוי קאמפליצירט; די פראבלעם ליגט אין זיין נישט זיך וועלן לאזן העלפן לגבי די פראבלעם וואס לאזט אים נישט לעזן זיין אמת'ע פראבלעם.

איך ווייס נישט צי די אבסערוואציע איז אמת. זי איז מיר פלוצלינג אריינגעקומען אין קאפ, אין א מינוט ווען כ'האב ניטאמאל געטראכט פון יענעם. דער געדאנק האט זיך מיר אבער באזעצט אין מוח און זיך באקוועם מיישב געווען אויפ'ן שכל. ווען איך האב צוריקגעטראכט אויף יענעמס אויפפירונג און דער אופן ווי זיינע שוועריגקייטן האבן זיך אנטוויקלט, האט אלעס געשטימט כמין חומר ווען געזען מיט דעם בליק.

אמת צי נישט, האב איך נישט די גאל דאס אים צו זאגן אין פנים אריין. אזא פיל איז זייער ביטער, און אים נאך דארפן צעקייען פאר'ן אראפשלינגען איז גאר שווער. יענער באקאנטער מיינער איז סטאק אין אנאליזירן און איבער-אנאליזירן און חשבונ'ען און איבער-חשבונ'ען יעדע זאך אויף דער וועלט, אריינגערעכנט הרגשים, וואס לאזן זיך נישט אזוי פשוט אנאליזירן. ס'איז זייער מעגליך אז ער וועט זיך קיינמאל אין לעבן נישט כאפן וואו די צרה ליגט באמת, ווייל ווען ער וועט עס יא אמאל "פילן", וועט דאס געפיל באלד דורכגיין א גרונטליכן אנאליז ביי אים אין קאפ -- וועמענס מחשבות און אנאליזן ווערן לעולם געטריבן פון די אייגנטליכע הרגשים וואס ער פרובירט יעצט צו אנאליזירן.

כ'האב מיט אים מיטלייד. ער איז נישט קיין שלעכטער. ער איז נאר פארכאפט געווארן אין איינער פון די גרעסטע טריקס וואס א מענטשנס מוח איז אומשטאנד צו שפילן מיט'ן מענטש. כ'האף אז ס'וועט זיך אים אמאל מאכן א מינוט ווען דער מוח וועט כאפן א דרימל און לאזן די נאקעטע הרגשים קומען צום ווארט. כ'האף אז ער וועט זיין גענוג קלוג (און קלוג איז ער) עס נישט אוועקצושטופן, אפילו עס וועט זייער וויי טאן. כ'האף אויך אז ער וועט זיין גענוג גוטער צו זיך אליין (און ער איז א גאנץ פיינער מענטש) אויסצוניצן יענעם איינעם מאמענט צו זען אין וואספארא לאך ער איז אריינגעקראכן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר