א שטראל פון האפענונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

א שטראל פון האפענונג

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען אימער די נושא פון גיוס בני ישיבות ערשיינט פריש אויפן סדר היום ביים יהדות החרדית שפילט זיך אפ אין מיינע צווי הונדרעט און אכט און פערציג גלידער אן אזיל חיורא ואתי סומקא. דהיינו אין אידישע איבערזעצונג: די בלוט דרוק מיינע שיסט ארויף אויף הויכע מסוכנ'דיגע שטאפלן.

פארצייטענס פלעג איך דורכליינען יעדער אידישע ארטיקל געשריבן אויף די נושא פון גיוס בני ישיבות אין זיכן מיט ליכט בחורים ובסדקים אולי וועל איך טרעפן עפעס א שרייבערל וואס זאל נאר מרמז ברמז כל שהו אז די צד שכנגד האט עפעס א טענה אדער א קליינע נקודה... אבער מיר האלטן אנדערש... אבער חפשתיו ולא מצאתיו קייינער אנגעפאנגן ביים ליטווישן יתד; גערער המודיע; און גענדיגט ביים דעם סאטמארע איד און ארונישע בלאט עקזעסטירן נישט קיין צד שכנגד ווער רעדט פון צו טעקלן זייערע טענות.

מען איז כסדר פארנומען ביי אונז מיט די נאכפאלגן פון גיוס בני ישיבות וואס עס מיינט פאר אונז חרדים און וואס עס מיינט פאר א בן תורה זיך צוטרעפן אינעם ציוניסטישן מיליטער. אבער פארוואס אכציג פראצענט פון מדינת ישראל בירגער פארלאנגען אז חרדים זאלן זיך שטעלן צו לשכת הגיוס דאס איז אינגאצען נישט אונזער עסק. ווייל יעדער ווייסט זיי מיינען דאך נאך אונזער שלעכטס זיי האלטן נישט אויס אז עס נאך דא אידן אשר לא כרעו לבעל.

היינט צוטאגס ליין איך נאך אלץ יעדער ארטיקל איבער גיוס בני ישיבות אבער נישט ווייל איך וויל דארט טרעפן א דעה צלולה, ווייל פון דעם האב איך זיך שוין פון לאנג מייאש געווען (איך קלער אז דא וואלט אפי' ר' נחמן אליין מודה געווען אז יאוש יא פארהאן) נאר א יעדעס מאל ווען איך ליין און איך הער ווי נאנט דער גזירה האלט ביים פארוויקליכט ווערן העראיך א בת קול היוצא מהר חורב אז נצח ישראל לא ישקר. א יעדעס מאל ווען איך זעה א בילד פון א חרדי מיט בארד און פאות זעה איך א שיין פון האפענונג א ליכט און דעם סוף פונעם טונעל אז עדיין יש תקוה.

ווער עס פארשטייט נישט וואס איך רעד וועל איך מסביר זיין בקיצור נמרץ. דאס איז דאך א דבר פשוט אז מיר זענען גוט אינדערערד א יעדער בר דעת פארשטייט אז צולאנג וועט אונזער מהלך החיים, וואס גייט שוין אן א יובל שנים פלוס צוויי שמיטות, נישט קענען אזוי אנגיין (בפרט און ארץ ישראל) מען האלט יעצט אינמיטען א טראנסזישן פון א מצב קריטי צו א מצב אנוש. יעדער קוועטש און יעדער ברעטשעט איינער וועגן דירות קריזיס און א צווייטער וועגן לימודי חול, איטליכער וועגן ששה בכרס אחד און אלע וועגן עניות שמעבירות את האדם על דעתו ועל דעת קונו. מען קען היינט נישט זאגן קיין גאנצע הללו-קה (אפילו אין א פארשטיפטע בית מדרש) אן איבערגעהאקט ווערן מיט זיבן משולחים און פינעף פושקע קלאפערס אנגעפאנגען פון טאטן פון חתן דער ברודער פונעם חתן און דער חתן אליינס און אמאך אלע דריי צוזאמען.

און דאס פארשטייט אויך יעדער אז פון אונז אליינס וועט נישט קומען די ישועה מיר זענען אזוי פארפלאנטערט מיט מעמד פרנסה קהילה ווייב שווער און שוויגער אז רוב בעלי דעה ווען מאכן דעם חשבון אז סלוינט פשוט נישט אויף צו הייבן א שופר און א שאַל טוען א תרועה. ווייל מען וועט דעם שופר צו ברעכן פאר עס האט צייט צו ענדיגן דעם ערשטן תרועה.

און דער אייבישטע צוזענדיג דעם פיין פון זיין געפלאגט פאלק האט ער ברוב רחמיו וחסדיו צוגעפירט בהשגחה פרטית אז יאיר לפיד זאל געווינען 51 מאנדאטן אינעם כנסת און אויפרודערן דעם דעת הציבור אז עס איז העכסט צייט צו ענדיגן דעם פאראזיטישן חרדישן לעבןס סטייל. זיך נעמען לערנן לימודי חול מיט די קינדער; גיין אין מיליטער און באוואכען דאס לאנד גענוי ווי אלע בירגער און אין איינוועגס זיך צוגעוואוינען צו יגיעת כפים און נאכדעם גיין ארבעטען און ברענגן פרנסה בכבוד און נישט זיין קיין לאסט אויפן אלגעמיינע ציבור.

און אולי האי וכולי אזוי ענדליך ברעכן דאס קייט פון עניות ביי חרדים, דאס משוגעת פון די ליטווישע אז פון צוועלף שבטיים האט מען געמאכט איין גרויסע שבט לוי, און בני ברק האט מען פארוואנדעלט און אן עיר שכולה כהנים. און צוקנאקען דאס שוואכקייט ביי חסידים צו זיין סמוך על שלחן וממון של אחרים אזש אז בית שמש און ירושלים זענען פארוואנדעלט געווארן אין אן עיר שכולה בטלנים.

פארשטייט זיך אליינס אז דאס מיינט נישט אז מען ברויך נישט קעמפען אז דאס אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן בדרך התורה והיראה דהיינו די בחורים זאלן קענען דאווענען בציבור במתינות ובדביקות. האבן שיעורי תורה און שיעורים אין ספרי חסידות. נישט זיין אויסגעמישט מיט פרויען וכו' אבער זיך גענצליך ארויסדרייען פון אלע התחייבות פון א בירגער צו זיין לאנד קען אריינגיין (לויט געוויסע פוסקים) אינעם גדר פון פולשטענדיגע פאראזיטן.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר