דער צימעס איד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

דער צימעס איד

שליחה דורך ראשעקאל »

ס'איז דא אידן וואס קומען דא אין קאווע שטיבעל און די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען איז פארברנגען די צייט אין "צימעעעעס". יעדע קיקט אויף זיי און פארשטייט נישט וואס ס'גייט פאר. איז דאס א נארמאלע מענטש מיט א ווייב און קינדער??

ס'אינטערסירט אים נישט קיין וועלטליכע נייעס, קיין וועלטליכע פאליטיק, קיין וויסענשאפט, קיין ביכער, קיין געזעלשאפט, קיין תורה, קיין חכמה, קיין ווערטלעך, קיין מידיא, קיין מוזיק, קיין עצות און הילף, קיין פיליזאפיע, קיין היסטארי, קיין שפראך , קיין טעכנאלאגיע, קיין קונסט, קיין שלחן ערוך, קיין צניעות, קיין ליפא, קיין נפטרים, קיין עקסידענטס, קיין בילדער, קיין נארט קאריע, קיין מאחורי, קיין שלום בית , קיין לינקס, קיין קליפס, קיין שובבי"ם, קיין מילק שעיק, קיין וועטער, קיין..... איך דארף נאך גיין ווייטער??? עס אינטערסירט אים קיין גאאאאאאארנישט!!

ער ווייסט נאר ווי אזוי זיך צו ווייקן אין די ברוינע געמויזעכץ און פארפירן נאכאמאל און נאכאמאל וועגן ר' אהרן, הגה"ק, הגז"ל, רא"ט, מהרי"י, בלא בלא בלא בלא, יא קעמפ'ס נישט קעמפ'ס, ארמארי נישט ארמארי, זאלי יא חוזק, ארוני נישט, ארוני יא, זאלי נישט, בלא בלא בלא, געלונגענע פראטעסט פון ארונים, דורעכפאל פון זאלוינים, אהרן איז חוזק, יעדער רעכענט זיך מיט מהרי"י, בלא בלא בלא. שיעור ג', שיעור ד', יאסי בראך, משה גבאי, פאני בילד פון זאלי (הי הי הי!!!), אהרן פיצט די נאז (כא כא כא!!!!)......

אויב קימט אמאל אויס אז מ'רעדט פון עפעס אין די געהעריגע נארמאלע פארום'ס ווייסן אפילו נישט די ברוינע ווייקער'ס אז איינער רעדט שוין פון דעם. זיי זיצן אין די ברוינקייט פון זייער נשמה און ווייסן נישט פון עפעס אנדערש. אבער פון זיצן אזויפיל אין די ברוינע סחורה האבן זיי זיך שוין אויסגעלערענט צו שמעקען צואה פון א מייל ווייט. אויב איינער דארמאנט בטעות אין די נארמאלע קאווע שטיבעל עפעס וואס קען משולב ווערן צו די זידיגע ברוינקייט, קימען ער גלייך צו רייטען און נעמט זיך גיסן עמער'ס פון סחורה.... און די שטינק פילט אהן די ריינע בלויע לופט ביז מ'איז זיך מרחם און מ'טראסקעט עס צוריק צו די ברוינע.

ווי אזוי זענען אזעלעכע מענטשן אין ריל לייף?? אז מ'פרעגט אים אויב אבאמא גייט זיך גט'ן, ענטפערט ער ר' אהרן אהין ר' אהרן אהער. אויב מ'פרעגט אים וואס די וועטער גייט זיין, ענטפערט ער עפעס וועגן פלארידע און פאלם ספרינגס. אז מ'פרעגט אים וועגן א האטעל אין ארץ ישראל, ענטפערט ער עפעס וועגן גזירת גיוס און א מעכטיגע פראטעסט אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני. איז דא א פיסכילאגישע נאמען פאר אזעלעכע מענטשען? אויף וואס ליידן זיי?

ווי אזוי קיקן אויס זייערע ווייבער? וואס טוט זיך מיט זייערע קינדער?? די מענטשען טוען אמאל עפעס אנדערש חוץ זייער גארביטש?? זיי זיצן ביי א סעודה? זיי שאוערן זיך??

נעעעעעעעעעעעעעעבעך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ראשעקאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר