אין ליכט פון די טראגעדיע: קבלות טובות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1668 מאל

אין ליכט פון די טראגעדיע: קבלות טובות

שליחה דורך חתם סופר »

די הארץ איז צושוידערט און דערציטערט נאך די שרעקליכע טראגעדיע מיט האברך היקר והחשוב הנגיד ר' מנחם משולם שטארק ז''ל הי''ד בן הרבני היקר והחשוב הרה''ח ר' ישראל שטארק שליט''א. די געמוט איז אזוי צוקלאפט און צובראכן, און עס איז אזוי שווער צוזאמענצונעמען די מחשבות. אבער דאס יא, מיר קענען - יעדער פאר זיך - טראכטן איבער די שרעקליכע טראגעדיע, און מיר קענען דאס אויסנוצן אויף טראכטן איבער דאס לעבן וואס קען אוועקגעריסן וועגן בפתע פתאום, און אז מיר קענען קיינמאל נישט וויסן ווען דער סוף קומט.

מיר דארפן זיין גרייט צו אנטפאנגען דעם בי''ד של מעלה, מיט מצוות למעשים טובים, למען לא נבוש ולא נכלם לעולם ועד.

די מיאוס'ע ערשטע זייט פון די נ''י פאוסט איז אויך א לימוד. עס ווייזט אונז ווי אזוי מען קוקט אויס אויב מען האט נישט קיין געפיל פאר א צווייטן. מיר דארפן זיך פארנעמען צו זיין פונקט פארקערט - ליב האבן יעדעם, און ארויסווייזן געפיל פאר אנדערע מענטשן.

הרינו מקבל עלי מצות לאהבת לריעך כמוך ביתר שאת וביתר עוז, לע''נ ר' מנחם משולם בן ר' ישראל.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר