בליצן בליצן בליצן פון אונזערע "היימישע" שרייבער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4496 מאל

בליצן בליצן בליצן פון אונזערע "היימישע" שרייבער

שליחה דורך מאטי »

אין ליכט וואס אונזער (אלט)נייער חבר "הרב פישעלע" איז אויף געקומען מיטן געניאלן בייפאל, צו פאר'סךהכל'ן און פאראיייביגען יעדע שטיק צייט די "סמעטענע" פונעם שטיבל "למען ירוץ הקורא"״ אויף די וואוילע סחורה וואס מחמת ריהטא דלישנא האט מען נישט עספיעט אריין-צוכאפן. (און בחדא מחתא וועל איך אים שוין באדאנקען פארן אריינלייגען מיינע ארטיקלען). בין איך אינספירירט געווארן צו עפענען אן אשכול צו פאר-אייביגן; בליצן, גוטע ווערטליך, אזעלכע "תגובה בייטס", וואס קומען אינסטינקטיוו ארויס פון אונזערע חשוב'ע שרייבער, כי רבים הם, און ס'מאכט זיך אז מ'פארפאסט אמאהל א גוטס און ס׳פארט אראפ אונטן ולא נודע כי ...... 

עטליכע רולס אף אינגעדזשמענט בלויז אייך צו קענען סערווירן בעסער (און פאר אינשורענס פערפאסעס וואטעווער דעט מינס):

ביטע אריינלייגען נאר קלענערע תגובה'לעך - כ'וואלט געזאגט ווייניגער ווי דריי שורות.

ביטע לייגן נאר תגובות וואס האבן באקומען 6 לייקס אדער מער.

לייגט א לינק צום מקור כדי צו קענען געבן פארן ניק זיין פארדינטע אנערקענונג.

פרובירט צו זוכן סחורה פון ווייניגער געליינטע אשכולות כדי די ליינער דא זאלן האבן א גרעסערן טשאנס צו ליינען דעם "בליץ" צום ערשטען מאהל.

אויב דער תגובה האט א שייכות מיטן פריערדיגער שמועס, מאכט א קליינע הקדמה'לע. 

צום ביישפיל :
אינעם פאעזיע אשכול איז ברסלבער געפרעגט געווארן פארוואס ער שרייבט נישט.

האט ער געענפערט:
"עפעס גייט פאר מיט מיין ארבעל, איך שאקל און איך שאקל און עס קומט גארנישט ארויס..."
viewtopic.php?p=175008#p175008

נהורא נפישא האט זיך באקלאגט אז אן אלטער איד אין שול רופט א יעדן איינעם שייגעצל וואס זאל ער זאגן פאר זיין אינגל. 

אויף דעם האט מאטי געענפערט:
"זיי אים מסביר, אז דער אלטער האט נעבעך געהאט א אינגעל דיין זונס עלטער מיטן נאמען "ישעי' געציל", און די רשעים האבן אים נעבעך...... זייט דעמאלט רופט ער א יעדן איינעם שיי געציל."
viewtopic.php?p=175207#p175207

אינעם אשכול: פארוואס זיך צו פארלייגן אויף שטותים (פרומקייטן) האט געפילטע פיש געשריבן:
"געווען אמאל א מעשה מיט א בוים וואס מ'האט פון איר נישט געטארט עסן. געווען דארט א פרומע מאן וואס האט מורא געהאט אז זיין ווייב וועט נישט גענוג שטארק נזהר זיין, האט ער איר באפוילן אז צו דעם גע'אסר'טן בוים טאר מען בכלל נישט אנרירן. שפעטער געווען עפעס א מעשה מיט א שלאנג, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך... אבער דעמאלס האט יעדער איינגעזעהן ווי וויכטיג ס'איז צו לייגן גדרים."
viewtopic.php?p=174030#p174030

שיצט אייך ארויף די ארבלען, און נעמט זיך צו די עבודה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר