שידוכים און שדכנים.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

שידוכים און שדכנים.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]אין ליכט פונעם לעצטיגן שידוכים קריזיס, נאט אייך אן ארטיקל וואס וועט אייך (מן הסתם) קאסטן א שמייכל. האט אינזין בשעת מעשה אז דער שמייכל זאל עולה זיין לרצון און זאל זייך א זכות פאר די אלע עלטערע בחורים און מיידלעך וואס האבן נאך נישט געטראפן זייער באשערטע.

וואס טוען אינגע פארלעך וואס האבן שוין געענדיגט עפענען אלע מתנות פון די חתונה?
מען פאנגט אן אנטראגן שידוכים. ווי שטייט דארט, מה הוא מזווג זיווגים אף אתה מזווג זיווגים.

זיצט די פארל איבער א פיינעם פרישטאג, און אזוי צווישן דעם שפיגל איי און דעם וועטשטעבל סאלאט גייט דער פרישער אינגערמאן איבער די גאנצע ליסטע פון בחורים וואס ער האט איבערגעלאזט אין ישיבה, און פון די ישיבה פארדעם, און פון די ישיבה וואס מען האט אים ארויסגעווארפן צוויי יאר צוריק. און זי דאס ווייבל רעכנט אויס אלע מיידלעך וואס זי האט זיך באקאנט געמאכט אין אלע סקולס, קעמפס, ארבעטס פלעצער, און סתם אזוי פון פלוישעריי אויף די וויליאמסבורגער טראלי.

זיצט מען אזוי און מען איז משדך שידוכים:
ווויינבערגער פאר וויינשטאק, דאווידאוויטש פאר ראבינאוויטש, שווארץ פאר ווייס, ווערטהיימער פאר שוווארצנעגער, כיד הדמיון הטוב עליהם. און אינאיינוועגס רעדט מען און מען בארעדט יעדעם און יעדער, אבער נישט חלילה קיין לשון הרע ווייל אלעס איז נאר לתועלת.

ס'איז נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך היינט אויף די גאסן עלטערע בחורים און מיידלעך כאילו נישט זיי מיינט מען. זיי דרייען זיך מיט א גרויסע שמייכעל אויפן פנים און מיט אויסגעשלאפענע אויגן אוון מאכן זיך נישט צו טוען וואספארא שרעקליכע ליידן זיי טוען אונז אן.

איך קען נישט רעדן פאר יעדעם איך קען נאר רעדן פאר מיר אליינס וואס איך מאך אלץ מיט וועגן די בחורים און מיידלעך. איך האב שוין קעניינע הארע צוויי קינדער מיט נאך אפאר קליינטשיגע אין דער זייט, און מיין חבר דוד איז אפילו נאך נישט קיין חתן, עטץ הערט, ניטאמאל א ווארט!

צוויי אויפדערנאכט, אינמיטן מיין זיסער שלאף, פאנגט זיך אן די טעגליכע געשרייען און וויינערייען. קודם איז עס דער איין יעריגס, און נישט לאנג דערנאך איז זיך מצטרף צום קאור מיין צוויי יעריגס. איין קינד נעמט מיין ווייב און דאס צוווייטע מוז איך בלית ברירה נעמען. איך פרוביר מיט גוטן און מיט בייזן, קודם בין איך מסביר פארן קינד אז איך ברויך מארגן זיין ביי די ארבעט ניין אינדערפרי, אבער דאס געוויין זיינע ווערט נאך שטערקער, זעט אויס אז ער וויינט יעצט אויך אויף מיינע צרות. איך לייג אים אין וועגעלע און עס העלפט א מכה. איך לייג אים צוריק אין בעטל קודם אויף בויך נאכדעם אויפן רוקן, אויף פיס, און אויפן קאפ און זערא רעזולטאטן, עס העלפט ווי שיר השירים ניין און דרייסיג טעג. און ביז דערווייל ריקט זיך דער זייגער פאראויס, עס איז שוין באלד פיר פארטאגס.

און אזוי בשעת מעשה דערמאן איך זיך פון מיין חבר שמואל. דער שמואלי וואס מיר האבן געווארפן מאראנצן אויפן טיטשער צוזאמען, וואס טוט ער איצט? ער ליגט מן הסתם אונטער א דיקע פוכענע דאכענע און אויף צוויי קישענעס ווי פרעה מלך מצרים און ער ווייסט נישט פון קיין צרות. מן הסתם האט ער נאך א נויז מעקער צו דערזייט אין פאל חלילה א שכן'ס קינד דערוועקט זיך און פאנגט אן וויינען. מארגן וועט ער אויפשטיין פריש און מונטער און נאך א הייסע קאפעטישנא וועט ער זיך שטעלן דאווענען זייגער צען. א חוצפה און העזה! נעמט אין אכט דאס איז נאך נאכדעם וואס איך פלעג באקומען הונדערט אויף מיינע בחינות און ער פלעגט קוים באקומען אן אכציג, און אויך נאכדעם וואס ער האט געטשידט האלב פון די שאלות פון מיין בחינה, און גיטס א קוק היינט, ווי בין איך און ווי איז ער?

מארגן אינדערפרי די ערשטע זאך ברויך איך אים אנטראגן א שידוך. דער מוז א חתן ווערן איינמאל פאר אלעמאל, זאל ער ברענגען אביסל נחת פאר זיינע עלטערן, גענוג איז גענוג, דער שמואל וועט אויפהערן מאכן א לעבן אויף מיין חשבון.

אינדערפרי פארגעס איך אנצוטראגן א שידוך פאר דעם שמואלי, אבער נאכמיטאג ווען די ווייב קאלט מיך איז זאל שוין אהיימקומען ווייל מיין קליינער האט פיבער און איך זאל איר טראגן צום דאקטער, דערמאן איך זיך פריש פון שמואלי. וואס טוט ער איצט? מן הסתם זיצט ער ערגעץ און קאלעצט אוועק, פאררויכערט א צוגאר און קראצט זיך זיין פיס. דאס איז ממש נישט קיין יושר. איך וועל איבערדרייען וועלטן ווילאנג דער בחור וועט טרעפן דאס באשערטע און אויפשטעלן א נארמאלע שטוב.

ס'קען נישט אזוי אנגיין אלעס האט א שיעור.

איין טאג באקום איך א טעלעפאן פון שמואלי, ער יאגט זיך זייער אבער ער דארף זייער נייטיג עפעס וויסן. וואס איז? פרעג איך. "דו געדענקסט שאולי פון טשעבינער ישיבה? און ברויך וויסן אינפארמאציע אויף זיין משפחה, איך האב א שידוך פאר אים". ב"ה, איך אטעם אפ, קוקט אויס אז דער שמואלי איז שוין א חתן, ער האט שוין חתונה געהאט בשטו"מ און ער מאכט נעבעך שוין מיט, ער האלט שוין ביי דעם שטאפל פון אריינדרייען אנדערע אינעם זאק. ער האלט עס נעבעך נישט אויס אז שאולי אטעמעט נאך.

איך גיב אים זייער גערן אלע פרטים וואס ער וויל. מען דארף באמת אינזין האבן דעם שאולי, ער ווארט דאך נעבעך שוין אזוי לאנג, זיינע עלטערן פייגערען צו זען אביסל נחת. קומט זיך עס זיי נישט?

יענקי איז דער וואס האט חתונה געהאט די לעצטע פון אונזער כיתה, ער איז געווען אזוי אלט אז קיינער פון די גאצע כיתה איז נישט געקומען צו די חתונה. דער עולם איז געווען אזוי בייז אויף אים אז ס'געווען א פחד. מאנכע האבן אים אפילו נישט געגריסט אויפן גאס. כ'מיין. ס'איז דא גבול וויפיל מען קען זיך רייצן מיט א גאנצע כיתה! ביז... ביז ער האט געבוירן א דרילינג א יאר נאך די חתונה און א יאר נאכדעם האט ער געבוירן א צווילינג, דעמאלטס האט אים יעדער מוחל געווען מיטן גאנצן הארץ.

יעדער אלטער בחור אדער מיידל ווייסט אז עס איז דא תקופות וואס איז שא שטיל, מען הערט נישט קיין פיפס, מען טראגט נישט אן קיין שידוכים. און פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן טראגט מען אן א מבול פון שידוכים. איך וועל ענק מגלה זיין מיט וואס דאס האט צוטוען:

א שפע פון אנגעטראגאכטץ קומט בדרך כלל אנפאנג ווינטער ווען עס ברעכט אויס א מגפה פון פלו און אנדערע קרענק, יעדער איז באטראפעצט, די מאמע איז איינגעשפארט מיט די קינדער און די טאטע ווערט א גאנצע משרת, די ביינער טוען וויי און די קינדער מאכן משוגע די עלטערן בייטאג און ביינאכט. פרעג איך ענק אין אזא צייט ווי אזוי קען מען זיצן מיט פארלייגטע הענט ווען א פאר הייזער אוועק זיצט יענקל דער בחור און שפילט א געים אויפן קאמפיוטער און טרינקט א הייסע טיי מיט עירפאונס אויף די אויער?

ס'נישט קיין ספק אז ערב פסח צייט איז אויך א הייסע סעזאן פאר שידוכים ווען די מענער ווערן משוגע פון די ביללס וואס די פרויען שטעלן צו א יעדע פאר מינוט, הונדערט פאר שיך און קליידער פאר ווינטער, ספרינג, סאממער, און פאול, און אלעס ווען די טעקס ריטורן האט זיך שוין אויסגענוצט פאר צוויי חדשים צוריק. אין אזא צייט שווער איך זיך ביים קרעטשניפער'ס בארד אז קיין איין אלטע בחור וועט נישט איבערבלייבן אין גאנץ מצרים. זיי דארפן איינמאל פאר אלעמאל כאפן אז עס איז דא אזא זאך וואס הייסט 'שוויין בנטל', א יעדער ברויך אייניג שוויצען און ארבעטן, מען קען נישט לאזן א חלק פון די געמיינדע זיצן מיט די פיס ארויף און לאכן פון אונז אין די פויסטן.[/justify]

געשריבן אונטערן השראה פון אן ארטיקל ביי ל. מ.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר