דער בלאט קומט אויף מיט א נייע שידוכים סיסטעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

דער בלאט קומט אויף מיט א נייע שידוכים סיסטעם

שליחה דורך פסיכאלאג »

איך בינישט דא קיין גרויסע שרייבער ווי איר זעהט אליינס, כבין מער פון די לא איש דברים אנכי ניקעס,
אבער ווען איך האב געזען די באשרייבונג אינעם בלאט האב איך אויפגעשפרינגען מיט די המצאות וואס איך האב דערזעהן, ממילא האב איך געשאפט די טעקסט פונעם בלאט אין איך גיי עס שערן מיט ענק,




״"שדכן ביזנעס", עקספּערימענט פאָרגעזען אַלס איינציגע לעזונג צום שדכנים מאַנגל

ברוקלין. – שדכנים מאַנגל, שדכנים אָרגאַניזאַציעס, שדכנים אָפיסעס. פון אַלעם האָט מען שוין געהערט. אָבער פאָרט זענען נאָך אַלץ דאָ פילצאָליגע עלטערן וועלכע שרייען, ועדיין לא נושענו.
אַצינד איז אַ באַקאַנטער איינפלוסרייכער חרדישער ביזנעסמאַן אויפגעקומען מיט אַ נייעם עקספּערימענט, "שדכן ביזנעס", וואָס ווערט פאָרגעזען אַז די בעסטע און איינציגסטע לעזונג צום גרויסן מאַנגל אין שדכנים – און גלייכצייטונג אַ פאַרלעסליכע לעזונג צו די פעלערן און לעכער וואָס האָבן באַטראָפן אַלע אַנדערע ענליכע שדכנים אָרגאַניזאַציעס ביז היינט.
די גרונד טעאָריע פון "שדכן ביזנעס" איז, ווי איר נאָמען זאָגט עס אַליין: שדכנות איז נישט קיין עסקנות לשם מצוה, נאָר אַ ביזנעס.
ווייל ערפאַרונג האָט געוויזן, אַז ישראל קדושים זענען טאַקע חובבי מצוות, האָבן ליב צו כאַפּן אַ מצוה דאָ און דאָרט. אָבער אָנהאַלטן די מצוה פון שדכנות אויף פּערמאַנענט, דאָס אַרבעט עפּעס נישט. דאָס האָט נישט קיין קיום, עס ווערט אויסגעוועפּט.
אין אַנדערע ווערטער: אין די היינטיגע אַמעריקע, אַ זאַך וואָס האָט נישט אַ ממשות פון געלט, איז נישט קיין בר קיימא.
דערפאַר איז דער פּרינציפּ פון "שדכן ביזנעס", אַז אַ שדכן דאַרף ווערן אַנערקענט יעדער אַנדערער אַרבעטאָרער, אַ פאַכמאַן ווי אַ קראַפטסמאַן.
אויב טאַטעס צאָלן אַ באַשטימטע פּרייז פּער-שטונדע פאַר אַ פּריוואַטע מלמד צו לערנען מיט'ן זון, אויב מאַמעס צאָלן אַ פּער-שטונדע פּרייז פאַר אַ געהילפקע צו העלפן אין שטוב, דאַרף זיין פּונקט אַזאַ באַשטימטע פּרייז פּער שטונדע ווען איר דינגט אַ שדכן אייך צו העלפן אין שידוכים.
אויב נעמט מען אויף אַ טוען ביי דין תורה, אָדער אַן אַדוואָקאַט אין געריכט, און מען צאָלט אים צי ער איז יא מצליח ביי דין תורה צי נישט, צי ער געווינט יאָ דעם פּראָצעס צי נישט, איז אַ שדכן פּונקט אַזוי. ער דאַרף באַקומען באַצאָלט פאַר זיין צייט און אַרבעט, פּונקט ווי יעדער אַנדערער פּראָפעסיאָנאַל, צי ער האָט יאָ אדער נישט אויסגעפירט דעם שידוך.
אויך פאַר'ן דאָקטאָר צאָלט איר אָפּגעזען צי ער האָט פאַקטיש געהיילט דעם פּאַציענט צי נישט. ווייל אין אַמעריקע: יעדער וואָס אַרבעט באַקומט באַצאָלט – און יעדער וואָס ווערט נישט געצאָלט, אַרבעט נישט.
דאָס איז וואָס "שדכן ביזנעס" וויל טוישן – טוישן דעם פונדאָמענטאַלן געדאַנקען גאַנג איבער דעם באַגריף שדכן.
עס איז נישט דאָ אין פּלאַץ אַריינצוגיין אין די היסטאָריע ווען עס האָט זיך געשאַפן אַזאַ סאָרט באַנעמונג אַז אַ שדכן באַקומט באַצאָלט נאָכ'ן אויספירן אַ שידוך. אָבער עס איז אויך איבעריג איבערצוגיין די מער לעצטערע היסטאָריע ווען דאָס האָט זיך אויפגעהערט. ווען געלונגענע שדכנים האָבן באַשלאָסן אַז לא זו הדרך, זיי האָבן אַ שטוב מיט קינדער צו שפּייזן און אַזאַ שדכנות לויט'ן היסטאָרישן פּערספּעקטיוו פונקציאָנירט פּשוט נישט.
"שדכן ביזנעס" וויל איצט טוישן דעם באַוואוסטזיין פון ציבור צום שדכן-פאַכמאַן, אַז צוליב דעם טאָטאַלן "שדכנות קראַך" אין די לעצטערע יאָרן, איז שדכן אַריין אינעם זעלבן סטאַנדאַרט פון די גאַנצע אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע: אַ שדכן אַרבעט, ער באַקומט באַצאָלט, און אַזוי אַרבעט ער ווייטער.
קיין שום פאַבריק זאָגט נישט די אַרבייטער, יישר כח פאַר די אַרבייט, אי"ה אויב דער פּראָדוקט וועט זיך פאַרקויפן אין די געשעפטן, וועט איר באַקומען באַצאָלט...
אויך אַ שדכן אַרבעט נישט אומבאַצאָלט. אויב ער וועט וויסן אַז ער באַקומט באַצאָלט, וועט ער אַרבעטן. בדוק ומנוסה לויט קראַנטע סטאַטיסקיס פון די גאַנצע אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע...


דער פּלאַן, וויאַזוי "שדכן ביזנעס" וועט אַרבעטן, איז ווי פאָלגענד:
מען וויל אָנהויבן די אויפקלערונג ביי עלטערן. עלטערן וואָס האָבן אַ קינד אין שידוכים און ווילן אַז "שדכן ביזנעס" זאָל אַרבעטן פאַר זיי, זאָלן זיי צאָלן אַ פּער-שעה'דיגע ראַטע: מינימום צען דאָלאַר אַ שטונדע.
ווען דער שדכן הויבט אָן אַרבייטן פאַר זיי, וועט ער זיי שענקען 30 מינוט פרייע קאָנסולטאַציע.
פון העכער אַ האַלבע שטונדע און ווייטער, וועט ער האַלטן אַ פּונקטליכן חשבון, וויפיל מינוט ער האָט גערעדט צו די עלטערן, וויפיל מינוט געקאָלט אַנדערע צדדים, און וויפיל מינוט געאַרבעט. דערנאָך וועט ער שיקן אַ ביל פאַר די עלטערן אויף וויפיל ער האָט געאַרבעט, בייגעלייגט מיט גענויע טעלעפאָן רעקאָרדס, אַז אַלעס זאָל זיין קלאָר און דייטליך, צום צופרידנהייט פון ביידע זייטן פונעם קליענטור.
צו אַלעם ערשט וועלן עלטערן זיך דאַרפן רעגיסטרירן אין אָפיס פון "שדכן ביזנעס". מען וועט דאַרפן אויסשטעלן אַן אַפּליקאַציע, וואָס וועט אויך זיין ווי אַ קאָנטראַקט אַז די עלטערן פאַרפליכטן זיך צו צאָלן אַזויפיל און אַזויפיל פּער שעה, און נאָכדעם עקסטער שדכנות געלט נאָכ'ן אויספירן דעם שידוך.
צום ביישפּיל, אויב דער שדכן וועט אַרבעטן 15 שעה פאַר די עלטערן, און דערנאָך אויספירן דעם שידוך, וועלן די עלטערן דאַרפן צאָלן 150 דאָלאַר פאַר די אַרבעט, און דערנאָך צוצאָלן נאָך 1,850, צוצוענדיגען ביז 2,000 וואָס איז (צום ביישפּיל) די היינטיגע מאַרקעט פּרייז פאַר שדכנות.
אויב דער שדכן אַרבעט פאַר די עלטערן אויף אַ שידוך וואָס די אַנדערע עלטערן זענען אויך רעגיסטרירט אין "שדכן ביזנעס", וועט אויך דער אַנדערער צד דאַרפ צאָלן צען דאָלאַר אַ שטונדע פאַר'ן שדכן, וואָס וועט פאַרגרעסערן דעם שדכנ'ס אייננאַמע.
אויב דער שדכן וועט אויספירן אַ שידוך וואָס איין צד איז נישט רעגיסטריט אינעם סיסטעם, וועט דער אַנדערער צד מוזן צאָלן די פולע שדכנות פּרייז, און דער רעגיסטרירטער צד וועט קענען אַראָפּרעכענען די שעות וואָס זיי האָבן שוין איינגעצאָלט ביז היינט.
נאָכ'ן אַריינגעבן די אַפּליקאַציע וועט דער שדכן, ווי פאַרשטענדליך, איבערגיין גרונטליך די אינפאָרמאַציע מיט עלטערן זיכער צו מאַכן אַז אַלע אינפאָרמאַציע איז ריכטיג און שטימט.
מען וויל איינפירן, אַז מען זאָל זיך קענען רעגיסטרירן דורך עטליכע וועגן, פּאָסט, טעלעפאָן און אימעיל, און די איינצלהייטן וועלן אַרייננעמען מער דעטאַלן ווי ביז איצט, אַזוי אַז ווען דער שדכן שלאָגט פאָר אַ שידוך פאַר עלטערן, און אין ערשטע רעאַקציע געפעלט דאָס פאַר די עלטערן, וועט דער שדכן תיכף האָבן גרייט אַלע אַנדערע אינפאָרמאַציע און קענען אויסלייגן קלאָר פאַר די עלטערן דעם גאַנצן מצב אַרום און אַרום. דאָס וועט פאַרשפּאָרן אַסאַך צייט און מיה, אַז מ'וועט נישט דאַרפן איצט אָנהויבן פאַרברענגען מיט זוכן אינפארמאציע אויף מדובר\מדוברת.
מיט די טעכנאָלאָגישע מעגליכקייטן פון סעלפאָן און אימעיל וועט דאָס פאַרשפּאָרן נאָך מער אַרבעט פונעם שדכן – און פּער-שטונדע געלט פון די עלטערן – ווייל עס וועט נאָר פאַרשנעלערן און פאַרבעסערן די קאמיוניקאציע פונעם שדכן מיט די עלטערן.
ווייל איינע פון די גרויסע פּראָבלעמען וואָס משפּחות באַקלאָגן זיך, אַז מען רופט אַ שדכן און ער ענטפערט נישט; מאַכט זיך פּשוט נישט-וויסענדיג.
אבער אויב מען קען טעכנאָלאָגיש קאָמיוניקירן מיט די עלטערן , קען אַ שדכן רעדן אויפ'ן טעלעפאן און אויב אַ צווייטער טעלעפאָנירט אַריין, קען ער אים צוריקשיקן אַ טעסט\אימעיל אַ ער איז איצט פאַרנומען אויף צוויי שעה און ער וועט אים צוריקרופן מאָרגן צופרי.
אַזוי וועלן די עלטערן מער נישט שפּירן דעם ביטערן געפיל ווי דער "שדכן הויבט שוין נישט אויף קיין טעלעפאן".
דער קאָמפּיוטער סיסטעם וועט זיין פּראָגראַמירט איינצוטיילן די רעגיסטרירטע פאַמיליעס לויט קאַטגעגאָריעס.
למשל, איינער רעגיסטרירט זיך אין "שדכן ביזנעס" און עטליכע טעג דערנאָך רופט ער אַריין; ער וויל אָנהויבן נוצן די סערוויס.
וועט דער שדכן שוין וויסן פון זיין רעגיסטראַציע, פּונקטליך וועלכע סאָרט קאַטעגאָריע שידוכים ער זוכט, און וועלכע זענען דאָס נענטסטע צוגעפּאַסט צו אים. וועלכע קהלה, וואָספאַראַ לבוש ביי מענער, לבוש ביי פרויען; וויל מען דער זון זאָל בלייבן ביים לערנען אָדער גיין אַרבייטן.
דער שדכן וועט אויף יענעמ'ס אָנפראַגע קענען אַרויספּרינטן אַ ליסטע פון, למשל, 20 נעמען, און אָנהויבן אַרבייטן.
דער שדכן טאָר מער נישט אָנטראָגן אַ שידוך וואָס פאַלט אים ביי פון אַרבל אַרויס. ווייל דאָס איז געווען דער גרויסער דורכפאַל פון שדכנים און שידוכים-אָרגאַניזאַציעס ביז אַהער, ווייל ווען אַ צעבראָכענע טאַטע-מאַמע פון אַן עלטערן בחור\מיידל האָבן אַריינגערופן, האָבן זיי געקענט באַקומען אַן ענטפער: איך האב פאַר אייך גארנישט.
דאס איז די גרעסטע בראָך וואס קען נאָר זיין פאַר עלטערן, און דאָס האָט אַוועקגענומען דעם גאַנצן צוטרוי אין די שדכנים אָרגאַניזאַציעס.
ווי איין טאַטע האָט זיך אויסגעוויינט; ער האָט עטליכע קינדער אין די רייע און ער האָט גערופן אַ שדכנות אָפיס וועלכע באַרימען זיך אַז זיי האָבן 7,000 נעמען אין זייער דאַטאַבאַזע. אָבער דער ענטפער איז געווען: מיר האָבן פאַר אייך גאָרנישט.
ער האָט אַראָפּגעלייגט דעם טעלעפאָן, צעשאָסן און צעשמערצט. זיבן טויזנט נעמען און פאַר מיר גאָרנישט?!
דאס וועט נישט זיין ביי "שדכן ביזנעס". ווייל שדכן ביזנעס איז אין ביזנעס לשם ביזנעס, און עס אַרבעט נישט לויט'ן מח, פעאיגקייט און געדולד פונעם שדכן. עס אַרבעט מיט סחורה אויף די פּאָליציע. אַ קאָסטומער רופט אַריין באַשטעלן; קוקט דער סעילסמאַן צי עס איז דאָ פון זיין סחורה אין סטאַק. אויב יאָ, לייגט ער אים אויס די גאַנצע סחורה.
פּונקט ווי אַן אתרוג סוחר קען נישט זאָגן פאַר אַ קאָסטומער, "פאַר אייך האב איך גארנישט". ער לייגט אים אַרויס די סחורה אויפ'ן טיש, און ער צייגט אים גענוי וואָס ער זוכט, ענליך וואָס ער זוכט, נאָך ווייניגער ענליך אָבער פאָרט ענליך אא"וו.
גענוי אַזוי וועט דער "שדכן סוחר" אויך מוזן געבן פאַר יענעם, למשל, דריי נעמען וואָס דער קאמפּיוטער האָט צוזאַמגעשטעלט, און דער קאָסטומער, צוקונפטער מחותן, וועט קענען זאגן, דאָס זיכער נישט, דאָס קען מען פּרובירן און דאס געפעלט מיר דאָס מערסטע.
די ענטפערס "איך האב נישט" גייט אויפ'ן חשבון פון די עלטערנ'ס הערצער. "שדכן ביזנעס" וויל דאָס בשום אופן נישט ערלויבן.
און לאָמיר גיין ווייטער מיט'ן ביישפּיל: אויב טאַטע-מאַמע זענען צופרידן מיט איינע פון די דריי נעמען, רופט דער שדכן אָן די אַנדערע עלטערן און דערציילט אַז איינער איז אינטערעסירט. מען זאָגט אים נישט ווער, ווייל "שדכן ביזנעס" וויל נישט יענעם שטעלן אין אַ פאַרלעגנהייט. שדכן-ביזנעס וועט יענעם אויך אויסרעכענען דריי נעמען, איינער פון די דריי דער פאַראינטערעסירטער, און מען וועט הערן וואָס ער זאָגט אויף די רריי נעמען. אויב ער צייגט אויך אינטערעסע אויפ'ן פאַראינטערעסירטן, האָט דער שדכן פאַר זיך מיט וואָס צו אַרבעטן.
דער שדכן-אפיס וועט קיינמאָל נישט נעמען קיין אייגענע שטעלונג אין אַ שידוך. במילא קען דאָ קיינמאָל נישט אויסברעכן אַ רייבעריי צווישן די עלטערן און שדכן (ווי עס טרעפט זיך זייער אָפט, אַז עלטערן ווערן ברוגז פאַר'ן אָנטראָגן אַ שידוך וואָס איז קאָמפּלעט אומפּאַסיג אין זייערע אויגן) ווייל דער שדכן גייט נישט האָבן קיין שום פּערזענליכע מיינונג; ער גייט אַרבעטן אויף שידוכים וואָס ביידע צדדים האָבן געגעבן זייער צושטימונג צו אַרבעטן דערויף.
אויב עס וועט אויסקומען אַז שדכן-אָפיס טראָגט אָן אַ שידוך פאַר איין זייט, אָבער צד ב' איז נישט רעגיסטרירט, אין שדכן-אָפיס (צב"ש, עלטערן וואָס האָבן שוין חתונה געמאַכט אַ שיינע צאָל קינדער וועלן זאָגן: איך פיר מיך נישט אַזוי, איך האַלט שוין ביים ניינטן קינד, און עס איז מיר גוט געווען מיט'ן אַלטן סיסטעם), דאַן וועט שדכן-אָפיס פּרובירן צו פאַרהאַנדלען אַז לכל הפּחות, זאָל דער מחותן מסכים זיין צו צאָלן די פולע שדכנות פּרייז פאַר'ן שדכן, און דער שדכן וועט שוין אַראָפּצאָלן דאָס טייל וואָס קומט פאַר שדכן-ביזנעס.
דער הויפּט ציל איז אַז עס זאָל זיין דאָ געלט. שדכנים זאָלן מאכן געלט און אזוי וויליג זיין צו ארבעטן. זיי ז‎אָלן וויסן אז זיי ארבעטן נישט אומזיסט.
דעם שדכנ'ס התחייבות איז, אין צוגאָב צו אַרבעטן אויף די שידוכים, מוז ער האַלטן חשבון פון זיין אַרבעט און דאָס אַראפּשרייבן און דערנאָך אָפּנעמען דאָס געלט פון די מחותנים.
די מינימום אַרבעט וועט זיין פינף מינוט. אויב אַ שדכן שיקט נאָר אַ טעקסט מעסעדזש, אָדער ער רופט אָן עלטערן און ער טרעפט נאָר יענעמ'ס וואויסמעיל, אפילו די אַרבעט איז נאָר געווען אַ מינוט-צוויי, ווערט דאָס פאַררעכנט פאַר פינף מינוט.
דער שדכן וועט אויך דאַרפן וויסן אַז ער טאָר נישט באליידיגן קיין עלטערן. ער טאָר נישט זאגן די אלע שארפע ווערטער וואס טייל זאָגן. אַלעס וואס ער מעג זאָגן איז: "יאָ, אך האָב די סאָרט סחורה אויף שעלף, אַזאַ סאָרט דאַטאַ אינעם דעיטעבעיס, און איך קען דיר פאָרשלאָגן די סחורה און פּרובירן צו ארבעטן."
דאָס וועט זיין אַ יסוד היסודות, אַז עלטערן וועלן נישט האָבן קיין טענות אויף שדכן. אין צוגאָב וועט אויך זיין אַ ועד פון דריי רבנים, וועלכע וועלן דן זיין אין פאַל עס ברעכט יאָ אויס אַ סכסוך צווישן שדכן און די עלטערן.
נאך אַ פּראבלעם וואָס הערשט ביז היינט: אַ פאַמיליע מיט אַ קינד אין די יאָרן קען וואַרטן לאַנגע חדשים און קיינער וועט נישט רופן פאמיליע אָנטראָגן אפילו עפּעס.
דער ציל פון שדכן-ביזנעס איז, צו הייבן די עלטערן און זיי נאַכן שפּירן באַקוועם אַז זיי זענען מענטשן.
ביי שדכן ביזנעס האָפט מען איינצופירן, אַז אויב האָט שוין אַ שדכן גענומען געלט פאַר אַ שעה אַרבייט, האָט ער אַ פליכט צו רופן יעדע צוויי וואָכן די פאַמיליע און פּרובירן עפּעס פאָרצושלאָגן.
אויב אַ שדכן ווערט מיד פון איין שידוך, קען ער איבערגעבן דעם שידוך פאַר אַ צווייטן שדכן. אָבער אַ שדכן קען נישט נעמען וואַקאַציע בלויז אַזוי ווען עס שמעקט אים. אַ שדכן אין שדכן-ביזנעס איז ווי יעדע אַנדערע רעגולער דזשאַב, מיט געהעריגע אַרבייט שעות, פינף טעג אַ וואָך, אַ ביזנעס באָס צו וועמען ער דאַרף באַריכטן אד"ג.
מען האַלט איצט אינמיטן בויען אַ נייע דאַטאַבאַזע פון קינדער אין די יאָרן, און שדכן-אָפיס אַפּעלירט צו עלטערן: אָן אייער קאָאָפּעראַציע וועט די זאַך קיינמאָל נישט אַריין אין שוואונג. וואָס מער עלטערן וועלן זיך איינשרייבן, וועט מען האבן מער סחורה מיט וואס צו ארבעטן.
שדכן-ביזנעס האָפט זיך אויך צו פאַרבינדן מיט אנדערע עקזיסטירנדע שדכנים אָפיסעס, צי זיי זענען וויליג זיך צוצושטעלן צום "שדכן ביזנעס" פּלאַן, איבערגעבן זייערע עקזיסטירנדע דאַטאַבאַזעס און זיך אָנשליסן אינעם נייעם וועג פון טראַכטן איבער שדכנים.״
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר