בלאט 2 פון 2

פורסם:
פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:24 pm
דורך פישלע העררינג

פורסם:
מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:14 pm
דורך סאשי פיש

פורסם:
מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:33 pm
דורך zurich
איך ווייס נישט צו מען קען עס אנרופן קנאה. וואס פונקטליך איז ער מקנא דא? ער האט עפעס א אינטערעסע? רוף עס בעסער אן איי וועלט: מחאה!

פורסם:
מאנטאג יאנואר 20, 2014 9:14 pm
דורך טאמבל סאס
די מעלה דארט איז, אז למשל אין אזא אשכול ווייס איך איז מיר גענוג צו לייענען איין תגובה. ווייל אלעס ווייטער איז פשוט איבערגעחזר'ט.
כ'מיין, די נושאים דארט זענען אזוי מין אומאינטערעסאנט, און זיי האבן אזוי ווייניג וואס צוזאגן, אז אפ' ווען ס'קומט שוין יא צו א זאפטיגע סומאטאכע זע איך אלס נאכאמאל דעם זעלבן רמב"ם, דעם זעלבן כת שמאץ, און דעם זעלבן דשנים ורענענים'ס שירות זמירות איבערגעזונגען, חוזר ושונה, ככלב שב על קיאו.
אזא לאנגווייליגער פאלק!

פורסם:
מאנטאג יאנואר 20, 2014 9:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
די סיבה איז וויבאלד רוב עולם דארט איז געקנויטן פונעם זעלבן שוויציגן דרעק, ס'איז נישטא קיין דייוערסעטי. איינער זאגט דער צווייטער איז מסכים. צו ווייזן זיין טאלאנט לייגט ער אויס די ווערטער אביסל אנדערש אבער גרעפסט די זעלבע זאך. פאר די זעלבע סיבה איז דא דארטן 113 בלעטער אויך יעדע דרעקעשע ענין.

פורסם:
מאנטאג יאנואר 20, 2014 9:38 pm
דורך יאיר
צו צוגלייכן קאווע שטיבל צו די השכלה איז א שרעקליכער בזיון אויף די חכמי ההשכלה, און אויב פון קאווע בלעטער קען מען אראפגיין פון וועג איז אידישקייט אויף געהאקטע צרות.

פורסם:
מאנטאג יאנואר 20, 2014 9:49 pm
דורך לעיקוואד
זיי נישט אזוי מעריך די משכילים און זיי נישט אזוי מזלזל אין קאווע שטיבל. וועגן אידישקייט וועל איך נישט רעדן דא.

פורסם:
מאנטאג יאנואר 20, 2014 9:50 pm
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:זיי נישט אזוי מעריך די משכילים און זיי נישט אזוי מזלזל אין קאווע שטיבל.
ערשט האט דא איינער דערמאנט אז קאווע שטיבל איז א גוטע דוגמא ווי אזוי יעדער איז ביזי מיט נארישקייטן. אויסער דער איינער לאונלי חכם, פארשטייט זיך

.
נא פישעלע ווען קומט שוין ארויס נאך א אויסגאבע????

פורסם:
מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:47 pm
דורך מ גפני
@פישל'ע העררינג דיין בעיבי שלאפט נאך אלס נישט ביינאכט? מיר ווארטן מיט שפאנונג פאר נאך קאוועדיגע בלעטער

פורסם:
מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:25 pm
דורך פישלע העררינג
על ראשון ראשון. יא די בעיבי וויינט. און ניין, נישט נאר ביינאכט. איך בין אהיים פון מיין שווער בשעה טובה דעם זונטאג. עס קומט א גוטס אי"ה.