הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

הודעהדורך שיטה מקובצת » מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:19 pm

עס זענען פארהאן אומצאליגע סארט שלעכטע מענטשן און רשעים, אבער די ערגסטע זענען די היפאקריטן. ווי די גמרא אין מס' סוטה זאגט "הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס." די צבועים, די היפאקריטן, נישט נאר וואס זיי זענען קאלטבלוטיגע רשעים, דורכגעווייקטע שלעכטע מענטשן, האבן זיי נאך דעם גאל צו ווייזן א פרומען פנים, און ווי די מדרש זאגט: ארויסשטעקן זיינע כשר'ע חזיר פיסלעך און שרייען "אני טהור!".

עס איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן פון די כת יושבי חושך פון וועם ערליכע אידן ליידן ליידער זיך אן די לעצטע יאהרן. דאס זענען מענטשען וואס אמת איז בכלל נישט קיין ארטיקעל פאר זיי. עס אינטערסירט זיי נישט קיין פאקטען, און זיי ווילן נישט הערן דעם אמת. זיי ווילן זיצן אין דעם פינסטער און ווייטער שפינען זייערע דמיונות פון עהרליכקייט און פרומקייט, און ווילן זיך איינרעדן אז זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן אנהאלטן זייער פאלטשן פארמאט פון אידישקייט.

מיר קענען אבער האבן א געוויסע מאס רעספעקט אפילו פאר א יושב חושך. א מענטש וואס האט אינוועסטירט זיין לעבן אין די אידעאלאגיע פון זיצן אין חשכות, און פירט זיך אזוי זיין גאנץ לעבן, איז כאטש א מענטש וואס לעבט מיט א פרינציפ, הגם א גאר פארדרייטע פרינציפ. אבער די היפאקריטן וואס פרעדיגן נאר חשכות אבער זיי אליין ווילן טועם זיין פון דעם אנדערן זייט – זיי זענען די ערגסטע. זיי זענען די חזרים מיט כשר'ע חזיר-פיסלעך, די צבועים וואס זענען עושים מעשי זמרי, אבער זענען מבקשים שכר כפנחס.

די רעדע דא איז איבער דעם וועבסייט וואס ווערט גערופן "אייוועלט", וואס האלט נישט אויס אז מיר דא אין קאווע שטיבל קענען עוסק זיין און תורה, יראת שמים און חכמה, אן זיין צוגעבינדען צו די פילאזאפיע פון חשכות. זיי קענען נישט זעהן אז זייערע איינרעדענישן פון דאמינאנץ איבער אידישקייט גייט צוגרונד. זיי קענען נישט צוקוקן ווי אזויפיל עהרליכע אידן דארשטן נאך עהרליכקייט, אמת'דיגקייט, אבער דווקא מיט אפענע אויגן, מיט א ווילן אנצוקומען צו אמת.

זיי קענען נישט צוקוקן אז עס איז שייך פארצושטעלן א פראבלעם אן דעם וואס דער תירוץ זאל אויטאמאטיש מוזן זיין פארגעשריבן דורך יושבי חושך, און עס זאל אפילו נישט קענען זיין קיין דעבאטע. זיי קענען נישט זעהן אז ערליכע אידן זענען דן בכובד ראש, זה בכה וזה בכה. ווי ערענסט מיר נעמען די צוקונפט פון אונזערע דורות, ווי שטארק מיר לעכעצן צו טרעפן לעזונגען צו פראבלעמען, און ווי מיר זענען אפען צו הערן יעדע דעה, ווי לאנג ס'איז נשרש אין מסורת היהדות.

דאס עסט זיי אויף די הארץ. זיי, די וואס האבן פארקויפט זיין נשמה צו שטן, די וואס וואס דינען דעם עגל פון חשכות, נעמען אויף זיך א מיסיע אראפצורייסן יעדער וואס איז אנדערש פון זיי, יעדער וואס וויל נישט זיין אזוי פארפינסטערט, און יעדער וואס נעמט נישט פאר זיך א בלענק היתר צו טרינקען דאס בלוט פון יעדער וואס גייט נישט אין שפאן. זיי זענען פארנומען ערפינדען איסורים נוראים אויף נוצן שכל, אויף קומען דא אהער און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, אויף דן צו זיין בכובד ראש און איידעלקייט. פלוצלונג ווערן זיי גאנצע מבינים אויף "כפירה", און די צבועים ווייסן אייביג פונקטליך וואס טוט זיך אויף די "כפירה'דיגע" וועבסייטס.

מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל מסביר געוועהן דער פראבלעם פון צבועים. ער האט געזאגט אז די היפאקריטן רייסן אויס דעם דרך וואס א עהרליכער איד האט פאר זיך, ער נעמט אוועק די בחירה פון א עהרליכע איד זיך צו קענען פארעמען זיין וועג אין עבודת ה'. א עהרליכער איד האט פאר זיך א גרויסער יסוד, ווי דער פסוק זאגט אין תהילים "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים, ובדרך חטאים לא עמד, ובמושב לצים, לא ישב, כי אם בתורת ה' חפצו, ובתורתו יהגה יומם ולילה." דאס ווייזט פאר א פרומע איד ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי זיך אויסצוקלויבן א ריכטיגע חברותא, צו פארשטיין מיט וועמען זיך צו חבר'ן און מיט וועמען צו האבן א פארקער בעניני יהדות. ווי די גמ' זאגט אין סנהדרין אז די נקיי הדעת שבירושלים האבן זיך נישט געזעצט ביי א טיש נאר ווען זיי האבן געוואוסט מיט וועמען זיי זעצן זיך, און אז זיי זענען עהרליכע אידן.

א צבוע, א היפאקריט, האט רבי אביגדור מסביר געוועהן, רייסט אויס די עצה ווי אזוי צו זיין אן עהרליכער איד. ער נארט אויס עהרליכע אידן וואס זוכן דווקא אנדערע עהרליכע אידן, און מיט זיין כשר חזיר פיסל נארט ער אריין אידן וואס ווערן נתפעל פון זיין פאלטשע פרומקייט. קומט אויס אז דער גאנצער יסוד וואס איז מאיר דעם עהרליכן איד'ס דרך, דאס וואס באלייכט זיין וועג מיט וועם צו שמועסן און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, ווערט אונטערגעריסן דורך דעם היפאקריט.

זיצן זיך יושבי חושך אידעאלאגן אויף אייוועלט, פאטשן זיך כסדר דעם בויך ווי פרום זיי זענען, און רייסן אראפ די איינציגסטע עהרליכע אידישע סייט וואס איז יסודתו וקיומו על טהרת הקודש. א סייט וואס איז מקיים במלוא מובן המילה דעם פסוק אין מלאכי "אז נדברו יראי ה' איש את רעהו ויקשב ה' וישמע, ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה', איש אל רעהו."

און ווער רעדט דא? ווער איז דער היפאקריט און וואנדערט אויף סייט'ס וואס זיין חשכות זעלבסט אסר'ט עס? דאס איז דער זעלבער וועלכער זיצט אויף א סייט וואס איז געגרונדעט געווארן נועץ צו זיין צפרני חזיר בחומת ישראל. א סייט וואס איז געעפענט געווארן צו גיין בריש גלי ווידערשפעניגן אין הקב"ה, אראפווארפן פון זיך דעם עול פון איידעלקייט און צניעות, און רעדן די שמוציגסטע ניבול פה, וואס אפילו די מתוקנות שבאומות וואגן זיך דאס נישט.

דאס זענען די זעלבע וואס זיצן אויף א סייט וואס איז געוועהן די ערשטע אויף דעם ברייטען אינטערנעט צו עפענען די אויגן פון ערליכע אידן צו א וועלט פון די נידעריגסטע שמוץ וואס איז פארהאן, און אלעס אויף די אידישע שפראך, מיט חוצפה און גסות רוח וואס לאזט זיך גארנישט ארויסרעדן פון מויל.

דאס זענען די זעלבע וואס זענען געוועהן די ערשטע צו רעדן פון שמוציגע מאוויס, פון אברי האשה בפרטי פרטים, דורכטוהן ניבול'דיגע מעשיות וואס זענען יא אדער נישט געשעהן, קאנפרענץ קאל'ס צווישן אנשים ונשים, שמוציגע וויצן, און דאס אלעס אפען! ווי א אומשולדיגע בחור אדער יונגערמאן קען אנקומען מיט איין בטעות'דיגע קוועטש אויף א קנעפל ר"ל.

אט די מנובלים, די היפאקריטן וואס האבן זיך אדער יא מוחל געוועהן די עבירות אדער נישט, די וואס פרעדיגן פאר אנדערע וואס צו טוהן אבער ווילן אליינס טוהן וואס זייער פינסטערע הארץ באגערט, זיי גייען אונז פארקויפן וואס דאס איז אויטענטישע אידישקייט, זיי גייען אונז ווייסן דעם אמת'ן פנים פון דת ישראל! די מענטשן וואס לעבן נאר פון אראפרייסן יעדער וואס גייט נישט נאך זייער שפאן, וואס ווייסן נאר מיטצוזינגען און מיטשטימען מיט די כאר פון חשכות, זיי גייען פארגלייזן די אויגן און ברעטשענען מיט קראקאדייל טרערן וועגן אידישקייט.

יא, זיי שטעקן ארויס זייערע כשר'ע חזיר פיסלעך, אבער געדענק די פייערדיגע דברי חז"ל: הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס! און "עושים מעשי זמרי" איז בכלל נישט גיין גוזמא!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 542
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1282 מאל

הודעהדורך יושב קרן » מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:33 pm

שיטה מקובצת איך פארשטיי יא פארוואס מ'קען האקן אויף ק''ש אפילו ס'זאל נישט זיין אפענע כפירה איז די גייסט נישט אויסגעהאלטן אלעמאל, און געוויסע שרייבער געבן סטאף אויפצורעגן אן איידל'ן ליינער און מיט רעכט.
למשל נעכטן האב איך געליינט וואס כבודו יאיר האט געשריבן העכער א מוזיק ווידיא וואס ער האט ארויפגעלייגט פון א נארוועגיען זינגער

הערט אויס א הייליג שטיקל וואס קומט אויסגעשניצט פון כסא הכבוד אליין, פון נארוועגישן ראמאנטישער קאמפאזירער און פיאניסט


צו וואס פעלט דאס אויס? איז עס אויסגעהאלטן 100 פראצענט אזוי צו שרייבן?
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:35 pm

צום פונקט, שיטה.
בכלל וואונדערט מיר שוין לאנג וויאזוי אזעלכע הייליגע אפגעהיטענע תורה טרייע אידן "אשר לא כרעו לבעל" קענען זיצן אויפן אינטערנעט וואס איז "אסור בתכלית האיסור" לשיטתם. היפאקריטן איז נישט דאס ווארט.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3694 מאל

הודעהדורך ממרום שלח אש » מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:45 pm

כקען נישט כאפן צו שיטה מאכט זיך אדער מיינט מיט אן אמת זיין צבועדיגע, היפאקריטישע, מרה שחורדיגע, שווארצע, פעסימיסטישע, חשכותדיגע, כשר חזיר פיסלדיגע, מבקש שחר כפנחסדיגע אוסברוך.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:56 pm
האט שוין געלייקט: 544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:58 pm

6 בלאטיגע בלעטער דארט אין איין וואך אויף די נושא?!! א חידוש בעולם האיי.
--
ווען דער עולם וואלט נאר געוויסט אז איינע פון די מוחים דארט וואס זיין הארץ בלוטיגט איז נישט ווייניגער נאר מער, א מאלעסטער... וואלט גוט געווען.
א באנדע ליצים, חז"ל זאגן שוין, איי-עלמא כבי הילולא.

מי חכם שרייבט צום זאך
ק"ש האט אויך אויפגעדעקט אינטערעסאנטע אינפארמאציע איבערן עבר פון אייוועלט, וואס רוב שרייבער דא ווייסן נישט און די וואס יא ווילן פארגעסן דערפון.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך ידען » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:13 pm

וואס איז יעצט געשעהן אז מע האט אויפגערעגט שיטה מקובצת? :shock: :shock:

איך לייען ניט אזעלעכע שמיציגע פלעצער ווייסעך נישט וואס שיטה רעגט צעך.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1088 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:14 pm

ווער נאך ווי ר' אביגדור איז א מבין אויף היפאקריווסטע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:16 pm

פרייליך האט דארט געשריבן
אאוטששששש.. דאס הארץ רייסט.. די אויגן ציפט.. זעה איך גוט???

זאל מען רעדן? נישט רעדן? יא שרייבן? נישט שרייבן? אפשר קען מען צוברענגן א יוד לידי תקלה??

אבער אפשר דורך נישט שרייבן וועט מען זיכער צוקומען צו ליינען?..


די מחשבות זענען מיר דורכגעלאפן דעם געוועזענעם פרייטאג, ווען איך האבן געזעהן ווי די פארדארבענע קאווע.. האט זיך געבלעטעלט און עס מפרסם געווען ברבים רח"ל...

היינט צופרי ווען איך האב געזעהן אז איבער 400! דאונלאודס דערויף, זענען מיר געקומען צו די מסקנא לא עת לחשות... לאמיר כאטש פאר די וואס טראכטן וואס איז אז איך וועל מיך אביסל אויסלופטערן און ליינען... מה כל הרעש?? לאמיר זעהן וואס רבותינו ז"ל זאגן..

די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין, ואלו שאין להם חלק לעולם הבא.. רבי עקיבא אומר אף הקורא בספרים חיצוניים.

די הייליגע חפץ חיים שרייבט אין א בריוו שרעקליכע ווערטער: הלא בימינו אלה נתרבו סיבות ומאורעות נוראות שלא נשמע כמותם מעולם... ובוודאי צדיק ה' ולא חשיד קוב"ה דעביד דינא בלא דינא, ואם כן נחקורה בשל מי הרעה הזאת, כלל ישראל טובע בים של צרות...

אמנם כאשר נתבונן היטב ונעמיק בדברי חז"ל נמצא את הסיבות שגרמו לזה..איתא בחז"ל אמר ר' אלעזר כל המתלוצץ יסורים באים עליו... ורב קטינא אמר מזונות מתמעטין.. ור' תנחום אמר שגורם כליה לעולם... ור"א אומר תחילתו יסורים וסופו כלייה.

הנה בעונותינו הרבים המציא היצר הרע תחבולה חדשה להחטיא את אחינו בני ישראל בעון של ליצנות ולגרום הסתלקות ההשפעה מן העולם, והוא על ידי קריאת עיתונים שנמצא בהם דברי ליצנות ולשון הרע ורכילות ומחלקות ודברי כפירה ומינות.

ואם לא יהו נמצאים קוראים מקבלים כ"כ לזה כי אזי לא הדפיסו אותם... וכולם יהיו נתבעין לדין על זה בבואם ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, בין המדפיסים ובין הקוראין אותם.

על כן אחי ורעי הרוצה להנצל מהעונש הקשה הזה יתרחק בכל היכולת מלקרוא בעיתונים כאלה שיש בהם דברי ליצנות וניבול פה... ובשכר זה יתן לו ה' השפעה והצלחה במעשה ידיו ויזכה לכל טוב בזה ובבא.. (מכתבי חפץ חיים סי מב)


חוסו ורחמו עליכם ועל ביתכם לבל תשרפו נפשותיכם ונשמותיכם באש אשר כמעט אי אפשר לכבותה, אם לא ביד של דמעות ותשובה ותורה על איבוד נפשו ונפש בני ביתו (בית אברהם סלאנים).

אוי רבונו של עולם.. פירושים זענען איבריג.. ויהא זה וקבלתי כפרה על שהצצתי ונפגעתי..
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך שלמהלע » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:20 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:
זיי זענען פארנומען ערפינדען איסורים נוראים אויף נוצן שכל, אויף קומען דא אהער און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, אויף דן צו זיין בכובד ראש און איידעלקייט. פלוצלונג ווערן זיי גאנצע מבינים אויף "כפירה", און די צבועים ווייסן אייביג פונקטליך וואס טוט זיך אויף די "כפירה'דיגע" וועבסייטס.

זיצן זיך יושבי חושך אידעאלאגן אויף אייוועלט, פאטשן זיך כסדר דעם בויך ווי פרום זיי זענען, און רייסן אראפ די איינציגסטע עהרליכע אידישע סייט וואס איז יסודתו וקיומו על טהרת הקודש. א סייט וואס איז מקיים במלוא מובן המילה דעם פסוק אין מלאכי "אז נדברו יראי ה' איש את רעהו ויקשב ה' וישמע, ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה', איש אל רעהו."


שיטה'לע; אין א וועלט פון ווארט-פרייהייט געב איך דיר די פולע רעכטן צו האקן אויף אייוועלט, און איך געב די פולע רעכטן פאר אייוועלט צו האקן אויף קאווע שטיבל, עס זענען צוויי אנדערע מהותים וואס וועלן קיינמאל לעבן בשלום. און איך האף אז דו פארשטייסט אז עס געקומען די צייט פאר פרומע אידן זיך צו שטעלן אויף זייערע רעכטן און ארויס'זרק'ענען בשן ועין די אלע וואס שטערן זיי און קרוכן זיי אויף די הינער אויג, פאקטיש זענען זיי אין אמעריקא, און זיי מעגן און מוזן געניסן פון די זעלבע פרייהייט ווי אלעמען. יעדער האט די רעכט צו זיין נישט פרום און נישט קנאות'דיג, אבער די פרומע און קנאות'דיגע זענען נישט מחוייב צו באהאנדלן די אומפרימע מיט זיידענע הענטשוך, זיי געבן קאווע, עליות, און לאזן זייערע קינדער לערנען מיט זיי. זיי מעגן טון וואס זיי ווילן! פונקט ווי דו מעגסט טון וואס דו ווילסט, און זיי מעגן שרייען ווען עס טוט זיי וויי.

איך בין איבערצייגט אז דו ווייסט דאס אויך גוט, און פון דיינע ווערטער איז פשוט משמע אז דו ווילסט "אויך" שרייען אויף זיי און זיך נישט לאזן טרעטן אויף "דיינע רעכטן". נו, כל הכבוד! יעצט איז עס געבעלענסט.

אבער דאס וואס דו קענסט ממש נישט פארשטיין "פארוואס" זיי שרייען אויף דעם וואס מען איז "דן ענינים בכובד ראש און איידעלקייט" ממש עס שטעלט זיך נישט אויפן שכל... וואלט איך דיר געזאגט: אז מען מאכט זיך בלינד ווערט מען...

דער וועבסייט דא איז נישט די ערשטע אדרעס ווען מען זוכט איידעלקייט. נאטינג פערסאנעל. דו מעגסט און דו זאלסט שרייבן אלעס וואס ליגט דיר אין בויך. אבער לייג נישט אריין דיין קאפ אין זאמד ווי דער בת היענה.
שלמהלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:53 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:21 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:פרייליך האט דארט געשריבן
אאוטששששש.. דאס הארץ רייסט.. די אויגן ציפט.. זעה איך גוט???

זאל מען רעדן? נישט רעדן? יא שרייבן? נישט שרייבן? אפשר קען מען צוברענגן א יוד לידי תקלה??

אבער אפשר דורך נישט שרייבן וועט מען זיכער צוקומען צו ליינען?..


די מחשבות זענען מיר דורכגעלאפן דעם געוועזענעם פרייטאג, ווען איך האבן געזעהן ווי די פארדארבענע קאווע.. האט זיך געבלעטעלט און עס מפרסם געווען ברבים רח"ל...

היינט צופרי ווען איך האב געזעהן אז איבער 400! דאונלאודס דערויף, זענען מיר געקומען צו די מסקנא לא עת לחשות... לאמיר כאטש פאר די וואס טראכטן וואס איז אז איך וועל מיך אביסל אויסלופטערן און ליינען... מה כל הרעש?? לאמיר זעהן וואס רבותינו ז"ל זאגן..

די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין, ואלו שאין להם חלק לעולם הבא.. רבי עקיבא אומר אף הקורא בספרים חיצוניים.

די הייליגע חפץ חיים שרייבט אין א בריוו שרעקליכע ווערטער: הלא בימינו אלה נתרבו סיבות ומאורעות נוראות שלא נשמע כמותם מעולם... ובוודאי צדיק ה' ולא חשיד קוב"ה דעביד דינא בלא דינא, ואם כן נחקורה בשל מי הרעה הזאת, כלל ישראל טובע בים של צרות...

אמנם כאשר נתבונן היטב ונעמיק בדברי חז"ל נמצא את הסיבות שגרמו לזה..איתא בחז"ל אמר ר' אלעזר כל המתלוצץ יסורים באים עליו... ורב קטינא אמר מזונות מתמעטין.. ור' תנחום אמר שגורם כליה לעולם... ור"א אומר תחילתו יסורים וסופו כלייה.

הנה בעונותינו הרבים המציא היצר הרע תחבולה חדשה להחטיא את אחינו בני ישראל בעון של ליצנות ולגרום הסתלקות ההשפעה מן העולם, והוא על ידי קריאת עיתונים שנמצא בהם דברי ליצנות ולשון הרע ורכילות ומחלקות ודברי כפירה ומינות.

ואם לא יהו נמצאים קוראים מקבלים כ"כ לזה כי אזי לא הדפיסו אותם... וכולם יהיו נתבעין לדין על זה בבואם ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, בין המדפיסים ובין הקוראין אותם.

על כן אחי ורעי הרוצה להנצל מהעונש הקשה הזה יתרחק בכל היכולת מלקרוא בעיתונים כאלה שיש בהם דברי ליצנות וניבול פה... ובשכר זה יתן לו ה' השפעה והצלחה במעשה ידיו ויזכה לכל טוב בזה ובבא.. (מכתבי חפץ חיים סי מב)


חוסו ורחמו עליכם ועל ביתכם לבל תשרפו נפשותיכם ונשמותיכם באש אשר כמעט אי אפשר לכבותה, אם לא ביד של דמעות ותשובה ותורה על איבוד נפשו ונפש בני ביתו (בית אברהם סלאנים).

אוי רבונו של עולם.. פירושים זענען איבריג.. ויהא זה וקבלתי כפרה על שהצצתי ונפגעתי..

#Iveltesque
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך שרייבער » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:25 pm

ס'איז דא צומאל ווען מענטשן זיצן אין א באקס, און זעהן נישט גארנישט נאר זיך און זיך, ליינענדיג דעם ארטיקל פון "שיטה" האב איך מיר דערמאנט פון א ארטיקל פון "קופערניקס" viewtopic.php?f=24&t=5413&hilit=%D7%A4%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%A9 און איך קלער אז ס'וועט נישט זיין אזוי שארף אויב איך וועל מגיה זיין שיטה'ס ארטיקל, און ביטע קיינער זאל עס נישט נעמען פערסאנעל, מיין געדאנק איז נאר, "האק נישט אויף יענעם ווען יענער האקט אויף דיר אז דו גייסט אריבער זיינע גדרים, ווייל דו אליין האקסט אויך אויף א צווייטן ווען יענער גייט אריבער דיינע גדרים"

עס זענען פארהאן אומצאליגע סארט שלעכטע מענטשן און רשעים, אבער די ערגסטע זענען די היפאקריטן. ווי די גמרא אין מס' סוטה זאגט "הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס." די צבועים, די היפאקריטן, נישט נאר וואס זיי זענען קאלטבלוטיגע רשעים, דורכגעווייקטע שלעכטע מענטשן, האבן זיי נאך דעם גאל צו ווייזן א פרומען פנים, און ווי די מדרש זאגט: ארויסשטעקן זיינע כשר'ע חזיר פיסלעך און שרייען "אני טהור!".

עס איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן פון די כת יושבי חושך פון וועם ערליכע אידן ליידן ליידער זיך אן די לעצטע יאהרן. דאס זענען מענטשען וואס אמת איז בכלל נישט קיין ארטיקעל פאר זיי. עס אינטערסירט זיי נישט קיין פאקטען, און זיי ווילן נישט הערן דעם אמת. זיי ווילן זיצן אין דעם פינסטער און ווייטער שפינען זייערע דמיונות פון עהרליכקייט און פרומקייט, און ווילן זיך איינרעדן אז זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן אנהאלטן זייער פאלטשן פארמאט פון אידישקייט.

מיר קענען אבער האבן א געוויסע מאס רעספעקט אפילו פאר א יושב חושך. א מענטש וואס האט אינוועסטירט זיין לעבן אין די אידעאלאגיע פון זיצן אין חשכות, און פירט זיך אזוי זיין גאנץ לעבן, איז כאטש א מענטש וואס לעבט מיט א פרינציפ, הגם א גאר פארדרייטע פרינציפ. אבער די היפאקריטן וואס פרעדיגן נאר חשכות אבער זיי אליין ווילן טועם זיין פון דעם אנדערן זייט – זיי זענען די ערגסטע. זיי זענען די חזרים מיט כשר'ע חזיר-פיסלעך, די צבועים וואס זענען עושים מעשי זמרי, אבער זענען מבקשים שכר כפנחס.

די רעדע דא איז איבער דעם וועבסייט וואס ווערט גערופן "קאווע שטיבל", וואס האלט נישט אויס אז מיר דא אין "פאליש" קענען עוסק זיין און תורה, יראת שמים און חכמה, אן זיין צוגעבינדען צו די פילאזאפיע פון חשכות. זיי קענען נישט זעהן אז זייערע איינרעדענישן פון דאמינאנץ איבער אידישקייט גייט צוגרונד. זיי קענען נישט צוקוקן ווי אזויפיל עהרליכע אידן דארשטן נאך עהרליכקייט, אמת'דיגקייט, אבער דווקא מיט אפענע אויגן, מיט א ווילן אנצוקומען צו אמת.

זיי קענען נישט צוקוקן אז עס איז שייך פארצושטעלן א פראבלעם אן דעם וואס דער תירוץ זאל אויטאמאטיש מוזן זיין פארגעשריבן דורך יושבי חושך, און עס זאל אפילו נישט קענען זיין קיין דעבאטע. זיי קענען נישט זעהן אז ערליכע אידן זענען דן בכובד ראש, זה בכה וזה בכה. ווי ערענסט מיר נעמען די צוקונפט פון אונזערע דורות, ווי שטארק מיר לעכעצן צו טרעפן לעזונגען צו פראבלעמען, און ווי מיר זענען אפען צו הערן יעדע דעה, ווי לאנג ס'איז נשרש אין מסורת היהדות.

דאס עסט זיי אויף די הארץ. זיי, די וואס האבן פארקויפט זיין נשמה צו שטן, די וואס וואס דינען דעם עגל פון חשכות, נעמען אויף זיך א מיסיע אראפצורייסן יעדער וואס איז אנדערש פון זיי, יעדער וואס וויל נישט זיין אזוי פארפינסטערט, און יעדער וואס נעמט נישט פאר זיך א בלענק היתר צו טרינקען דאס בלוט פון יעדער וואס גייט נישט אין שפאן. זיי זענען פארנומען ערפינדען איסורים נוראים אויף נוצן שכל, אויף קומען דא אהער און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, אויף דן צו זיין בכובד ראש און איידעלקייט. פלוצלונג ווערן זיי גאנצע מבינים אויף "כפירה", און די צבועים ווייסן אייביג פונקטליך וואס טוט זיך אויף די "כפירה'דיגע" וועבסייטס.

מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל מסביר געוועהן דער פראבלעם פון צבועים. ער האט געזאגט אז די היפאקריטן רייסן אויס דעם דרך וואס א עהרליכער איד האט פאר זיך, ער נעמט אוועק די בחירה פון א עהרליכע איד זיך צו קענען פארעמען זיין וועג אין עבודת ה'. א עהרליכער איד האט פאר זיך א גרויסער יסוד, ווי דער פסוק זאגט אין תהילים "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים, ובדרך חטאים לא עמד, ובמושב לצים, לא ישב, כי אם בתורת ה' חפצו, ובתורתו יהגה יומם ולילה." דאס ווייזט פאר א פרומע איד ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי זיך אויסצוקלויבן א ריכטיגע חברותא, צו פארשטיין מיט וועמען זיך צו חבר'ן און מיט וועמען צו האבן א פארקער בעניני יהדות. ווי די גמ' זאגט אין סנהדרין אז די נקיי הדעת שבירושלים האבן זיך נישט געזעצט ביי א טיש נאר ווען זיי האבן געוואוסט מיט וועמען זיי זעצן זיך, און אז זיי זענען עהרליכע אידן.

א צבוע, א היפאקריט, האט רבי אביגדור מסביר געוועהן, רייסט אויס די עצה ווי אזוי צו זיין אן עהרליכער איד. ער נארט אויס עהרליכע אידן וואס זוכן דווקא אנדערע עהרליכע אידן, און מיט זיין כשר חזיר פיסל נארט ער אריין אידן וואס ווערן נתפעל פון זיין פאלטשע פרומקייט. קומט אויס אז דער גאנצער יסוד וואס איז מאיר דעם עהרליכן איד'ס דרך, דאס וואס באלייכט זיין וועג מיט וועם צו שמועסן און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, ווערט אונטערגעריסן דורך דעם היפאקריט.

זיצן זיך יושבי חושך אידעאלאגן אויף קאווע שטיבל, פאטשן זיך כסדר דעם בויך ווי פרום זיי זענען, און רייסן אראפ די איינציגסטע עהרליכע אידישע סייט וואס איז יסודתו וקיומו על טהרת הקודש. א סייט וואס איז מקיים במלוא מובן המילה דעם פסוק אין מלאכי "אז נדברו יראי ה' איש את רעהו ויקשב ה' וישמע, ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה', איש אל רעהו."

און ווער רעדט דא? ווער איז דער היפאקריט און וואנדערט אויף סייט'ס וואס זיין חשכות זעלבסט אסר'ט עס? דאס איז דער זעלבער וועלכער זיצט אויף א סייט וואס איז געגרונדעט געווארן נועץ צו זיין צפרני חזיר בחומת ישראל. א סייט וואס איז געעפענט געווארן צו גיין בריש גלי ווידערשפעניגן אין הקב"ה, אראפווארפן פון זיך דעם עול פון איידעלקייט און צניעות, און רעדן די שמוציגסטע ניבול פה, וואס אפילו די מתוקנות שבאומות וואגן זיך דאס נישט.

דאס זענען די זעלבע וואס זיצן אויף א סייט וואס איז געוועהן די ערשטע אויף דעם ברייטען אינטערנעט צו עפענען די אויגן פון ערליכע אידן צו א וועלט פון די נידעריגסטע שמוץ וואס איז פארהאן, און אלעס אויף די אידישע שפראך, מיט חוצפה און גסות רוח וואס לאזט זיך גארנישט ארויסרעדן פון מויל.

דאס זענען די זעלבע וואס זענען געוועהן די ערשטע צו רעדן פון שמוציגע מאוויס, פון אברי האשה בפרטי פרטים, דורכטוהן ניבול'דיגע מעשיות וואס זענען יא אדער נישט געשעהן, קאנפרענץ קאל'ס צווישן אנשים ונשים, שמוציגע וויצן, און דאס אלעס אפען! ווי א אומשולדיגע בחור אדער יונגערמאן קען אנקומען מיט איין בטעות'דיגע קוועטש אויף א קנעפל ר"ל.

אט די מנובלים, די היפאקריטן וואס האבן זיך אדער יא מוחל געוועהן די עבירות אדער נישט, די וואס פרעדיגן פאר אנדערע וואס צו טוהן אבער ווילן אליינס טוהן וואס זייער פינסטערע הארץ באגערט, זיי גייען אונז פארקויפן וואס דאס איז אויטענטישע אידישקייט, זיי גייען אונז ווייסן דעם אמת'ן פנים פון דת ישראל! די מענטשן וואס לעבן נאר פון אראפרייסן יעדער וואס גייט נישט נאך זייער שפאן, וואס ווייסן נאר מיטצוזינגען און מיטשטימען מיט די כאר פון חשכות, זיי גייען פארגלייזן די אויגן און ברעטשענען מיט קראקאדייל טרערן וועגן אידישקייט.

יא, זיי שטעקן ארויס זייערע כשר'ע חזיר פיסלעך, אבער געדענק די פייערדיגע דברי חז"ל: הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס! און "עושים מעשי זמרי" איז בכלל נישט גיין גוזמא!
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

הודעהדורך ידען » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:27 pm

יעצט פארשטיי איך אביסעל.

איך זעה דארט אז מע שרייבט און מע האקט אויף קאווע שטיבל מיט אזעלעכע ליגענטס.

פארוואס טוען זיי עס?

כאב מיך קודם גערעגט אויף שיטה מקובצת ווייל מע דארף נישט רעדען וועגען מענטשען וואס האלטען נישט אויס אז סיז דא נארמאלע מענטשען אויכעט אבער ער האט זייער גוט געשריבען און א שאד אז מע קען נאר איין מאל לייקען.

איך זעה איינער וואס האט גענעמען מיין ניק און רופט זיך ״קנאפער ידען״ און נאה שמו ווייל ער שרייבט געהעריג ליגענט אז מאחורי הפרגוד איז א שמיציגע פלאץ און אז מע שרייבט ניוויל פה. כאב שוין לאנג נישט געזעהן אזא ליגענט ווייל דארט מעקט מען זאכן וואס אפי׳ סיז נישט איידעל און מע קען מיינען אז סע פאסט נישט פאר ערלעכע אידען מעקט מען עס אויס.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1088 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:34 pm

יושב קרן האט געשריבן:שיטה מקובצת איך פארשטיי יא פארוואס מ'קען האקן אויף ק''ש אפילו ס'זאל נישט זיין אפענע כפירה איז די גייסט נישט אויסגעהאלטן אלעמאל, און געוויסע שרייבער געבן סטאף אויפצורעגן אן איידל'ן ליינער און מיט רעכט.
למשל נעכטן האב איך געליינט וואס כבודו יאיר האט געשריבן העכער א מוזיק ווידיא וואס ער האט ארויפגעלייגט פון א נארוועגיען זינגער

הערט אויס א הייליג שטיקל וואס קומט אויסגעשניצט פון כסא הכבוד אליין, פון נארוועגישן ראמאנטישער קאמפאזירער און פיאניסט


צו וואס פעלט דאס אויס? איז עס אויסגעהאלטן 100 פראצענט אזוי צו שרייבן?

איך גלייב אז יעדער פארשטייט אז די כונה איז פאעטיש. אזוי ווען די תורה שרייבט די וואך ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר, אדער אזוי ווי ווען איך האב געהערט א ווארט לעצטע וואך בשם א צדיק אז דער רבי ר' אלימלך איז געווען די שם הויה אראפגעקומען אין א זשופיציע, אויב מען וועט דאס נעמען כפשוטו איז דאך דאס ממש קריסטנטום. מוז מען על כרחך זאגן אז מענטשן רעדן מיט פאעטישע משלים כדי צו צוברעכן דעם אויער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:37 pm

יאיר,
לסבר או לשבר?
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 342 מאל

הודעהדורך לבי במזרח » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:52 pm

יאיר האט געשריבן: כדי צו צוברעכן דעם אויער.


:lol:
Yairesque#
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 614 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך זיידעטשקע » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:03 am

פאר די וואס ווייסן נישט פון אייוועלט'ס מעשי זמרי, אזוי האט זיך אייוועלט אנגעפאנגען
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (228.17 KiB) געזען געווארן 7699 מאל
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך zurich » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:06 am

איך זאג ענק צו אז דעי שרייבער וואס האקט דארט איז א געהעריגער שרייבער דא אין שטיבל ער וויל נאר זיין זיס און זיך "געפעלן" פאר די גרינע רויטע חברה דארט.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך zurich » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:08 am

זיידעטשקע רוב פון די אמאליגע שרייבער זענען שוין נישט דארט סא דעי פיקטשער איז נישט קיין ראיה
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:10 am

יושב קרן האט א שטיקל נקודה. לאמיר זאגן אז עטליכע פעלער קען מען פארענטפערן, מוז מען אבער פארט מודה זיין אז טיילמאל שרייבט מען דא זאכן וואס היימישע אידן דארפן נישט שרייבן און ליינען, און חוץ דעם עוולה דערפון כלפי שמיא, שפילט מען אריין אין די מיילער פון די 'ערליכע' חברה.

עס איז נישט נוגע לענינינו זייער עבר. יעדער קען תשובה טאן. פאקטיש היינט שרייבן זיי נישט קיין שלעכטע זאכן און זענען אפגעהיטן, און אפילו דעם איינעם טענה אז די פרומע בארעדן לשה"ר אויף אנדערע אידן איז נישט גילטיג דארט. הגם עס איז אויך ווייט נישט פערפעקט ויש מקום לתקן.

מיר לעבן טאקע נישט פאר יענעם, אבער למיחש מיהא בעי, מיר זעהען דאך אז עטליכע שרייבער דארט קומען שוין פון מאחורי און זיי שרייבן שרעקליך אויף אונז (כאטש איך זאג אז עס איז שטארק איבערגעטריבן), לאמיר אלזא מקיים זיין דעם והייתם נקיים, מיט אונזערע שפראך, אויסדרוקן, מקורות, עס איז נישט וויכטיג צו פארהייליגן און אויסשמועסן אלע אפגעפרעגטע משכילים און אויסדרוקן ליבשאפט צו ניגונים פון קלויסטער, עס שמעקט נישט גוט. עס זענען פאראן גענוג גוטע טעמעס צו שמועסן אויך אן די קאנטרעוועסיאלע ענינים.

בתקוה אז לעיקוואד וועט מיר נישט פארשטיינערן, און אויב יא, תהא מיתתי כפרתי...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך משה געציל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:14 am

איינער איז מגיב דארט;

איך האב געהערט אז דארט לאכט מען אפ מכל הקודש לנו, זיי שטעלן זיך נישט אב ביי גארנישט! מיין חבר וואס באזוכט דארט ליידער זאגט מיר אז זיי לאכן אפ פונעם מנהג קודש וקדום פון נישט קיין מיט קיין קרוין אויפן שטריימל, אפרא לפומיהו!


איך האף אז מיין סארקאזאם דיטעקטאר איז צובראכען...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2731 מאל

הודעהדורך יושב קרן » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:17 am

יאיר האט געשריבן:
יושב קרן האט געשריבן:שיטה מקובצת איך פארשטיי יא פארוואס מ'קען האקן אויף ק''ש אפילו ס'זאל נישט זיין אפענע כפירה איז די גייסט נישט אויסגעהאלטן אלעמאל, און געוויסע שרייבער געבן סטאף אויפצורעגן אן איידל'ן ליינער און מיט רעכט.
למשל נעכטן האב איך געליינט וואס כבודו יאיר האט געשריבן העכער א מוזיק ווידיא וואס ער האט ארויפגעלייגט פון א נארוועגיען זינגער

הערט אויס א הייליג שטיקל וואס קומט אויסגעשניצט פון כסא הכבוד אליין, פון נארוועגישן ראמאנטישער קאמפאזירער און פיאניסט


צו וואס פעלט דאס אויס? איז עס אויסגעהאלטן 100 פראצענט אזוי צו שרייבן?

איך גלייב אז יעדער פארשטייט אז די כונה איז פאעטיש. אזוי ווען די תורה שרייבט די וואך ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר, אדער אזוי ווי ווען איך האב געהערט א ווארט לעצטע וואך בשם א צדיק אז דער רבי ר' אלימלך איז געווען די שם הויה אראפגעקומען אין א זשופיציע, אויב מען וועט דאס נעמען כפשוטו איז דאך דאס ממש קריסטנטום. מוז מען על כרחך זאגן אז מענטשן רעדן מיט פאעטישע משלים כדי צו צוברעכן דעם אויער.

דו גלייבסט נישט גוט! נישט יעדער איז אזא חכם און א פאעט. דא איז א מקום ווי אלע דרגות ליינען פארוואס זאל מען ששרייבן זאכן וואס גריצלן די אויגן אפילו ס'איז מותר? ווי שמעקעדיג איז עס שיין מסביר ס'פעלט נישט אויס צו שרייבן קאנטרווערסאל, און ס'איז דאך נישט געווען אזא וויכטיגע זאך אז זאלסט נישט קענען ביישטיין דעם נסיון גלייב איך.
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך יושב קרן » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:17 am

משה געציל האט געשריבן:איינער איז מגיב דארט;

איך האב געהערט אז דארט לאכט מען אפ מכל הקודש לנו, זיי שטעלן זיך נישט אב ביי גארנישט! מיין חבר וואס באזוכט דארט ליידער זאגט מיר אז זיי לאכן אפ פונעם מנהג קודש וקדום פון נישט קיין מיט קיין קרוין אויפן שטריימל, אפרא לפומיהו!


איך האף אז מיין סארקאזאם דיטעקטאר איז צובראכען...

איך האב אויך נישט געוויסט צו יענען מאכט זיך אדער נישט...
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:23 am

נאכען ליינען און זען ווי נאריש סאיז צי שטיין און האקן אויף יענעם, דארף מען זען מיר זאלן נישט האבן דאס זעלבע פנים ווי זיי.

פארוואס האב איך געדארפט אויסגעפינען פון אייוועלט אז קאוע בלעטעל איז אויף לדעת?
א שאד לדעת האט נישט קיין מאביל עפפ מוואלט געקענט עס רעטען איין סטאר.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3772
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:24 am

שוין, שמעקעדיג האסט מיר גורם געווען צו האבן א אייוועלט קאמפלעקס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9455 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:25 am

@שרייבער/ איך כאפ נישט דיין פוינט. קיינער האט נישט "געהאקט" אויף פאליש, און זיכער האט קיינער נישט געזאגט שקרים וכזבים וועגן פאליש. @קופערניקוס האט נאר ארויסגעברענגט אז ס'איז א רחמנות ווי אזוי די חברה דארטען קיקן אויס. חוץ מזה, פאליש איז אפיציעל א פלאץ פאר אפגעפארענע מענטשען און מ'שרייבט דארטען שבת ר"ל. חוץ פון דעם, @שיטה מקובצת'ס עיקר פוינט איז די היפאקראטיע פון די אייוועלט חברה
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט

cron