בלאט 16 פון 16

Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 7:44 pm
דורך חסיד פון ליטא
דערמאנט מיר פון וואס כ'האב אמאל געהערט וועגן צוויי גור'ע יונגעלייט וואס האבן געארבעט אויף א ספר וואס פרעגט אסאך שטארקע קושיות אויפן ויואל משה'ניו מיט אזעלכע באבע תירוצים דוחקים ע"ג דוחקים אבי ס'זאל בלייבן די שי"טה הק'...

איך מיין אז אסאך קאווע שטיבלער דרייען דארט די בצים.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 14, 2019 11:23 pm
דורך שיטה מקובצת
זיצן זיך די חברה און פאטשעקענען די צייט אויף די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה קעגן די פסק פון אלע זייערע רבנים, און זיי האבן א פראבלעם אז דער בדחן ר' שווארץ אינספירירט אידן פאר'ן סדר אויף א אנדערע וועג ווי זייער טאטע האט זיך געפירט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=39448

#צבועות_האט_נישט_קיין_שיעור

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:07 am
דורך יואלי וואלפסאן
גראדע האלט איך זיי זענען גערעכט.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 15, 2019 9:00 am
דורך shem-tov
נאכן ליינען די 9 בלעטלעך פון פשוטע שנאת חינם און העיט אויף יודישע קינדער צוליבן הארבן חטא פון מאכן א קומזיץ פאר פסח, געשריבן דורך אזעלעכע בעלי שנאה וקנאה פארגרעבטע שטיקער סופער ליידיגייער וואס קאכן זיך אין מאמרי טראמפ הקדוש והטהור שליט"א ממש מיט יגיעה שוין 3 יאר אן א אויפהער בליע"ר, און בעפאר דעם אין מאמרי אבאמא שליט"א גענוי ווי אונזערע עלטערן האבן זיך געגרייט צום סדר, איך שפיר איך מוז צוריקלויפן אין מקוה זעך רייניגן כאטשיק כבין ממש יעצט געווען. די גרעסטע רחמנות נעבעך אלע פון זיי האלטן באמת אז זיי זענען מיט א האר גרעסער און חשובער ביים באשעפער ווי אט די קומזיץ זיצער ווייל ער האט ריכטיג ארויס וועם מען דארף פיינט האבן אוי זענען מיר אין דער ערד. נישטא מער גארנישט גוד לאק

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 15, 2019 9:28 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
זייטס מוחל דאס מאל זענען זיי גערעכט, אין רעג זיך נישט. אין מען דארף טאקע מאכן א חשבון הנפש דערויף, איי זיי זענען פארנומען אויך מיט טראמפ, א גוטע קשיא, אבער דאס פרעגט נאך נישט אפ, זייערע טענות..

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 15, 2019 6:23 pm
דורך ווייל אזוי
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:זייטס מוחל דאס מאל זענען זיי גערעכט, אין רעג זיך נישט. אין מען דארף טאקע מאכן א חשבון הנפש דערויף, איי זיי זענען פארנומען אויך מיט טראמפ, א גוטע קשיא, אבער דאס פרעגט נאך נישט אפ, זייערע טענות..


שם טוב איז מיליאן פארצענט גערעכט.

איך קוק עס אן אלץ צוויי זאכן מ'דארף נישט צוזאמשטעלן די פרא טראמפ מיט די אנטי קומזיץ אבער למעשה זענען עס די זעלבע חברה...

הודעהפורסם: זונטאג מאי 19, 2019 11:23 pm
דורך shem-tov
עטליכע שרייבן דארט נאך א מזל זיי זענען נישט געגאנגן צום הייזער עקספאו ווייל סאיז געווען מוראדיגע תערובות רח"ל... כמיין אז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער איז יא געגאנגן איז געווען ווייל ער האט געהערט סוועט זיין נשים

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 20, 2019 12:56 am
דורך קאצקע ציקער
.

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 20, 2019 7:13 am
דורך איסר האטלקי
פרעג אים ווער ס'גייט אין גראסערי יעדע מאל ער דארף עפעס.

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 20, 2019 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
גאנצל האט געשריבן:גראדע איך פארשטיי די טענה פון א מעריץ מהרא פערספעקטיוו ר' אהרן האט זיך אויסגעשטעלט די לעצטע יארן אלס דער ערליכער און אלס רעכטער וואס איז געגאנגען אן פשרות יעדע זאך וואס ער האט געטון האט ער זיך מסביר געווען און ווער ס'איז נישט דוקא זיינס א פרעזענליכע שונא האט פארשטאנען זיין מהלך וואס גייט אויפ'ן ליניע פון גראדקייט

און יעצט טענהן זיינע חסידים צו אים האסט זיך ארויסגעשטעלט קעגן כינוס כלל ישראל וועגן תקנות מהאלאוויץ איך פארשטיי דיר האסט זיך ארויסגעשטעלט קעגן די שקרים ארום די אויערבאך באבעל פארשטאנטי דו האלטסט אן גאר עקסטרעים מיט צניעות גם זה הבנתי דו גייסט צו צום צומת הגידין אזוי ווי סאטמאר איז געוואוינט ענדערש ווי מער מהודר לכתחלה נישט קיין דיעבד מ'וועל מיר מיט גיין שחיטה מונחת מהודרדיגע חיטים איך גיי מיט יעצט ווען ס'קומט צו סקרינס א אפגעפרעגטע זאך ביי אלע חסידישע רביס און ערליכע אידן מאך נישט דאס גענאר פון מיר פאר די געלט קען איך דאך בלייבן א סיקריק און גיין מיט די לינקע היפארקריטשע זאלי פון חנוך עצמאי התחברות לאגודה און עסן יעדנס פלייש און אראפ א עול פון קאפ

איך בין כמעט זעכער אז די סקרינס דייען דארט נישט ארבעטן

גאנצל: איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש. (און אין איין שיטה). איך שריי שוין עטליכע יאר איבער די אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. אויסער דאס פיקחות און ישרות פון מהר"א שליט"א וואס האטציך אויפגעוויזן א יעדעס מאל.
נאר איך בין כקול קורא במדבר. מ'לאזט מיך שרייען ביז איך ווער הייזעריג. (עטץ הערטץ נישט ווי מיינע ווערטער שרייען ארויס פונ'ם פאפיר.כ'מיין סקרין...! און מ'איגנאר'ט מיך אינגאנצן. ס'איז נישט דא קיין תגובות הן לטב והן למוטב. (כ'בין מסכים עטץ זאלוני חסידים זאלטץ מיך אנשרייען און אנזידלען און אפילו חוזק מאכן. נאר נישט איגנארירן...לאל.). כ'עללמיך באנוצן מיט א פסוק וואס הרב ישראל מ. סופר זכותו יגון עלינו פלעגט זיך א סאך באנוצן..."כמים קרים על נפש עייפה"...אזוי זענען דיינע ווערטער פאר מיר...!

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 20, 2019 9:16 pm
דורך calculator
berlbalaguleh האט געשריבן:גאנצל: איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש. (און אין איין שיטה). איך שריי שוין עטליכע יאר איבער די אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. אויסער דאס פיקחות און ישרות פון מהר"א שליט"א וואס האטציך אויפגעוויזן א יעדעס מאל.
נאר איך בין כקול קורא במדבר. מ'לאזט מיך שרייען ביז איך ווער הייזעריג. (עטץ הערטץ נישט ווי מיינע ווערטער שרייען ארויס פונ'ם פאפיר.כ'מיין סקרין...! און מ'איגנאר'ט מיך אינגאנצן. ס'איז נישט דא קיין תגובות הן לטב והן למוטב. (כ'בין מסכים עטץ זאלוני חסידים זאלטץ מיך אנשרייען און אנזידלען און אפילו חוזק מאכן. נאר נישט איגנארירן...לאל.). כ'עללמיך באנוצן מיט א פסוק וואס הרב ישראל מ. סופר זכותו יגון עלינו פלעגט זיך א סאך באנוצן..."כמים קרים על נפש עייפה"...אזוי זענען דיינע ווערטער פאר מיר...!


די מעשה איז, "אהרן" איז בכלל נישט קיין גראדע מענטש מיט א שכל הישר, נאר אהרן האט נישט קיין געדולד צו די גאנצע קנאות, אים איז אסאך בעסער צו זיין א רבי ווי די אנדערע רבי'ס, ער זעהט נישט ווי ער וועט אנקומען מיטן פראווענען קנאי, די מינימאלע קנאות צו זיין א סאטמארא רבי פראבירט ער נאכצוקומען, אויך ווייל ער האט מורא פון די צד השני אז מען וועט אויף אים שרייען אז ער איז משנה, אלזא זיכט ער צו שטיין ווייט פון דעם. און צופאל איז ער געווען גערעכט דא ביי די פרשה פון הרב אויערבאך, און ביי גיוס, ווי די זאליס מחמת גרויס אהבה צו קנאות גייען דא מיטן קאפ אין וואנט.

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 20, 2019 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
קאלקיולעיטאר: אויף דיר קענמען זאגן אז דו ביסט אזוי ווי דער שר המשקים. וואס ער האט שוין בעל כורחו געזאגט גוטס אויף יוסף האט ער עס אויכעט געזאגט מיט בזיונות... "נער, עברי, עבד..." דו ביסט מודה אז מהר"א שליט"א איז גערעכט מיט אלע זיינע מערכות. סיי מיט די אריזאנע ווייטץ, שחיטה מונחת און נישט גיין צו די מיטינגען פאררופן דורך די ליטווישע ראשי ישיבות סיי ביי כינוס כלל ישראל און ביי די אסיפה לטובת די אויערבאך'ניקעס. וואו ס'האטציך ארויסגעשטעלט אז ער איז געווען גערעכט...! ועוד אפשר להאריך הרבה. נאר איך וועלל סטאפן דא דערווייל...!

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:01 pm
דורך קאצקע ציקער
Screenshot_20190809-185320.png


די חברה האבן ערענסטע דאגות , איינער האט עפעס א סעלושען פאר די קראנקע חברה וואס באגראבן יודישקייט בידיים