געדאנקען: זענען די דייטשען טאקע אזוי שרעקליך גילטי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

געדאנקען: זענען די דייטשען טאקע אזוי שרעקליך גילטי?

שליחה דורך חזקיהו המלך »

דאס איז יעדער מודה, חוץ די לונאטיקער און די שכל'לאזע שווארצקייטען, אז היטלער ימ"ש איז געווען א שרעקליכע טיראן, א שווארצע גייסט וואס האט געדורשט נאך בלוט אין רציחה,

וואס כ'ווינדער זיך אבער, איז איבער דאס דייטשע פאלק, זענען זיי טאקע גרעסערע רשעים ווי אנדערע אייראפעאישע לענדער, אדער זיי האבען פשוט געהאט דאס מזל אז צווישען זיי איז אויפגעשטאנען אזא היסטארישע רוצח אין אנגעדרייט דאס לאנד מיט כל מיני פראפעגאנדע,

ניין, כ'קום נישט דא זאגען אז די דייטשען זענען אידען ליבהאבער, די רוב זענען לכאורה נישט, חאטשיג ס'דא פין זיי וואס זענען מאראליש און א צאל פין זיי האבען געהאלפען אידען ביי די צווייטע וועלט קריג, זיך איינשטעלענדיג זייער לעבען דערביי,

אבער מיין פראגע איז צי די זעלבע קען נישט געשען צי עני אנדערע פאלק וואס זאל דארעך גיין אזא פראפעגאנדע, אז אידען זענען זייער אומגליק, אין אז אידען ברענגען א אומגליק אויף דאס גאנצע פאלק, אין בפרט מיט די נארישע אזוי געריפענע רעיס סייענס וואס איז דעמאלץ געווען די רוח הזמן, וואס זיי האבען איינגערעדט די דייטשע פאלק אז זיי זענען קלאמפיש געבוירען צי זיין הארען אין די איבריגע וועלט זענען שקלאפען, אין די אידען פארסם'ן פשוט די וועלט און מען ברויך זיי חלילה צי ... ,

כ'טראכט אזוי צי מיר, אז עני אנדערע פאלק וואס מען זאל זיי פארקויפען אין אריינפראפעגאנדירען אזא באבע מעשה, גענוג לאנג אז דאס זאל ווערען ביי זיי די רעאליטי , וואלטען זיי געטוהן די זעלבע זאך וואס די דייטשען האבען געטוהן אדער אפשער ערגער,

כ'זיץ אין טראכט, כ'ווייס נישט צי מ'מעג אזוי טראכטען, אבער קוקטס אן דעם מנשה לוסטיג, לויט וויזוי ער האט געשריבען איבער דעם ראטענבערג ממש מיט קללות אין ער האט זיך נאך בארעכטיגט אז דאס איז גאר דעם רצון השם, אלץ ווייל אין סקווירא האט מען אים געברעינוואשט אזוי ממילא פאר עים איז דאס די רעאליטעט, אין ראטענבערג'ס לעבען איז אין זיינע אויגען נישט ווערד, איז ווען לאמיר זאגען "זשאולענד" ווערט א ריאליטי, אין סקווירא רבי איז ווען דער עכטער מושל אין "זשאולענד" וואלטען זיי ווען נישט אפגעפירט אלע מתנגדים אין די גאז קאמערן, אין אפשער נאך געהאלטען אז זיי טוען מיט דעם א טובה פאר זייערע זינדיגע נשמות,

באטעם ליין, ווען מען ברעינוואשט א סאוסייעטי פארלירען זיי די געהעריגע בחירה, זיי ווערען ראבאטען, אין די עיקר שולד גייט לכאורה אויף די מענטשען וואס פירען דאס,

עכ"פ איך שרייב דאס בדרך אפשר, דא איי מיס סאומטינג ? איז דא נאך א שטיקעל צי דעם פאזעל וואס כ'האב נישט גערעכענט ?
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר