וויזוי קען איך אויפקלערען דעם עולם, וויזוי ??!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

וויזוי קען איך אויפקלערען דעם עולם, וויזוי ??!!

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'זיץ זיך דא ביים מיין 23 אינטשיגען סקרין, ס'איז א ווינטערדיגען מוצאי שבת, די בילקעס אויף מלווה מלכה ווארעמען זיך שוין אינעם אויווען, און ס'הארץ טוט מיר וויי, ס'ווילט זיך מיר וויינען, האלוואי וואלט איך געקענט וויינען ווען איך וויל אין וויפעל איך וויל, כ'וואלט געוויינט יעדען טאג א פאר שעה על שבר בת עמי,

ס'דא אזוי פיהל אויף וואס צי וויינען, אבער יעצט איז מיר אויפען געדאנק די ענין פין וואקסינס אין סייקאו דראגס אין אנדערע סם המות'ן מיט וואס די מענטשהייט ווערט געשטאפט,

כ'האב געשריבען אין א אנדערען אשכול איבער דעם, און אזוי ווי כ'האב מיר פארגעשטעלט האב איך באקומען בושות, איינער האט מיר געשלעפט די שטריימעל ביי שאלעשידעס (נישט ממש כ'שרייב משלים), דער צווייטער האט מיר אנגעגאסען מיט פיש זאפט, דער הצלה מעמבער האט געזאגט אזוי וויכטיג מאכעריש אז וואקסינס איז זייער וויכטיג, אבער כמעט אלע האבען מסכים געווען אז כ'בין נישט גערעכט,

אין כ'וועל אייך זאגען דעם אמת, ס'באדערט מיר נישט די בושות, איי קאדענט קעיר לעס, אבער ס'באדערט מיר ווי מענטשען גלייבען בלינדערהייט אין די בא'קיטל'טע דאקטורים, און די זעלבע צייט ווען עכ"פ דא אין שטיבל ווען א רב וואלט עפעס געזאגט וואלט מען עס נישט אזוי שנעל אנגענומען פאר קודם זעהן צי ער ווייסט וואס ער רעדט און צי ער שטאמט פין אידען,

יעצט פארשטייט זיך איך קען נישט פארלאנגען אז מען זאל מיר גלייבען אויפען ווארט, פארוואס זאל מען עפעס אננעמען אלעס וואס עפעס איינער וואס באהאלט זיך אונטער א ניק זאגט, אבער די זיכערקייט אז כ'בין נישט גערעכט, דאס פארשטיי איך נישט, קינד אין קייט נאך אין די פעמפער'ס זיך נאכשלעפענדיג די מאמע'ס פארטוך מיט א בערעלע אין די הענט אין א באטי אין די אנדערע "ווייסט" שוין אז איך ווייס נישט וואס כ'רעד,

אטע דאס באדערט מיר (קרעדיט יחצאל - יוסף שפיל), פין ווי ווייסען זיי נאך פאר וואס ווען ווי, אז איך ווייס נישט וואס איך רעד, אפשער איז יש דברים בגוי, אפשער איז די מצב אין דעי ענינים נישט אזוי עולם התיקון ווי מען וואלט געוואלט גלייבען, אין אפשער גאר איז די מצב אסאך ערגער ווי איי איי איי,

איך טוה שוין מסתם בערך צען יאר אין דעי ענינים, כ'האב שוין אסאך אסאך געהערט אין געליינט וועגען דעם, אין פערזענליך בין איך קאנווינסט אז ס'איז א שרעקליכע פראבלעם נאך אסאך ערגער פין וויפעל איך ווייס, כ'האלט אז וויפעל איך ווייס איז נאך דא אסאך מער צי וויסען, ס'דא אסאך וואס איז באהאלטען אונטער די קארפעט אין אונטער די שאנק,

[פאר כ'שרייב ווייטער, זאל קיינער נישט טראכטען אז כ'האב א נגיעה, ניין, ב"ה מיינע קינדער זענען געזונט אין שטארק,]
אין כ'זעה ווי ס'נעבעך דא אזוי פיהל פראבלעמען ביי אידישע קינדער (ביי גוים אויך, אבער כ'רעד פין אידען יעצט) ס'טוט מיר וויי דאס הארץ, אויטיזעם פעלער וואס ציברעכט גאנצעטע משפחות, כל מיני דיסאביליטיס ביי קינדערלאך, אין אזוי ווייטער, עיני עיני יורדה מים, ס'טוט מיר וויי דאס הארץ פאר מיינע ברודערלעך, כ'וואלט געוואלט זעהן אלע אידישע קינדער גליקליך אין ציפרידען, אוי ווי כ'וואלט געוואלט, אוי טאטע זיסער,

ס'דא ארגעניזאציעס פאר קראנקע קינדער, זיי טוען צי העלפען די קינדער מיט די משפחות, אבער חלילה צי טראכטען פין וואס די פראבלעמען קומען, פארוואס די אוטיזעם פעלער זענען שרעקליך געשפרונגען אין די לעצטע פיפציג יאר, למה ? פארוואס?, ניין דאס טאר מען נישט פרעגען, מען ברויך צי גלייבען אז ס'איז עפעס א קללה פין פוטיפר'ס טאטע ספעציעל פאר דעם דור,

קאם אן, נאכאמאל קאם אןןןןןןן, יעדע עפעקט האט א קאוז (cause), גארנישט געשעהט נישט פארגארנישט, ס'דא א סיבה פאר די מגיפה פין כל מיני קרענק וואס איז היינט מער ווי אמאל, ווי דייעביטיס, קענסער, הויעך בלוט דרוק, וכו' וכו' , קרענק וואס איז אין די לעצטע פיפציג יאר געוואקסען מיט אויסטערלישע פראצענטען, אפשער איז צייט זיך צי אויפוועקען אין אנהייבען טראכטען וואס קען זיין די סיבה דערפין, מענטשען לעבען טאקע לענגער, אבער די קוואליטי אףף לייוו איז אסאך ערגער, מענטשען זענען קראנק אין שוואך, מיט די נשמה אויף די שפיץ נאז און שרייען אז הא הא היינט לעבט מען לענגער ווי אמאל , נישטא ווער זאל לאכען,

אזוי פיהל מענטשען העכער די זעכציג טראגען זיך ארום מיט א בארג מעדיקאמענטען וואס מאכט עים מער קראנק ווי געזונט, אבער פרעגען אפשער איז דער דאקטער אביסעל פאריקט ? חלילה וחס, אבער יא דער דאקטער איז פאריקט, לאו דוקא אין פערזענליכען לעבען אין יא אין זיין פראפעסיאנאלע לעבען, די סייענס מיט וואס די מעדיקעל עסטעבלישמענט פארט איז לאו דוקא די ריכטיגע, זייער אסאך מאל פארען זיי נישט גוט, ספעציעל ווען ס'איז אריינגעמישט אזאלכע סארט נגיעות ווי למשל "ביליאנען" אין אזוי אויך אנדערע נגיעות וואס כ'גיי נישט יעצט שרייבען,

עכ"פ, ואילו ווען ס'ווען נישט די בלוט פין מיינע אידישע ברודער אין שוועסטער, החרשתי, אבער כי נמכר עמי להשמיד להרוג ולאבד, און וועגען דעם בעט איך נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי, ס'זאל זיך שוין עפענען די אויגען פין מיינע ברודערלעך אין שוועסטער צי זעהן וואס גייט פאר, ס'גיסט זיך בלוט אויף אלע גאסען ואין איש שם על לב, האלוואי וואלט איך נישט געווען גערעכט, אבער וואס זאלעך טוהן אז ס'נאך לכאורה ערגער פין וויפעל איך ווייס, ווען מ'הייבט אביסעל אן צי טוהן אין דעי נושאים ווערט מען אויפגעציטערט, אין מען טראכט ווער ווייסט וואס נאך ס'גייט פאר אונטערען טיש,

שוין גיימער גיין ציגרייטען ס'מלוה מלכה, אין ברודער'לעך טייערע כ'ווייס אז ס'געשמאק אין פאפולער צי טרייבען שפאס ווען איינער שרייבט אזוי ווי איך, אבער אפשער, נאר אפשער, בין איך איין פראצענט גערעכט,

אין ממילא חמול על עוללנו וטפינו, דאס איז היינט א פליכט פין יעדע טאטע אין מאמע צי אליינס מברר זיין וואס איז גוט פאר זייערע קינדער נישט גלייבען קיינעם וואס שטעלט זיך אהער מיט א ווייסע קיטל אין טענה'ט אז ער ווייסט וואס ער רעדט, ניין, יעדע טאטע אין מאמע דארף אליינס אדורעך טוהן די זאך מיט א ווילען צי דערגיין דעם אמת, דאס קומט פאר אלעס אנדרעש,

וה' הטוב ירחם על פליטת עמו, אין האטס מיר א גוטע וואך
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר